י"ג סיון התשע"ח

וואס גייסטו טון דעם לעצטן טאג פון דיין לעבן?

וואס גייסטו טון דעם לעצטן טאג פון דיין לעבן?

עס איז ברייט באקאנט אז דאס געלויף און צומישעניש אין לעבן לאזט אונז נישט זיך אריינטון אין די זאכן וועלכע זענען באמת חשוב. מיר זענען אזוי פארנומען זיך יאגן אין לעבן, נאכיאגן די קליינליכע פרטים אין לעבן, אז עס בלייבט אונז נישט איבער קיין צייט און קיין ארט אין אונזער מח זיך אפצושטעלן און זיך פרעגן די פשוט'ע פראגע: צו טו איך דעם ריכטיגן זאך אין לעבן? צו פירט זיך מיין לעבן אזוי ווי איך וואלט באמת געוואלט עס זאל זיך פירן?

דאס געלויף אין לעבן איז אלעמאל געגאנגען שנעלער ווי דער מענטש האט געקענט נאכיאגן, אבער אויב איז דאס געווען אמת אלעמאל, איז דאס היינטיגע צייטן פיל ערגער, דאס געלויף האט זיך פארשנעלערט לויט דעם שנעלקייט פון די היינטיגע טעכנאלאגיע, און ווען מיר שטייען אויף אינדערפרי קען זיך אונז טייל מאל דאכטן אז מיר האבן שוין פארשפעטיגט. און וויפיל מאל ענדיגן מיר דעם טאג מיט די הרגשה אז מיר האבן נישט אנגעיאגט האלב פון וואס מיר האבן געוואלט, און ווען מיר וואלט ווען נאר געהאט דעם געלעגענהייט וואלטן מיר פארלענגערט דעם טאג מיט נאך אפאר שעה.

יעדער מענטש דארף זיך נעמען עטליכע מינוט אין וועלכע ער זאל זיך אפשטעלן פון דעם ווילדן געלויף און זיך ערנסט מתבונן זיין און פרעגן די פראגע: צו טו איך באמת דאס וואס איז מיר וויכטיג אין לעבן? צו געב איך אוועק גענוג צייט פאר די זאכן וואס זענען באמת חשוב אין מיינע אויגן? ווען איך קוק זיך אום אויף די וועג וויאזוי איך צוטייל מיין צייט, צו שטימט דאס באמת מיט מיינע פריאריטעטן אין לעבן? אפשר גאר פארשווענד איך רוב פון מיין צייט אויף זאכן וועלכע זענען אינגאנצן נישט וויכטיג, אויף זאכן וועלכע האבן נישט קיין שום באדייט און ברענגען מיר נישט קיין שום נוצן און קיין שום סיפוק און אינערליכע צופרידנקייט?

איינס פון די סיבות צוליב וועלכע מיר זענען ממשיך מיט דעם ווילדן געלויף אין לעבן און מיר פארשווענדן אזויפיל צייט און כח אויף נארישקייטן, איז צוליב דעם וואס מיר לעבן אונזער לעבן כאילו דאס גייט זיך ציען אויף אייביג, און מיר מאכן זיך בכלל נישט וויסנדיג פון דעם מציאות אז אונזער צייט דא אויף די וועלט איז באגרעניצט.

דער געדאנק פונעם טויט איז צו שרעקעדיג, עס נעמט אוועק דעם רואיגקייט פון אונז צו קענען אנגיין געהעריג מיט אונזערע טאג טעגליכע זאכן, און דעריבער איז דער גרינגסטער עצה, אנשטאט זיך פארמעסטן מיט דעם, עס פשוט צו פארגעסן. זיך נישט וויסנדיג מאכן, כאילו עס גייט קיינמאל נישט פאסירן. נאר אין זעלטענע פעלער, ווי ביי די פטירה פון א קרוב אדער א נאנטער מענטש, וועלן מיר לאזן די געדאנקען איבער דעם טויט – און בעצם דעם מציאות פון טויט בכלל – ארויפשווימען אין אונזער מח. אבער אויך דאס האלט נישט אן פאר צו לאנג און ביז געציילטע טעג זענען מיר צוריק ביים אלטן. אוועק געשטופט די קאלעמוטנע מחשבות און מיר לעבן ווייטער ווי עס איז נישט דא קיין מארגן.

