 |
א גוטן ערב שבת
|
מיר פרייען זיך ארויס שיקן די וועכנטליכע חיזוק-אימעיל לתועלת הרבים.
|
פרשת אמור הייבט זיך מיט נפש לא יטמא... מ'רעדט פון טומאה... אבער ווי טיפער מ'גייט אריין אין די פרשה קומט מען אן צו די הייליגע מועדים, די הייליגע ליכטיגע פרייליכע ימים טובים...
דאס איז א שיינע באווייז אויף אסאך פון אונז. מיר קוקן זיך ווי מיר זענען שקוע אין טומאה און אין שמוץ אן א וועג ארויס. אונז זענען מיואש און דעפרעסט. אבער ווי נאר מיר הייבן אריין קריכן טיף אין אונזער פנימיות, זעהן אונז ווי הייליג און ליכטיג מיר זענען. די גאנצע שמוץ איז א קליפה וואס נעמט אונז ארום, אבער ס'איז נישט אונז! פינטל.
מ'דארף זיך נאר א שאקל געבן, טוהן וואס מ'דארף טוהן, ביז די שמוץ וועט אונז בעז"ה אפלאזן און עס וואס ארויס שיינען די אמת'ע הייליגע "אונז
|
| |
|
|
פרישן מחזור פון די 12-סטעפס טעלעפאן קאנפערענץ!
|
בס"ד
א גוטן אלע חשוב'ע לעכטיגע טייערע חברים הי"ו
מיט פרייד זענען מיר מודיע איבער דעם פרישן מחזור פון די 12-סטעפס טעלעפאן קאנפערענץ, וואס וועט בעז"ה אנהייבן א פרישע מחזור אין די קומעדיגע וואכן , און מען קען זיך שוין איינשרייבן צו מיטהאלטן די קאנפרענץ קאל!
די יסודות'דיגע טעלעפאן קאנפערענץ איז געבויעט אויף די מהלכים פון די באקאנטע 12 סטעפס פראגראם פאר עדיקשאן און האט שוין געהאלפן צענדליגע מעמבער'ס פון היט דיינע אויגן צו קענען ריכטיג אידענטיפיצירן זייער מצב און נעמען די ריכטיגע שריט זיך צו העלפן.
עס גייט אי"ה פארקומען יעדע דינסטאג 8:30 אויפדערנאכט
די קאנפרענץ קאל ווערט אנגעפירט דורך משה, וועלכער איז שוין ריין פאר איבער 10 יאר, און גייט איבער אינאיינעם מיט די גרופע די יסודות פון עדיקשאן און פון די 12-סטעפס פראגראם, ניצנדיג זיין אייגענעם נסיון החיים און זיין לאנג יעריגע עקספעריענס צו העלפן אנדערע מיט דעם פראבלעם.
אזוי אויך האט מען די געלעגנהייט אויפן קאל צו:
ארויסברענגען אלע שאלות בנוגע דעם עדיקשאן קרענק, איבער דעם 12-סטעפס פראגראם, און איבער ריקאווערי, און עס איבערשמועסן אָן קיין בושה און פחד…
אויסגעפינען אויב מען איז אן אדיקט אדער סתם א גאר שטארקע געוואוינהייט וואס דארף הילף צו ארויסנעמען.
זיך פילן באקוועם צו זיך באמת קוקן אין פנים אריין, און זען דעם גאנצן אמת איבער דעם אייגנעם מצב און וואס עס קען געטון ווערן איבער דעם.
לערנען וואס מיינט אמת'ע פרייהייט פון די עבדות וואס די תאוה ברענגט אונז, און וויאזוי מען קען דאס באקומען.
צו קענען מיטהאלטן דעם קאנפרענץ קאל, דארף מען זיך פארבינדן מיט משה וועלכע וועט איבערגיין מיט דיר דיינע ספיקות און מיטמאכענישן, און זען אויב דו ביסט געאייגנט דערפאר, וואס דאס וועט ערמעגליכן פאר יעדן איינעם אויפן קאל זיך צו שפירן פארזיכערט, צו קענען זיין אפן און אמת'דיג מיט זיך און מיט אנדערע, וויסנדיג אז יעדער אויפן קאל איז געווארן געסקרינט און איז דא פאר'ן זעלבן ציל.
