 |
א גוטן ערב שבת
|
מיר פרייען זיך ארויס שיקן די וועכנטליכע חיזוק-אימעיל לתועלת הרבים.
|
צדיקים האבן געזאגט, פארוואס איז פרה אדומה מטהר טמאים און מטמא טהורים? עפעס א דבר והיפוכו!
ווייל דאס איז בעצם די וועג פון יצר הרע... ער שטעלט אונז אן זאכן פארקערט... טוה דעס, מאך יענס, קוק דארט, בליק אהין, קויף א סמארטפאן, גיי אין יענע פלאץ וכו' וכו' - און ער רעדט אונז אן אז דארט וועלן מיר טרעפן די גליק... דארט וועלן אונז האבן סיפוק, באקומען שמחה, שפירן הנאה, פילן גוט...
אבער לאחר מעשה ווייסן אונז זייער גוט ווי אונז שפירן... אזוי שלעכט, אראפגעקלאפט, צופליקט, פארווייטאגט, פיל מיט עגמת נפש... און אזוי גייט עס יעדע מאל פון ניי...
פונקט ווי די יצר הרע ווייזט אונז פארקערטע זאכן, איז די יסוד הכפרה והטהרה פון פרה אדומה איז אויך דבר והיפוכו...
|
| |
|
|
געהאלפענע, קומט העלפן!
|
טייערע חברים.
ווי אסאך פון ענק האבן שוין מסתם באמערקט די נייע קאמפיין מיט א ציל צו ברענגען אויפמערקזאמקייט איבער די פעולות פון 'היט דיינע אויגן', כדי אז יעדער וואס דארף הילף זאל וויסן אז עס איז דא הילף, עס איז דא א וועג ארויס.
ב"ה, קוים צוויי וואכן פון די קאמפיין, אין די ריזאלטס איז איבער אלע ערוואטערונג!!
קרוב צו "צוויי הונדערט" פרישע חברים!!! אחינו בני ישראל וואס האבן זיך יארן געמוטשעט זענען געוואר געווארן אז עס איז דא א וועג ארויס!!!!
דאס ווייזט אונז ווי שטארק וויכטיג איז די פעולות וואס אונז טוהן און וויפל אידן שטייען און ווארטן אויף הילף, בגוף ובנפש!
מיר ווילן גיין נאך שטערקער בעז"ה און פרובירן צו אנקומען צו יעדן איינעם מאחינו בני ישראל וואס נוטיגט זיך אויף הילף.
טייערע חבר, דו האסט שוין זוכה געווען טועם זיין עכ"פ די טעם פון ריינקייט, לייג אריין דיין ברייט הארציגע נדבה כדי מיר זאלן קענען צושפרייטן די גוטע בשורה מער און מער.
ווער עס ווילן האבן א חלק אין די קאמפיין צו קענען מארקעטינג, קען געבן זיין נדבה דא
https://hitdanoigen.com/donate אדער ריפלייען צו די אימעיל
טייערע חבר! אויך אויב ביסט נישט ביכולת מנדב צו זיין געלט, זיי מנדב דיין הארץ! עס קומען אריין נייע חברים און עס וועט זיין פאר זיי זייער א שטארקע חיזוק צו זעהן די עלטערע חברים וואס שרייבן עצות און הדרכה פון זייער עבר. זיי וועלן זעהן וויפל חברים זענען שוין ב"ה געהאלפן געווארן און דאס וועט זיין פאר זיי א שטארקע שטופ און חיזוק.