אבער וואס וואלטן מיר געטאן ווען מיר ווייסן ווען אז היינט איז דער לעצטער טאג אין אונזער לעבן? עס איז כמעט זיכער אז רוב זאכן וואס מיר טוען היינט אין א געווענליכן טאג, וואלטן ניטאמאל אויפגעקומען אויף אונזער מחשבה אין אזא טאג. אנשטאט וואלטן מיר אויסגענוצט די צייט צו טון די זאכן וועלכע זענען באמת וויכטיג אין חשוב ביי אונז. רוב מענטשן וואלטן אין אזא טאג אוועק געגעבן אסאך צייט פאר זייערע פאמיליע מיטגלידער – יא, אפילו די מיט וועלכע ער קריגט זיך ארום געווענליך און סתם אזוי וואלט ער זיי נישט געוואלט באגעגענען. אפשר וואלטן מיר אוועק געשאנקען צייט צו דאווענען מיט כוונה, געגאנגען טון עפעס א ספעציעלער חסד, און נאך אזעלכע סארט פעולות.

איך גלייב אז קיינער וואלט אין אזא טאג נישט פארברענגט זיין צייט אויף פעיסבוק און איך בין זיכער אז קיינער וואלט אין אזא טאג נישט אוועק געגעבן שעות צו וואטשן פארנאגראפיע.

אויב ווילן מיר טרעפן מער משמעות אין לעבן, בעסער אויסנוצן אונזער צייט און שפירן באמת צופרידן פון זיך, קענען מיר זיך באנוצן מיט אט די פראגע פון צייט צו צייט, פשוט אויף צו באקומען אביסל גראדע און אמת'ע הדרכה איבער אונזער ריכטונג און צו פארשטיין וואס זענען די זאכן וואס זענען אויף אן אמת חשוב אין אונזער לעבן.

דאס איינציגסטע זאך וואס מיר דארפן טאן, איז נעמען א פעדער און פאפיר און אנהייבן מאכן א שטיקל סדר היום, א סקעדשועל, פאר דעם לעצטן טאג פון אונזער לעבן. מען קען דאס טון איינמאל א חודש, לאמיר זאגן אין ראש חודש, און זיך באנוצן דערמיט אין דעם קומענדיגן חודש אלס א שטיקל וועג ווייזער; אלס עפעס וואס זאל אונז שיינען אביסל לעכטיגקייט אין אונזער וועג, אין אונזער לעבן אויף דעם קומענדיגן חודש, און אונז העלפן האלטן קאפ אויף וואס מיר ווילן באמת אויפטון און אויספירן אין דעם קומענדיגן חודש.

אוודאי קענען מיר נישט לעבן יעדן טאג ווי עס וואלט ווען געווען היינט באמת דער לעצטער טאג פון אונזער לעבן, ווייל אין לעבן איז פארהאן פילע זאכן וועלכע מיר דארפן טון, דוקא צוליב דעם ווייל מיר האפן אז היינט איז טאקע נישט דער לעצטער טאג פון אונזער לעבן, ווי למשל, גיין צו דער ארבעט און באצאלן דעם לעקטער און וואסער ביל, אא"וו. אויב אבער האבן מיר געשריבן אויף אונזער סדר היום אז מיר וואלטן זיך איבערגעבעטן מיט א ברודער אדער קרוב מיט וועמען מיר לעבן נישט אזוי אין גוטן, דאן איז כדאי אז מיר זאלן עס שוין טון יעצט, נישט ווארטן ביז... ווייל דער פאקט אז מיר האבן עס געשריבן דארט, מיינט אז עס איז חשוב און וויכטיג פאר אונז זיך איבערצובעטן מיט אים.

אויב טרעפן מיר אויף די רשימה אז מיר ווילן דאווענען יעדן טאג מיט מנין, אדער מיט מער כוונה, איז ראטזאם אז מיר זאלן עס שוין טון, ווייל דאס איז באמת חשוב פאר אונז, אויב מיר זעען מיר אז מיר האבן געשריבן דארט אז מיר וואלטן געטון חסד און זיך פארנומען מיט געבן פאר אנדערע, מיט זיין א נותן, דעמאלס איז כדאי אז מיר זאלן שוין טרעפן א וועג עס צו טאן.

פיל מאל טרעפן מיר זיך זיין זייער צומישט איבער די דאזיגע פראגע, וואס טוה איך דא אויף די וועלט? פארוואס לעב איך? וואס דארף איך דא אויפטון? וואס איז בכלל די גאנצע משמעות פון מיין לעבן? וואס קען איך טון צו שפירן אז מיין לעבן האט א ווערט, צו שפירן צופרידן, אן אינערליכע צופרידנקייט, א העכערע באדייט פאר מיין לעבן?

א גאר פשוט'ע וועג צו טרעפן אן ענטפער צו דעם איז, זיך צו פרעגן די דאזיגע קורצע פראגע: וואס וואלט איך יעצט געטון אויב היינט איז דער לעצטער טאג פון מיין לעבן?