ט' סיון התשע"ח

פאלשקייט, ווייטאג, אויפריכטיגקייט און די ירידה...

פאלשקייט, ווייטאג, אויפריכטיגקייט און די ירידה...

איך זיץ מיר דארט, אונטערן בוים, מיט פארגלאצטע אויגן. מה אומר ומה אדבר, איך האב נישט קיין ווערטער. וויאזוי, וויאזוי, וויאזוי. איך נעשתה התועבה הזאת? איך קוק אויף מיינע פינגערס, איך שמעק זיי נאכאמאל, פשוט צו זעהן אויב מען שפירט נאך די שמעק פון די זייף וואס איך האב גענוצט. איך שפיר זיך דערביטערט. אבער נאך מער ווי דערביטערט בין איך שרעקליך אנטוישט. פון מיר אליינס. איך קער זיך צו אים מיט אזא תפילה געבעט, איך האב דאך אזוי געוואלט אז עס זאל זיך נישט אזוי ענדיגן.

נעכטן ווען איך האב זיך אויסגעוויינט די נשמה אין געבעט, האב איך דאך אזוי שטארק געוואלט אז דער היינטיגער טאג זאל אנדערש אויסקוקן. איך האב געוואלט, איך האב אפגעמאכט, איך האב באמת תשובה געטאן. איך האב געשפירט אז דו קענסט מעיד זיין אויף מיר, צוזאמען מיטן מגיד משנה אויפן רמב"ם אין הלכות תשובה, אז לפחות היינט וועל איך זיך באמת מער נישט צוריק קערן צו דעם זינד אויף אייביג. און... ווייניגער פון 24 שעה שפעטער, און איך בין דא צוריק.

אלעס שפירט זיך טרוקן. די גאנצע צופרי, דער שיעור וואס איך האב געזאגט, דער שמייכל און די רואיגע אטמאספערע אין שטוב, אלעס פארלירט פלוצלינג דעם ווערט און קוקט אויס אזוי בלאס. איך פיל זיך אינגאנצן אויסגעלאשן, אן קיין שום לעבן. ווי עס וואלט מקוים געווארן מיט מיר וואס עס שטייט אין די ספרים אז דאס גאנצע לעבן איז קאנצענטריט אין דעם פליסיגקייט וואס גייט ארויס. אבער נאך ערגער ווי דאס אויסגעלאשנקייט, שפיר איך זיך פאלש.

פלוצלינג פארשטיי איך אזוי גוט דעם המן האגגי: "וכל זה איננו שוה לי". דאס איז פונקט וואס איך פיל יעצט. אלעס איז גארנישט ווערט. אלעס אלעס, די גאנצע שווערע ארבעט, די עבודה, די אנשטרענגען זיך, די האפענונג, וויפיל איך פרוביר זיך מחזק זיין אין אידישקייט און ווערן נענטער צום אויבערשטן, אלע פרואוון תשובה צו טון, אלעס אלעס איז אויסגעמעקט, ווי עס וואלט קיינמאל נישט געווען, פונקט ווי דער היסטאריע פון מיין לעפטאפ וואס איך האב אויסגעמעקט פרובירנדיג זיך צו בארואיגן "לאחר המעשה".

***

אט דער געפיל פון פאלשקייט, וואס זי פלעגט זיין א שטענדיגער גאסט ביי מיר, איז געווען פיל מער ווי סתם א ווייטאגליכע געפיל. זי איז געווען א סם, א גיפט וועלכע האט פארברענט מיין נשמה, מיין ערנסטקייט, עס האט געפיטערט מיין זעלבסט האס און אפשיי פון מיר אליינס, און עס האט מיך צוגעברענגט אויפצוהערן צו גלייבן אין די אויפריכטיגקייט פון מיין עבודת ה'.

דער פראבלעם איז געווען אז איך האב זיך באנוצט מיט די מצוות, מיט תורה און תפילה, אלס מיטלען צו קענען אויפהערן. מיט אן אמת'דיגקייט. איך האב געגלייבט אז זיי זענען געמאכט געווארן מיר צוהעלפן אויפהערן, פונקט ווי אן אלקאהאליק וואס גלייבט אז אז ער קען אויפהערן טרינקען דורך גיין צו קאווע הייזער אנשטאט צו בארס. און ווען מיינע פרואוון זענען דורכגעפאלן האט עס פאר'סמ'ט מיין פרומקייט און זי איז אינגאנצן פארדרייט געווארן.