כל המזכה את הרבים, אין חטא בא על ידו!!!
|
| |
|
 |
זיי דיך מחזק כחוק בלי טעם
|
די וואך איז פרשת חקת. שטייט א ווארט 'לטהר טמאים', מ'דארף געדענקן אז אפילו מ'שפירט אז מ'איז טמא, אבער ס'דא א כח פון אפר הפרה וואס דאס איז מטהר. און דאס איז היינטיגע צייטן די אלע קליינע זאכן וואס א מענטש שטארקט זיך ווי א חק אן קיין טעם אז דאס וועט מיך מאכן בעסער, ווייל ביי זיך אין מח איז ער דאך זיכער אז מארגן גייט ער נאכאמאל דורך פאלען, אבער מ'טאר נישט קוקן אויף דעם אזוי ווי א חק אן קיין טעם.
|
(tatehelfmich :קרעדיט) |
| |
|
 |
טייער קינד, איך וויל דיר העלפן, לאז זיך נאר העלפן...
|
עס איז דא א משל וואס דער דובנא'ר מגיד ברענגט, אז עס איז אמאל געווען א איד, וואס איז אויפגעוואקסן ביי גאר רייכע עלטערן, און ווען ער האט חתונה געהאט האט ער געטראכט אז ער וויל נישט צוקומען צו זיין טאטע'ס הילף, ער וויל זיך אליין אויפבויען זיין אייגענע ביזנעס, און שפירן אז ער איז אליין א מענטש צום טיש, און וויפיל זיין טאטע האט אים געוואלט צוהעלפן, סיי דורך געבן געלט, סיי דורך ריכטיגע עצות פון זיין אייגענע עקספיריענס, האט ער אייביג געזאגט, טאטי איך וויל מיר אליין שטעלן אויף די פיס, איך בעהט דיר העלף מיר נישט לאז מיר אליין זיך לערנען, און איך וועל אליין אנקומען צו די פלאץ ווי דו ביסט אנגעקומען. און אזוי האט ער זיך אפגעמוטשעט זיינע יארן, וואס ער האט געמאכט קוים אויף צום לעבן.
ויהי היום זיין עלטסטע טאכטער האט זיך ב"ה פארעלטערט, און זי איז אנגעקומען צו די צייט פון שידוכים, און אזוי ווי ער איז געקומען פון א רייכע משפחה, האט מען אנגעטראגן פון די שענסטע און בעסטע שידוכים, און ער האט געטראכט אז ער קען צוזאגן א גרויסע נדן, ווייל אזוי ווי זיין טאטע האט געקענט אנקומען צו א פלאץ ווי ער האט עס געקענט באצאלן, וועט ער אויך קענען אנקומען אהין. ער האט ב"ה א שידוך געטוהן גאר א רייכע שידוך, און גאר א חשובע בחור, און פארשטייט זיך אויך צוגעזאגט גאר א גרויסע סכום פאר נדן, וואס איז געווען אסאך אסאך העכער פון זיינע מעגליכקייטן, און ער האט געהאפט אז ביז די זמן החתונה וועט אים די מזל צושפילן אז ער זאל עס קענען באצאלן.
אבער די זמן החתונה האט זיך אונטער געיאגט, און די געלט איז נישט געווען, ער איז געווארן זייער פארלוירן, איז ער בלית ברירה אריבער צו זיין טאטע און אים געבעהטן, טאטי איך קען נישט שטיין אין מיינע התחייבות'ן וואס איך האב מיר אונטערגענומען, איך בעהט דיר דו ביסט דאך א גוטע פריינט מיט מיין מחותן, איז בעהט אים אז ער זאל מסכים זיין צו אפלאזן דעם שידוך. דער טאטע קוקט אים און פרעגט, פארוואס ווילסטו אפלאזן די שידוך, איך בין גרייט דיר אויסצוצאלן דעם גאנצן נדן, און דער זוהן ענטפערט טאטי דו ווייסט דאך אז איך וויל נישט צונעמען דיין געלט, איך וויל מיר אליין שטעלן אויף די פיס, דער טאטע געבט א קרעכץ און ער זאגט מסכים, ער האט גערעדט צום מחותן און מען האט אפגעלאזט דעם שידוך.
