א איד איז אמאל צוגעגאנגען צו הגה"צ רבי אביגדור מילער זצ"ל, עטליכע טעג פאר ראש השנה, און איהםָ געפרעגט, 'ילמדנו רבינו', מיט וואס זאל איך מיך גרייטן צו דעם גרויסן און פארכטיגן יום הדין?
האט רבי אביגדור איהם געענטפערט, מיט איין ווארט, אויף ענגליש : 'סמייל' (שמייכל)... דאס הייסט, ער זאל זיין פריינטליך און פרייליך צו יעדן איינעם .
האט דער איד געמיינט, אז זייענדיג שוין אויף דער עלטער, האט רבי אביגדור זיך נישט געכאפט וואס ער מיינטצו פרעגן, ווייל ער האט דאך איהם נישט געבעטן א הדרכה לכבוד 'פורים', נאר וואס עס זאל זיין די הכנה זיינע, צום פארכטיגן טאג ראש השנה... האט דער איד איהם געפרעגט א צווייטן מאל, וואס דארף זיין די הכנה צוםיום הדין, אבער רבי אביגדור האט ווייטער געענטפערט 'סמייל'...
און ער האט צוגעגעבן:איר מיינט אוודאי, אז זייענדיג אלט האב איך נישט פארשטאנען אייער פראגע... וועל איך עס אייך ערקלערן מיט א משל:
איינער פירט אן מיט א גרויסע נעץ פון געשעפטן וואס זענען געווען אויסגעשפרייט איבער דער גאנצער שטאט .מיר ווייסן אז 'עולם כמנהגו נוהג', און יעדעס געשעפט ווערט אנגעפירט פון 'מענעדזשערס' און זייערע ארבעטער.
ווען עס דערנענטערט זיך דער סוף פונעם יאר, נעמט זיך דער אייגנטימער פונעם געשעפט צייט, און ער מאכט א 'באלאנס' צו זעהן די הכנסות און די הוצאות, און אזוי קאנטראלירט ער דעמאלס אלעס וואס קומט פאר אין אלע זיינע געשעפטן. אויב ער זעהט אז אין א געוויסן געשעפט זענען דא צופיל 'ארבעטער', און מ'דארף אוועקשיקןא טייל פון זיי, וועט ער אזוי טוהן, אדער אז אין אן אנדער ארט דארף מער "פובליצירן" דעם געשעפט, כדי די שכנים וואס וואוינען אין יענע געגנט זאלן וויסן אז עס עקזיסטירט דארט אזא געשעפט, וועט מען אזוי טוהן.אין א דריטן ארט, דארף מען אריינברענגען מער סחורה... און אזוי ווייטער און ווייטער .
נאכ'ן דורכרעדן זיך מיט זיינע ראטגעבער, האבן זיי איהם געזאגט וועגן דעם ערשטן געשעפט פון וואו ער ווילאוועקשיקן ארבעטער, אז 'יענעם' ארבעטער זאלסטו נישט פארשיקן, ווייל זיין עצם געפינען זיך אינעם געשעפט,ברענגט דיר אסאך 'קונים' פון דרויסן, וויבאלד ער האט שטענדיג א שמייכל פאר אלע קונים וואס קומען אריין אין געשעפט ...
דער נמשל איז - האט רבי אביגדור מילער אויסגעפירט, אין זיין ענטפער צו דעם איד וואס האט איהםַ געפרעגט וואס עס דארפן זיין די הכנות צום יום הדין - אין דעם טאג פון ראש השנה, מאכט דער אויבערשטער אן 'איבערבליק' אויף דער וועלט, ער קוקט איבער אלעס וואס עס קומט פאר אויף דער וועלט. 'וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון'. ער באשליסט אמאל אויף עטליכע 'ארבעטער', אז מ 'קען זיי אוועקשיקן חלילה פונעם'געשעפט' - פון דער וועלט... אבער די וואס האבן שטענדיג א 'שמייכל' פאר אנדערע מענטשן, זיי לאזט ער איבעראויף דער וועלט, אין יעדן פאל... ממילא, קענסטו פארשטיין, אז איך האב דיר געגעבן גאר א גוטע עצה, ווי אזוי צו גרייטן זיך צום יום הדין.
|