כ"א אב התשע"ח

פאזיטיווע ריקאווערי אקעגן נעגאטיווע ריקאווערי

פאזיטיווע ריקאווערי אקעגן נעגאטיווע ריקאווערי

ווען איך בין אנגעקומען צו מיין ריקאווערי רייזע האב איך געוויסט אז איך וויל איין זאך: נישט פאלן. סיי וואס אימער מער פון דעם האט מיך שוין נישט אינטערעסירט. פון מיין זייט איז נישט געווען קיין שום נפקא מינא וויאזוי איך קום אן צו דעם, צו דורך דעם וואס דער רבונו של עולם וועט צונעמען פון מיר דעם תאוה אדער אז ער זאל מיר צובונדן די הענט (און דעם מוח) אונטערן רוקן אזוי אז איך זאל נישט קענען מער פאלן, דער עיקר איז אבער געווען ביי מיר, וואס נישט צו טאן – נישט צו פאלן, און אויב מעגליך, בכלל נישט צו לאסטן.

אבער נאכדעם האט מען מיר געזאגט אז עס איז נישט דא אזא זאך, מען קען נישט באזירן ריקאווערי אויף "נישט". אויב איך וויל אמת'דיגע ריקאווערי, מוז איך זייער שנעל אריבערגיין צו דעם שלב פון זיך פאראויסרוקן אין לעבן, און אנהייבן זיך באשעפטיגן מיט דעם "יא". און עס זענען פארהאן צוויי עיקר סיבות צו דעם: די ערשטע, עס איז כמעט נישט מעגליך צו בלייבן ריין נאר דורך "נישט". צוויי, אפילו אויב איך וועל מצליח זיין יא צו בלייבן ריין אזוי, וועל איך אבער נישט זיין פרייליך און צופרידן און עס וועט מיר נישט זיין גוט, אזוי אז איך וועל גארנישט פארדינען פון די גאנצע זאך. טעכניש וועל איך אפשר בלייבן ריין, אבער די סיבה פארוואס איך בין געקומען אהער איז נישט געווען אז איך זאל בלייבן 'טעכניש ריין' נאר אז איך זאל ריקאווערן, וואס דאס מיינט צו לעבן א בעסערן לעבן, און דאס קען נישט געשעהן דורך זיך צוריק האלטן פון זיך באנוצן מיט לאסט אליינס, עס מוז האבן נאך חלקים.

דער אונטערשיד צווישן די צוויי מהלכים ווערט אסאך מאל אנגערופן פאזיטיווע ריקאווערי אקעגן נעגאטיווע ריקאווערי. און ווען מיר רעדן דא איבער נעגאטיווע ריקאווערי רעדן מיר נישט דא פון עפעס נעגאטיוו – שלעכט (למשל צו בלייבן ריין צוליב שרעק פון א מחלה) נאר מיר רעדן פון דעם אז די איינציגסטע זאך אין דעם ריקאווערי איז, אז עס פאסירט נישט קיין נפילה. [אזוי ווי עס זענען דא פארשידענע סארט עמאושאנעל דיסארדערס וועלכע ווערן באצייכנט מיט פאזיטיווע סימפטאמס און נעגאטיווע סימפטאמס. און אין דעם פאל מיינט נישט פאזיטיוו גוט און נעגאטיוו מיינט נישט שלעכט; פאזיטיוו, אין דעם פאל, מיינט אז די סימפטאמס זענען דא, זיי ארבעטן, ווידער מיט נעגאטיווע סימפטאמס מיינט מען צו זאגן אז די סימפטאמס זענען, אז עס פעלט געוויסע נארמאלע ערשיינונגען.]

צום ביישפיל, נעכטן האב איך געהאט א שווערן טאג ביי די ארבעט, געווען זייער אנגעצויגן אינדערהיים, נישט עפעס עקסטער, אבער עפעס געלט פראבלעמען און נאך אפאר "קלייניגקייטן", און בס"ה האב איך געהאט גאנץ א שווערן טאג. והעיקר, אז איך האב נישט געטון קיין שום פעולות פון ריקאווערי, פעולות וועלכע וואלטן מיר געהאלפן זיך קאנעקטן מיט'ן באשעפער, מיט זיך און מיט אנדערע, און אזוי ארום צו שפירן בעסער.

און וואס איז געשעהן, ווען איך בין שפעטער ארויס אויפן גאס, איז זי פלוצלינג געווארן פול מיט פרויען... פרעג איך זיך די פראגע, וואס האט דא פאסירט היינט, פארוואס איז היינט דא אזויפיל לאסט אויף די גאס? און פלוצלינג האב איך זיך געכאפט, די גאס האט זיך גארנישט געטוישט, איך האב זיך געטוישט. די פרויען זענען דא היינט פונקט ווי נעכטן און פונקט ווי יעדן אנדערן טאג, אבער היינט איז פאר מיר שווער זיך צו פארמעסטן מיט זיי (אדער בעסער געזאגט – זיך צו פארמעסטן מיט מיר). און איך האב זיך אונטערגעגעבן, איך האב זיך מכניע געווען, איך האב נישט געקוקט. אבער יעדן קוק עקסטער אויף וועלכן איך האב מוותר געווען האב זיך געשפירט ביי מיר ווי א זעץ אין בויך. די ווייטאג פון אוועק קוקן און נישט ארייננעמען די לאסט אין מיר האט זיך געשפירט גאר שטארק און גאר שווער.

און דאס איז פוקטליך וואס עס מיינט נעגאטיווע ריינקייט. דער דגוש איז געווען אויף דעם "ניין". ריכטיג, עס האט געארבעט און איך בין געבליבן ריין, אבער צו האב איך געהאט א גוטן טאג? אויסדרוקליך נישט. וועל איך קענען מצליח זיין זיך צו האלטן ריין אויף אזא אופן פאר א לאנגע צייט? קלאר אז נישט.

און דערפאר, ווען איך בין צוריק געקומען אהיים האב איך פארשטאנען אז מוז זיך איינגעוואוינען צו פאזיטיווע ריינקייט, און אפילו איך בין געווען מיד און אויסגעמוטשעט, און געהאט איבערן קאפ וואס צו טון און ערלעדיגן, האב איך אלעס געלייגט אין א זייט און אנגערופן א חבר, זיך געטראפן מיט אים אויף א האלבע שעה און געארבעט די סטעפס. דעם אנדערן צופרי האב איך זיך צוגעהערט צו א טעלעפאנישען גרופע, נאכדעם האב איך גערופן מיין ספאנסער און יעצט, שרייב איך דא. עפעס וואס איז פאר מיר גאר א וויכטיגער טייל פון מיין פאזיטיווע ריקאווערי.

אט דאס איז א דוגמא פון פאזיטיווע ריינקייט. יעצט שפיר איך פיל בעסער און איך האף אז ווען איך וועל באלד ארויסגיין אויף די גאס וועל איך זעהן אז עס איז צוריק אזוי ווי פאר דעם און די ריזיגע כוואליע פון לאסט וועלכע האט איר נעכטן פארפלייצט איז נעלם געווארן. יעצט קען איך זאגן אז טראץ די שוועריגקייטן פון לעבן שפיר איך גוט און קאנעקטעד, און, יעצט איז מיר פיל גרינגער מוותר צו זיין און נישט קוקן אויף לאסט. אה, דאס איז די סארט לעבן וואס איך וויל לעבן.