אויב ביסטו אינטערעסירט צו זיין א חלק פון דעם קאל, אזוי אויך אויב דו ווילסט דורכרעדן צי עס איז פאר דיר, דאן פארבינד דיך מיט משה דורך דעם פאלגענדן אימעיל: moisheone@gmail.com
אדער דורך שיקן א אימעיל צו שיע:
shia@hitdanoigen.com
נ.ב. דער קאנפערעץ-קאל איז נישט דירעקט פארבינדן מיט'ן SA פראגראם.
***
וויכטיגע קלארשטעלונג: דער קאנפערענץ-קאל איז אויסדרוקליך נישט געאייגנט פאר איינעם וואס וועלכער האלט נאך אנהייב פון זיין וועג פון ריינקייט אדער פאר איינעם וואס האט נאכנישט פרובירט אנדערע מהלכים און/אדער פרובירט זיך צו האלטן ריין דורך אונזער פארום דא אויפ'ן סייט. דער 12 סטעפס מהלך איז דער לעצטער פרואוו פאר אזעלכע וואס האבן אלעס פרובירט און איינגעזען אז גארנישט האט זיי געהאלפן, אדער - ווי פארשטענדליך - פאר אזעלכע וועלכע טוען למעשה'דיגע שריט וואס קענען זיין פאר זיי אן ערנסטע ריזיקע אויב העלפן זיי זיך נישט תיכף ומיד
|
| |
|
 |
ווייט מיינט נישט אזוי ווייט...
|
קומעדיגע וואך מיטוואך איז פסח שני - די טאג וואס ווייזט אונז אז יעדער איד האט א האפאנונג - האב איך געטראכט, אז די טאג איז דאך מיועד פאר די אידן וואס פסח ראשון זענען זיי געווען טמא אדער בדרך רחוקה. וואס מיינט "בדרך רחוקה"? זאגן חז"ל אפילו מאסקופת העזרה ולחוץ.
דאס האט מיר געלערנט א מוראדיגע זאך. אמאל איז דא א מענטשט וואס שפירט אזוי דערווייטערט פון אייביטשער, פאבלאנדזשעט ערגעץ ווער ווייסט וואו. ער איז זיכער אז ער איז אין א דרך רחוקה מאד מאד מאד, כי גרשוני מהסתפח בנחלת ה', אפסה תקוותו.
קומען חז"ל און לערנען אונז, דו ביסט גארנישט אזוי ווייט. א הייליגע נשמה חלק אלו' ממעל איז קיינמאל נישט ווייט, קיינמאל נישט פאטריבן. דו שטייסט אינדרויסן פון טיר. ממש ביים שוועל. טוה נאר די ריכטיגע פעולה, שטעק אריין דיין פיס, וועסט שוין זיין אין די עזרה אינעווייניג, בחצרות בית ה'.
|
(קרעדיט: נישט שפעט) |
| |
|
 |
בעסער בלייבן אויף די וועלט
|
דער הייליגער מהר"ם מרוטנבורג איז געווען איינגעשפארט אין תפיסה, ווי ער איז נפטר געווארן, נאכן נישט לאזן אז מען זאל אים אויסלייזן פאר א אסטראנאמישע סימע געלט, און זיין גוף איז געבליבן ליגן אין תפיסה ווען דער רעגירונג האט נישט געלאזט אז מען זאל אים מקבר זיין.
נאך א לענגערע צייט איז געקומען א עושר וואס האט באצאלט, און זיי האבן באפרייט זיין גוף און מען האט אים געברענגט צו קבר ישראליענע נאכט האט זיך דער עושר געחלום'ט ווי דער מהר"ם מרוטנבורג איז געקומען צו אים, און האט אלץ שכר פארן אים אויסלייזן האט ער אים געשטעלט א אויסוואל, אדער גייט ער שטארבן און זוכה זיין צו קומען צזאמען מיטן הייליגן מהר"ם מרונבורג, און זיין צוזאמען אין זיין היכל אין גן עדן, אדער אריכות ימים און עשירות לדורי דורות. פארשטייט זיך אז יענער האט אויסדערוועלט צו שטארבן, וכך הוה, ער איז גלייך קראנק געווארן און נפטר געווארן.
שפעטער האט ר' הלל פאריטשער געזאגט, אז דאס איז געווען א טעות, ווייל ווען ער זאל ווען אויסקלויבן אריכות ימים מיט עשירות, וואלט ער געקענט בלייבן לעבן און ווייטער טוהן רצון ה', און וואס קען מען דען צוגלייכן צו נאכאמאל קענען מקיים זיין רצון ה' ?
