איך גיי יעצט באשרייבן מיין לעבן כדי אז איהר זאלט הערן דברים כהוויתן אין בעזרת השם וועט איהר דורך דעם קלוגער ווערן אין פארשטיין וואס איך און אנדערע גייען אדורך.
מיר קענען גוט די דאזיגע געפיהלן. מיר זענען אויך דארט געווען – ביז מיר זענען אנגעקומען צו "היט דיינע אויגן". דא האבן מיר זיך אויסגעלערנט אז עס זענען פארהאן וועגן זיך צו פארמעסטן מיט די תאוה
א צוים איז געמאכט געווארן אונז אפצוהיטן פון פאלן דארט ווי מיר אליינס ווילן נישט. אבער עס קען אונז נישט אפהאלטן ווען מיר קריכן איר איבער
חז"ל זאגן (און דער מציאות ווייזט אזוי) אז טוישן א הנהגה פאר 90 טעג, טוישט אונזער מח און מאכט גרינגער זיך צו פירן מיט די נייע הנהגה
זיך אפשטעלן מיינט: היינט גיי איך נישט אויסלעבן מיינע תאוות און איך בין גרייט זיך לאזן לערנען נייע זאכן וואס גייט מיר העלפן בלייבן אפגעשטעלט
דורך פרובירן צו טרעפן וואס דיין פראבלעם איז, וויאזוי עס קלאפט אויס און וואס טריגערט עס, וועט זיין גרינגער צו טרעפן דעם ריכטיגן לייזונג
קוקן מיט די אויגן אויף רייצענדע זאכן ברענגט אז מיר זאלן בהכרח פאלן, דערפאר הייבן מיר אן היטן אונזערע אויגן און מיר הערן אויף ארייננעמען לאסט
דברי תורה צריכים חיזוק, אזא עבודת ה', די עבודה פון אונזער לעבן פאדערט גרויס חיזוק, די רעגלמעסיגע אימעילס זענען א קוואל פון אומענדליכע חיזוק
א חסרון אין סיפוק איז איינס פון די שטערקסטע גורמים צו פאלן. עטליכע גוטע געדאנקען וויאזוי צו באקומען סיפוק און פארמיידן דעם קומענדיגן נפילה
אויסער פעולות וואס געבן אונז גייסטיגע סיפוק איז וויכטיג צו טאן פיזישע אקטיוויטיס ווי עקסערסייז, עס דערפולט אונז מיט פיזישע און גייסטיגע הנאה
טון זאכן וואס מען דארף יעצט, פאר זיך צו פאר יענעם, אפילו מען וויל נישט, נאר ווייל עס איז ריכטיג, קען אונז געבן דעם כח קעגנצושטיין בעת נסיון
זיך אויסלערנען ווען דער פאל הייבט זיך אן, ווי נאר לאסט צינד זיך אן, און תיכף טון עפעס א נייע פעולה וואס וועט העלפן טוישן אונזער געוואוינהייט
איינזאמקייט צושמעטערט אונז און פירט אונז צו פאלן נאכאנאנד. חיזוק והדרכה צו צוברעכן די איינזאמקייט און זיך אויפבויען קעגן דעם נעקסטן פאל
טרעפן א פארטרויליכן מענטש מיט וועמען זיך דורכצורעדן און פון וועמען צו באקומען שטיצע קען זיין א גרויסער הילף, א מויער קעגן די קומענדיגע נפילה
שבועות און נדרים קענען צומאל זיין א גוטער בייהילף זיך ארויסצוזעהן פון דעם פלאנטער. אבער עס מוז געמאכט ווערן ריכטיג, און מיט די ריכטיגע תנאים
אונזער פארום איז א אוצר פון הילף און ריקאווערי. נוצט דאס צו בויען א הייליגן קשר מיט חברים מקשיבים, בכדי זיך צוזאמען ארויסצוזעהן פון דעם צרה
קלארט אייך אויס די סיבות פאר א טויש מיט די פשוטע מהלך
די טעכניק וואס וועט אייך העלפן זיך פארצושטעלן אייערע תאוות ווי גלייך זיי וואלטן געווען מענטשן אדער אביעקטן, וועלכע איר קענט קאנטראלירן און עווענטועל באזיגן
איך בין אין מיינע דרייסיגער יארן, פארהייראט צו א וואוילע, טייערע, איידעלע פרוי, א טאטע פון עטליכע קינדער, ארבעט אויף א גוטע, מכובד’יגען פאסטן, אן אנגעזעענער מענטש אין מיין קהילה און איך קען אפילו לערנען. אבער דאס אלעס איז נאר איין זייט פון די מטבע. דער צווייטער זייט זעהט אויס פונקט פארקערט פון דעם.