עס איז אריבער א שטיק צייט און ער האט נאכאמאל א שידוך געטוהן, דאסמאל איז עס שוין נישט געווען פון א רייכע משפחה, און אויך ווייט נישט די זעלבע סארט בחור, אבער פארשטייט זיך אז דער נדן איז אויך געווען גאר אסאך נידריגער, אבער ווען עס איז געקומען די זמן החתונה און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן אפילו דאס ביסל, האט ער אנגעהויבן מורא האבן וואס וועט דא זיין, איך קען דאך נישט נאכאמאל אפלאזן דעם שידוך, ווייל ווער ווייסט וואס גייט נאכדעם זיין, בלית ברירה גייט ער אריבער צום טאטן, און ער גיסט אויס זיין שווער הארץ פאר אים, און ער בעהט זיין טאטע ביטע דאס מאל קום מיר צו הילף, אז איך זאל נישט פארשעהמט ווערן נאכאמאל.
דער טאטע קוקט אים אן און עס רינט א טרער פון זיינע אויגן, און ער זאגט: מיין טייער קינד איך בין אייביג געווען גרייט דיר צו העלפן, דו האסט אבער נישט געוואלט, וויפיל עגמת נפש וואלסטו דיר געקענט פארשפארן אין דיין לעבן, אבער פון יעצט געדענק איך בין אייביג דא פאר דיר, און איך בין גרייט דיר צו העלפן.
לענינינו דער אויבערשטער קוקט מיר אן מיט בליקן פון רחמנות און מיט-געפיל, און ער זאגט מיר:
מיין טייערע צדיק'ל, איך בין אייביג דא פאר דיר, איך געב דיר אלעס וואס דו דארפסט, אבער פארשטיי דו דארפסט מיר לאזן דיר העלפן, קום אריבער צו מיר און בעהט מיין הילף, זאג מיר נישט אז דו קענסט זיך אליין א עצה געבן, וועסטו זעהן אז איך וועל דיר העלפן, עס איז א שאד אויף דיין עגמת נפש וואס דו גייסט אדורך אין יעדע הינזיכט פון לעבן, אלעס קען ווערן מסודר און איין מינוט, אויב דו וועסט מיר נאר לאזן אריינקומען צו דיר אין שטוב און אלעס מסדר זיין, צו דיר אין ביזנעס און אלעס אוועק שטעלן אין פלאץ, צו דיר אין הארצן אריין און אלעס אויסרייניגן, זיי שטארק געדענק איך בין אייביג דא פאר דיר.
|
(Hialigertzadik :קרעדיט) |
| |
|
 |
ווען דער יצר ציברעכט די גאנצע טורעם
|
מיין קליין אינגעלע האט זייער ליעב אויפצובויען גרויסע שטאקן מיט זיינע לעגאויס, ער שטרעבט עס זאל אנקומען ביז די דאך, לייגט ארויף איינס אויף די צווייטע זייער פאמעליך, שטרענגט זיך אן מיט זיינע גרעסטע כוחות עס זאל נישט צופאלן זיין טורעם וואס ער שטעלט אויף, מען לייגט איינס העכער די צווייטע, די שמחה ווערט אזוי גרויס מען קען דאס טאפן אין די לופטן, וואו העכער מען האלט אלץ שטערקער ווערט די שמחה.
ווען פלוצלונג קומט איין קינד וואס קען נישט צוקוקן די שמחה פון מיין אינגל, געבט א שטופ דעם טורעם, און דאס גאנצע צופאלט אויף שטיקלעך. מיין קינד האלט עס נישט אויס, די ווייטאג איז שרעקליך, זיך אזוי געפלאגט, יעדע איינציגע שטיקל איז געווען אן עבודה קשה, און דא איין שטופ דאס גאנצע צופאלט, עס איז זייער ווייטאגליך, און עס איז פארשטענדליך אז ער וויינט, אבער לאחר המעשה בארואיגט ער זיך, און ער הייבט אן פריש.