***
מיר שטייען יעצט אין די ימי הספירה ווי מיר גרייטן זיך צו דעם הייליגן יום טוב שבועות, דער זמן פון קבלת התורה, איין יאר שבועות האט הרה"ק ר' אברהם אלימלך מקארלין זי"ע געפרעגט, מיר ווייסן דאך אז בשעת מתן תורה ווען דער אויבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן, האט דער אויבערשטער קודם געזאגט יעדע דיבור, און מרוב זיסקייט איז זייער נשמה ארויסגעפלויגן, נאר דער אויבערשטער האט געטראפט אויף זיי פון דעם טל של תחיה, און זיי צוריק אויפגעלעבט.
שפעטער זענען די אידן געקומען צו משה רבינו און געזאגט דבר אתה עמנו ונשמעה ואל ידבר עמנו אלקים פן נמות, זיי ווילן ענדערש הערן די תורה פון משה רבינו, און נישט הערן פון אויבערשטן ווייל זיי האבן מורא צו שטארבן. האט ער געפרעגט א קשיא, די גרעסטע מדרגה פון מיתה איז דאך מיתת נשיקה, משה רבינו און אהרן הכהן זענען אזוי נפטר געווארן, און יעצט בשעת קבלת התורה זענען אלע אידן אויסגעגאנגען מיט מיתת נשיקה, איז פארוואס האבן זיי געבעטן אז משה רבינו זאל לערנען מיט זיי, פונקט פארקערט זאל דער אויבערשטער ווייטער לערנען מיט זיי ביז זיי וועלן ענדגולטיג אויסגיין און שטארבן מיט די העכסטע מדרגה וואס איז שייך ?
האט ער גענטפערט אז אמת זיי וועלן טאקע שטארבן אויף א גאר הויכע מדרגה, אבער דאס קומט נישט צו אז מען זאל קענען ווייטער לעבן און מקיים זיין רצון ה', ממילא האבן זיי געוואלט בלייבן לעבן, און לערנען דורך משה רבינו נאך תורה, און טוהן ווייטער דעם רצון ה'.
די ימי הספירה זענען טעג וואס מען וועקט אויף די בענקעניש און די לעכצעניש צו קענען מקבל זיין די תורה ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים, בעהטן מיר פון אויבערשטן נעם אונז נישט אוועק פון דיינע נסיונות, נאר געב אונז דעם כח צו קענען ווייטער ביישטיין דיינע נסיונות וואס דו שיקסט אונז אונטער, מיר זאלן ווייטער קענען טוהן דיין רצון.
|
(Hilligertzadik :קרעדיט) |
| |
|
 |
דאנק דעם אייבישטער, וועסטו קענען בעטן
|
פרשת אמור שטייט, וְכִי תִזְבְּחוּ זֶבַח תּוֹדָה לה' לִרְצֹונְכֶם תִּזְבָּחוּ.
עס שטייט פון הייליגן רבי נחמן מ'ברסלב זי"ע אז ווען א מענטש האט שווערעקייטן, אפילו אין עבדות השם, שווערקייטן מיט נסיונות וכדו', איז די עצה זיך אויסצורעדן צום אויבערשטן, און זיך אויסטענה'ן מיט איהם, אז איך קען ניטש אליין און פארוואס זאל איך דורכפאלן? מה בצע בדמי? און מיט אזעלעכע שמועסן צום אויבערשטן אויף מאמע לשון, מאכט מען געוואלדיגע פארגעניגן פאר'ן טאטן אין הימל, און אזוי ווערט מען נאנט צום אויבערשטן, און מען קומט אן זיך צו שטארקן אויף די שוועריגקייטן.
אבער ס'מאכט זיך אמאל, אז מ'איז אזוי פארקלאפט און צוקוועטשט אז מ'פיהלט נישט צו קענען בעהטן, ס'גייט נישט... דאן איז די עצה צו טראכטן פון עפעס אויף וואס מ'קען דאנקן דעם אויבערשטן, און מ'הייבט איהם אן צו דאנקן, און דאס עפענט אויף די וועג נאכדעם צו קענען בעהטן...
מיט דעם קען מען טייטשן די פסוק: וכי תזבחו זבח, דו ווילסט שעכטן דיין נסיון/יצר וכו' און ס'גייט נישט, דאן - תודה לה' - הייב אן צו לויבן דעם אויבערשטן און דאס וועט העלפן אז - לרצונכם תזבחו - וועסטו קענען שעכטן דיין ווילן צום אויבערשטן...
|
(קרעדיט: בשמחה תמיד ) |
| |
|
 |
איך פאל נאך, אבער איך ליג נישט דארט
|
מאנטאג האב איך געהאט זייער א שווערע טערעפי סעשן, איך בין ארויס פון דארט אינגאנצן צופידלט, מאנטאג נאכט האב איך געהאט א דורכפאל, נישט גאר א טיפע אבער א דורכפאל.