עס איז פארהאן א גרויסער חילוק צווישן איינעם וואס האט א פראבלעם, וואס פון דעם האבן מיר גערעדט ביז יעצט, ביז איינעם וואס פלאגט זיך מיט אן אדיקשאן; וואס מיינט, א מצב אין וועלכען דער מענטש קען נישט אויפהערן צו טון עפעס וואס איז קעגן זיינע אינטערעסטן, און אפילו קעגן זיין אייגענעם ווילן.
עס איז נישט גרינג מחליט צו זיין צו מען פלאגט זיך מיט אן אדיקשאן, אדער מיט סתם א פראבלעם, און מען טאר נישט נעמען לייכט די פראגע. דא גיבן מיר אייך אביסל אנווייזונגען און אזוי אויך פארשידענע פראגעס וועלכע קענען אייך העלפן מיט דעם
די ערשטע פון די צוועלעף סטעפס איז, זיך ענדליך ארויסצוברעכן פון פארלייקענונג, און מודה זיין, פאר זיך, טיעף טיעף אינעווייניג, עס זאל ווערן א חלק פון אונזער מציאות, אז מיר האבן פארלוירן דעם קאמפף. אז מיר קענען נישט אליינס און מיר דארפן צוקומען צו הילף.
די איבריגע פון די צוועלעף סטעפס זענען געמאכט געווארן אונז צו ברענגען צו א מקום וואס מיר הערן אויף צו לעבן אויף אן אופן כאילו מיר פירן אונזער לעבן און מיר זענען אין קאנטראל, און אנשטאט הייבן מיר אן צו לעבן אזוי ווי דער אויבערשטער וויל פון אונז. צו מבטל זיין אונזער רצון צו זיין רצון און טון וואס מיר דארפן, נישט וואס מיר ווילן.
ארבעטן א צוועלעף סטעפ פראגראם מיינט, אינגאנצן טוישן דעם לעבן. אזא טויש רופט זיך אפ אויף יעדן מעגליכן טייל פון אייער לעבן און דערפאר איז כמעט נישט מעגליך עס צו ארבעטן אליינס, עס פעלט זיך אויס די הילף פון אנדערע אין דעם זעלבן מצב. דערפאר ארבעטן די אלע סארט פראגראמען דורך גרופעס.
אדם קרוב אצל עצמו, עס איז זייער שווער צו זעהן די אייגענע חסרונות, און די ארבעט ווייטער איז פון די עבודות הקשות שבמקדש. דערפאר איז וויכטיג און ראטזאם צו נעמען א ספאנסער, א באגלייטער וועלכער האט עס שוין געוויזן, וועלכער איז שוין געגאנגען דעם וועג, ער זאל אונז אנווייזן וואו צו גיין און וויאזוי עס אויסצופירן. דאס קען ראטעווען אונזער לעבן.
זייער אפט איז דא נאך גורמים צו אונזער מצב, געווענליך איז דאס עמאציאנעלע פראבלעמען פאר וועלכע מיר דארפן ע"פ רוב צוקומען צו פראפעסיאנאלע הילף. עס איז גאר וויכטיג צו באקומען די הילף, און איר צו באקומען פון די ריכטיגע מענטשן. דער נישט ריכטיגער מענטש קען נאך ערגער מאכן אנשטאט העלפן.
יעדע פרוי פון אן עדיקט מוז אויטאמאטיש צוקומען צו הילף. סיי ווייל איר מאנ'ס אדיקשאן אפעקטירט איר אויך, און סיי ווייל דער עצם מציאות פון דעם אדיקשאן רירט צו דעם איידעלסטן מקום אין דעם צוזאמענלעבן פון א פארפאלק, און אממערסטנס, ווייל דאס געבט דעם בעסטן שאנס פאר דעם פארפאלק אז זיי זאלן קענען דורכגיין די שווערע צייט און דערלעבן גוטע צייטן.
פראבלעמען ביי מענטשן קומען אין אלע סארט פארמען און דרגות, פאר טייל מענטשן איז באשערט גאר א שווערע נסיון, אין וועלכע אלע אויבנדערמאנטע הילף העלפט נישט. פאר זיי איז פארהאן ריהעב צענטערן וועלכע זענען גאר א גוטע מעגליכקייט פאר א נייע התחלה און א נייעם שאנס אין לעבן.