וויפיל אידן צווישן אונז וגם אני בתוכם האבן שוין געבויעט ריינע טעג איינס נאכ'ן צווייטן, נישט געווען גרינג, צומאל האבן מיר געשפירט ממש מיר האלטן עס מער נישט אויס, אבער מיט די הילף פונעם אייבערשטן איז עס געגאנגען ווייטער, מען האט געשטעלט נאך איין ריינע טאג, די שמחה איז געווען ממש לעילא ולעילא, וואו מער טעג מען האט אנגעקליבן אלץ גרעסער איז געווארן די שמחה.
אבער דער בעל דבר האט דאס ממש נישט דערהויבן, געבט א רוק אונטער א נסיון אזוי ווי קיינמאל בעפאר, איין שטופ און די גאנצע טורעם צופאלט, עס איז זייער ווייטאגליך, אזויפיל פלאג, אזויפיל כוחות, אלעס מיט איין שטופ.
אבער דער בעל דבר איז נאכנישט צופרידן, ער מאכט אונז שפירן מיואש'דיג, פארלוירן, ער צוברעכט אונז אויף שברי שברים, ער לאזט אונז נישט זיך צוזאמקלויבן, ער מאכט אונז שפירן וואו די גרעסטע בעלי עבירה פון דור אנוש, ער ברענגט אראפ אונזער מאראל, ער לייגט אריין ענערגישע כוחות אונז צו האלטן אנידערגעשלאגן אזוי אז מיר זאלן זיך נישט קענען הייבן די קאפ נאכאמאל, און דערנאך מאכט ער דעם וועג ארויף צו דיר רבונו של עולם, און דא קומט ער מיט א גאנצע זאק קטרוגים אויף אונז, שפילט אויף אלע עבירות, פארלאנגט בכל תוקף מען זאל אונז מעניש זיין, אבער משה'לע פארלירט זיך נישט, ער האט א טאטע אין הימל וואס פארשטייט אים, און ער איז א יודע מחשבות, היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אוי טאטע אין הימל, קוק וויפיל ריינע טעג מיר האבן שוין געטוהן דיין רצון, מיר האבן זיך געהאלטן בקדושה אלעס נאר פאר דיר, דער בעל דבר פרובירט יעדן טאג מיט אלע מיטל'ן אונז אויפצווויזן אז מיר וועלן במילא פאלן, אדער עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס זיך צוריקהאלטן, וואס איז די טעם פארוואס מען מעג נישט, מה טעם יש בה, אבער מיר האלטן זיך צוריק אלעס ווייל 'זאת חקת התורה', ווייל דו רבונו של עולם ווילסט נישט, די נסיונות זענען אסאך מאל ביטער שווער, די גאס ווערט ערגער פון יאר צו יאר, אין יעדע ריינע טאג ליגט מלא הרגש פון שמחה אז מען האט דאס דערלעבט, און עס ליגט אויך יסורים ומכאובים פון דראנג אדורכצופאלן.
נעם ארויף טאטע די ריינע טעג צום כסא הכבוד, ותגער בשטן לבל ישטיננו. ניין מיר זענען בכלל נישט דור אנוש, מיר זענען נישט יודע רבונו ומתכוין למרוד בו, מיר זענען אומשולדיגע נשמות וואס זענען אריינגעפאלן אין א דור פון אינטערנעט, א דור פון ראיות אסורות איבעראל, מיר דראפן זיך אויף די גראדע ווענט, יעדע ריינע טאג וואס מיר האבן ליגט דמעות של שמחה אבער אויך א ים של דמעות צו דיר באשעפער זאלסט אונז אפהיטן, מיום שחרב בית המקדש ננעלו שערי תפילה, ואף על פי ששערי תפילה ננעלו, שערי דמעה לא ננעלו, אוי הייליגער באשעפער נעם די אלע ריינע טעג, וואס איז אדורכגעווייקט מיט אזויפיל אידישע טרערן, און בוי אויף דעם בית המקדש, און אויב ברויכסטו פייער צו בויען די בית המקדש, נעם אונזער אש היצר הבוער בקרבנו תמיד, און יעדע טאג וואס מיר האבן זיך געהאלטן ריין, נעם די אלע טעג, די אש היצר וואס איז האט געברענט עד לב השמים, און נוץ דעס אויפצובויען דיין בית המקדש.