נעכטן האב איך געהאט א המשכה פון די שווערע געפיל, און אין צוגאב האב איך געהאט נאך אן אנטוויקלונג וואס האט געווירקט אויף מיר פיל שווערער ווי כ'האב געהאט ערווארטעט אז ס'וועט ווירקן, למעשה בין איך ליידער געפאלן אפאר מאל, איך וויל נישט רעדן איבער וויפיל מאל וויייל ס'איז א בושה, און ס'איז אויך געווען אויף אסאך א טיפערע לעוועל.
אבער די מציאות האט מיר געמאכט זיך ארפאזעצן טראכטן, ווען בין איך דאס לעצטע מאל געפאלן אזוי ברוטאל? ווען בין איך דאס לעצטע מאל געפאלן מער ווי איינמאל אין איין טאג?
און אז מ'טראכט דערמאנט מען זיך, יא יא... ס'שעמט זיך צו דערמאנען דערפון, אבער ס'איז א פאקט... אמאל פאר איך בין אנגעקומען צו הד"א פלעג איך פאלן אפאר מאל א טאג גאר אפט... און די לעוועל ווי איך פלעג פאלן איז עמטליך געווען אסאך טיפער ווי די וואס איך בין געפאלן אין מיין געפערליכע נעכטיגע טאג... איך פלעג וואטשן מ'פעם לפעם ריכטיגע פ**נאגראפיע, דאס האט שוין גאר לאנג נישט פאסירט, איך פלעג אויסעקטן אין קאר אין גוטע וואכן איין מאל א וואך און ס'האט פונקט אזוי געקענט זיין 7 מאל א וואך אויך, דאס האט יא איינמאל פאסירט 6 וואכן צוריק, אבער ביז דעמאלטס און פון דעמאלטס כמעט קיינמאל נישט, איך פלעג זינדיגן אויף נאך א גאר צודרייטע וועג וואס איך שעם זיך ארויסצושרייבן, איך האב דאס אבער שוין נישט געטון פאר גאר גאר לאנג, וכהנה רבות...
יעצט שרייב איך צו דיר אחי בדומה לי, וואס דו פלאגסט זיך ענליך ווי מיר מיט פארקערט ווי הצלחה, כ'מיין נישט קיינעם אבער ווער ס'מיינט אז אים מיינט מען, אים מיינט מען טאקע, איך בין צובראכן און צוקלאפט פון מיין מצב, אבער אין א ריכטיגע מינוט איז מיר קלאר געווארן אז יא, עפעס בין איך געשטיגן, אמת איך פלאג זיך נאך מיט פילצאליגע דורכפעלער, אבער ערשטנס ווייניגער ווי אמאל, און אפי' ווען יא איז עס אנדערש ווי אמאל, אמאל בין איך נישט 'געפאלן', אמאל בין איך 'געליגן'... אמת ס'זענען דעמאלטס אויך געווען עליות און ירידות, און איך האב דעמאלטס אויך געהאט מיין סייקל פון דורכפאלן און זיך הייבן און נאכאמאל דורכפאלן, אבער די דורכפעלער זענען געווען ריכטיג בבחינת 'ליגן', איך בין געווען אריינגעטון ראשי ורובי אין די חאזעריי, יא היינט קענען אויך זיין זאפטיגע דורכפעלער, אבער ס'יאז בבחינת דורכפאל, ס'טוט ריכטיג וויי ווי א קלאפ פון א פאל...
ס'איז עפעס וואס ס'איז גאר שווער איבערצוקומען און מיר זענען אין שטענדיגער קאמף, און אז מיר זענען אין קאמף איז כמעט בהכרח אז צומאל זענען מיר די וואס כאפן קלעפ, אבער ס'איז א קלאפ וואס יענער האט דערלאנגט, נישט א קלאפ וואס איך האב גענומען ברצון... און צו דעם קומען צו זאכן וואס זענען אומבאמערקטערהייט ארויסגעפאלן פון די רוטינע עבירות...
איך בין אביסל צומישט מיט זיך אליינס, אבער כ'האף אז מיין פוינט איז ארויסגעקומען פארשטענדליך צו דעם וואס דארף עס נוצן.
|
(קרעדיט: יודעלע) |
| |
|
|
|