א מעוות, וואס אן דעם הילף פון באשעפער וועט עס בלייבן ביי לא יוכל לתקן.

דאס איז מיין ערשטער טריט אין דעם טיפן פארשטאנד פון דעם גאנצן ענין. דאס אנערקענען אז אפילו מיין גוטער חלק, דער געבויעטער מיך, דער שטאנדהאפטיגער און מסודר'דיגער טייל פון מיר, דער עובד ה' און בן תורה, באדארף אויך א ערנסטער רוט קאנאל. א פונדאנמענטאלער איבערבוי.

ביז היינט פרוביר איך נאך צו פארגעסן פון צייט צו צייט דעם פאקט און זיך פארלאזן אויף מיר, אויף מיין טיעפע אמונה, און ביז היינט כאפ איך נאך יעדעס מאל א געזונטן פליק, אין פארעם פון א גליטש אדער א פאל, פארביטערטקייט, רעגענישן און פחדים, וועלכע דינען מיך צו דערמאנען אז איך דארף האבן א רוט קאנאל.

און איך מוז לעבן מיט דעם מציאות אז א רוט קאנאל האט סייד עפעקטס. און איינס פון די סייד עפעקטס איז, אז די אלע זאכן וועלכע איך פלעג אמאל טון מיט אפשיי אונטערצושמירן דעם באשעפער, פון פחד און שרעק, פון פארצווייפלונג אנטלויפנדיג פונעם גיהנם, איז עס זייער שווער פאר מיר היינט צוריק צו גיין און טון די זאכן מיט א ריכטיגע קבלה מתוך אהבה. אין אנדערע ווערטער, מקיים צו זיין מצוות מיט רואיגקייט און אמונה.

זענען די דאזיגע סייד עפעקטס געוואונטשן? ניין. ברענגט עס א תועלת? ניין. וואלט עס געווען בעסער אן זיי. אויסדרוקליך יא. אבער דאס איז אונזער מחלה. עס צושמעטערט דעם פונדאמענט פון אונזער רוחניות'דיגער קיום אלס מענטשן, און עס טוט נאכשלעפן נאך זיך די גאנצע ברייטע ערליכע לעבן, צוליב דעם שעדליכן באנוץ וואס מיר האבן געמאכט מיט דעם.

און אויב דו וועסט מיך פרעגן – כאטש וואס איך בין נישט קיין נביא און נישט קיין בן נביא – וואס איז וויכטיגער אין די אויגן פון אונזער טאטן אין הימל; איך זאל זיך מייחד זיין מיט א זונה אין מציאות אדער אין מיין מחשבה, מזנה צו זיין בגוף אדער טעכנאלאגיש און דאווענען מיט מנין מיט כוונה און מיט שמחה און אמונה אינעם בורא עולם, אדער צו זיין ריין פון די אלע זאכן און האבן שוועריגקייטן צו דאווענען מיט מנין מיט כוונה, אדער צו דאווענען מיט מנין בכלל, וועל איך דיר נאך אלץ זאגן אן קיין שום ספק, אז די צווייטע לוחות, די צובראכענע, זענען בעסער און חשוב'ער ווי די ערשטע. אין די ערשטע איז דא דער אצבע אלוקים אינאיינעם מיט דעם עגל הזהב, אין די צווייטע: א גילוי פון רחמים וחסדים, סליחה ומחילה, קבלה, אמונה, און בעיקר, האפענונג.

ווייל דאס איז וואס עס האט מיר געפעלט אמאל, האפענונג. האפענונג אז די קומענדיגע טעג וועלן זיין בעסער, נענטער צו אים, רייכער אין מעשים טובים און פרייליכער ווי די וואס זענען שוין פאריבער.

יא, איך ארבעט שווער אויף מיר צו טראגן מיט א געוואלדיגע סבלנות די סייד אפעקטס, מיינע און די פון אנדערע, מיט די פולע אמונה און האפענונג אז איין טאג וועלן די זאכן צוריק קומען אין מיין לעבן, און מיט די אמת'ע האפענונג וואס איך האב באקומען, טו איך זיך אליינס איבערראשן פון די געוואלדיגע, מעכטיגע שינויים וועלכע פאסירן אין מיר אדאנק איר.