|
(קרעדיט: עד כאן) |
| |
|
 |
די נצחון המלחמה האט זיך שוין אנגעהויבן
|
א גוט יאר טייערע חבירים איך וויל מיט ענק שעירן וואס איך בין אלץ אדורך אין די לעצטע פאר וואכן.
א גוטע פאר וואכן צוריק האב איך צוביסלעך אן געפאנגן צו פאלן און דא דארט געהאט שייכות מיט אנדערע (נישט פיזיקל ב"ה) און איך האב מיר ממש געדראפעט אויף די גראדע ווענט צו זיך קענען צוריק כאפן.
איך האב געטרייט עס צו שעירן אביסל דא אין מיין טרעד און מיט אנדערע חבירים דא אויפן סייט פון וואס איך האב געהאט באקומען אסאך חיזוק אבער זעהט זיך אויס אז עס איז נאך נישט געווען די ריכטיגע מינוט איך זאל מיר שוין אין גאנצן ארויס זעהן דערפון.
אביסל איז געווען בעסער צייטן וואס איך האב יא געקענט ביישטיין גרויסע נסיונות אבער איך האב געזעהן אז צוביסלעך פאר איך אראפ.
פון איין זייט איז מיר עס געווען א גרויסע נחמה ווייל איך האב שוין אסאך מאל געפאלן במשך די יארן אויף אזעליכע מינע וועגן אבער יעצט נאכן ארבעטן אויף מיר אין רעקאווערי פאר בערך א יאר צייט האב איך געזעהן אז די נפילה גייט אסאך אסאך שטייטער און רואיגער און עס צועט מיר נישט אזוי שטארק ווי עס פלעגט מיר אמאל צוען וואס דאס ווייזט אז איך האלט שוין ב"ה אויף היבש א גרויסע מדריגה אבער דאך האט מיר עס זייער שטארק וויי געטון און איך האב בשום אופן נישט געקענט זעהן קיין וועג ווי זיך ארויס צו זעהן פון דעם.
די וואך זונטאג אין מיטן טאג האב איך גענומען די קוראזש און ארויס גענומען א אלטע סמארטפאון וואס איז געווען צובראכן און איך האב עס געלייגט טשארדזשן.
שפעטער בין איך געגאנגן לערנען און אין מיטן וועג קאלט מיר אן מיין חברותא אז ער קענסעלט די שיעור פאר היינט.
איך האב גראד געמאכט א בואי בשלום און מיט א צובראכן הארץ האב איך מתפלל געווען צום אייבישטער אז איך גיי יעצט אהיים און איך האב א שטארקע נסיון און איך ווייס נישט וויזוי זיך א עצה צו געבן.
למעשה בין איך אהיים געקומען און איך האב געעפנט יענע פאון און געשעירט ווייפי פון מיין יעצטיגע פאון און די רעסט איז היסטערי...
ווען עס איז געקומען די צייט צו גיין דאווענען מנחה מעריב האט מיר דער אייבישטער געגעבן א מתנה פון שטארקייט און איך האב אוועק געלייגט די פאון און געגאנגן דאווענען מנחה מעריב בציבור.
נאך מעריב האב איך אביסל ווייטער געשפילט מיט יענע פאון און געגאנגן שלאפן אביסל שפעט לכבוד דעם.
מאנטאג האב איך געמאכט א החלטה אז איך נעם נישט מיט יענע פאון אין דזשאב און איך האב עס טאקע אויס געפירט און למעשה האב איך עס יענע גאנצע טאג נישט געניצט.
די זעלבע איז געווען נעכטן (דינסטאג) האב איך א גאנצע טאג נישט געהאט יענע פאון מיט מיר אבער ביינאכט האב איך עס יא געהאט און איך בין געווען צושאסן אויף טויזענט פון די זאכן וואס איך האב געוואטשט און פון די מענטשן וואס זענען מיר נאך געלאפן אויף אימעיל בעיקר.
אין מיטן מעריב האב איך מחליט געווען בהחלטה גמורא אז אזוי ווי איך קום אהיים גיי איך אוועק ווארפן יענע פאון אבער נאך עטליכע סקונדעס האב איך אן געפאנגן פילן אזוי בענקעניש נאך די זאכן וואס איך האב געוואטשט און פון יענע מענטשן וואס איך האב שוין געהאט געמאכט קאנטעקט אז איך האב געפילט ממש אז איך גיי וויינען.
ווען איך בין אהיים געקומען בין איך ווייטער געווען אויף יענע פאון.
אזוי צובראכענער הייט בין איך ארויף געקומען אויף הדא ווי א טייערע חבר האט מיר געכאפט אין פרייוועט און איך האב אים דערציילט וואס איך גיי דורך און יענער האט געפוילט ביי מיר און איך האב אוועק געווארפן יענע פאון אין גארבידזש.
פון א האלבע צרה בין איך שוין פטור געווארן אבער וואס טוה איך יעצט מיט די אלע נייע חבירים וואס איך האב יעצט אויף אימעיל? פאר דעם האט דער אייבישטער מיר אויך צו געגרייט א פלאן.
היינט צופרי שיקט מיר איינער א מעסידזש (אויך א חבר פון די סייט) וואס האט אביסל מיט געהאלטן די לעצטע פאר וואכן וויזוי עס גייט מיר און ער פרעגט מיר וואס עס טוט זיך דערצייל איך אים וואו איך האלט יעצט און ער האט זיך אן געלייגט אויף מיר אז איך זאל ווי שנעלער צו מאכן יענע אימעיל עקאונט און זיך עפענען א נייע. ער האט מיר נישט געלאזט קיין מנוחה פאר אפאר שעה ביז עס איז געווען מסודר.
פון מיין לעצטע פאר וואכן וואס איך בין אלץ אדורך נעם איך ארויס זייער אסאך חיזוק קודם כל האב איך די גאנצע צייט געזעהן עין בעין וויזוי דער אייבישטער וואטשט מיט מיט יעדע נסיון עקסטער אז איך זאל עס קענען הענדלען לפי מצבי ווייל אפילו איך בין היבש געפאלן האב איך אויך געהאט זייער אסאך התגברותער.
און צווייטענס ווען איך בין דא אן געקומען בערך א יאר צוריק בין איך געווען אין א מצב פון זיך נישט קענען האלטן ריין פון הוז"ל פאר מער פון אפאר טעג טאפס (עס האט זיך געהאט אן געפאנגן אין א תקופה פאר איך בין דא אן געקומען) און יעצט אין די לעצטע פאר וואכן האבן מיר אין מיין קאפ געווירבעלט א גאנצן צייט אז איך זאל נאך אמאל אן פאנגן ח"ו צו מוז"ל זיין און אפילו נאכן וואטש די ערגסטע האב און שוין כמעט געהאט אויף געגעבן די מלחמה האב איך עס למעשה דורך געמאכט דורכן האלטן אין איין זיך איין חזרן דעס וואס איך פלעג מיר איין חזרן אן פאנג ווען איך בין דא אן געקומען אז נאך א נפילה האט מען אזוי חרטה אז מען טראכט אז מען וואלט ווען געטון אלעס אין די וועלט נישט צו פאלן.
און מיין מלחמה יעצט האט נישט געברענט אזוי שטארק ווי פון א יאר צוריקוואס דעס ווייזט מיר אז איך טוה אויף מיט מיין ארבעט.
|
(קרעדיט: צוועלעף אזייגער) |
| |
|
|
|