ווען מיר לאזן זיך ארויס אויפן וועג זיך צו היילן פון אונזער פראבלעם, איז וויכטיג אז מיר זאלן וויסן (אויף וויפיל עס איז מעגליך) וואס אונזער פראבלעם איז, און נאר אזוי וועלן מיר קענען פראבירן צו טרעפן א ריכטיגן לייזונג. ווידער א נישט ריכטיגע צוגאנג, אדער נאך ערגער, א צומישטע צוגאנג, וועט אונז נאר אויפהאלטן אין אונזער וועג צו טרעפן דעם לייזונג.
עס איז אמת אז אין א געוויסן זין מוטשענען מיר זיך אלע מיט דעם זעלבן פראבלעם און אויב אזוי וואלט לכאורה געדארפט זיין איין און די זעלבע לייזונג פאר אונז אלע, אבער דער פאקט איז נישט אזוי.
אז א מענטש וועט קומען צום דאקטער און אים זאגן: "עס טוט מיר וויי", איז גאנץ זיכער אז דער דאקטער וועט האבן זייער א שווערע ארבעט אים צו היילן. פון די אנדערע זייט, אויב ער וועט קענען אנווייזן ווי עס טוט אים וויי, וואס פארא סארט ווייטאג עס איז, ווען עס טוט וויי מער און ווען ווייניגער, דער מענטש האט שוין אנגעהויבן זיין היילונג, כאטש ער איז נאר יעצט אנגעקומען צום דאקטער.
דערפאר איז דער פערטער כלי אונזערער: צו פארשטיין אונזער פראבלעם. כאטש וואס עס וועט אונז אויסקוקן ווי אין דעם פאזע טוען מיר זיך נאר באשעפטיגן מיט דעם פראבלעם אליינס און נישט מיט דעם לייזונג, איז עס אבער נישט ריכטיג. כדי צו וויסן וואס צו טון און וויאזוי צו לייזן דעם פראבלעם, מוזן מיר צוערשט פארשטיין דעם פראבלעם. און דאס פארשטיין דעם פראבלעם איז א גרויסער טריט פאראויס אין דעם ריכטיגן וועג. ווי די וועלט זאגט: "פארשטיין דעם מחלה איז שוין א האלבער רפואה".
וויאזוי קענען מיר טאקע וויסן וואס איז אונזער פראבלעם און וואס וועט זיין דער ריכטיגער לייזונג? דער תירוץ צו דעם הייבט זיך אן מיט אט דעם כלי: האבן דעם ריכטיגן צוגאנג און דעם ריכטיגן בליק אויף די גאנצע זאך.
דער וועג צו דעם הייבט זיך אן מיט זיך אליינס אדורך טון, מיט א טיעפקייט און מיט אן אמת'דיגקייט. גאר אפט קען זיך אויספעלן אז מען זאל זיך אדורך רעדן מיט א פראפעסיאנאל, אדער מיט אונז (איר קענט דאס טון דא דורך אימעיל). וואס מער מיר וועלן וויסן און פארשטיין איבער זיך אליינס, אלס גרינגער וועט זיין אנצוקומען צו א צוגעפאסטע לייזונג.
עס איז אבער קלאר אז דער וועג צו דעם לייזונג איז נישט זיך צו נעמען פרובירן די דאזיגע עצות אן א סדר, צומישט, למחצה לשליש ולרביע, אן פארשטיין אפילו וואס אונזער פראבלעם איז. דאס האבן מיר שוין פרובירט און די רעזולטאטן זענען נישט געווען וואס מיר האבן געוואלט (ווען יא וואלט איר דאך נישט געווען דא יעצט).
אויף דעם וועבסייט "היט דיינע אויגן", אין די פארומס, אין די רעגלמעסיגע אימעילס און אזוי אויך צווישן די חברים דא, הערט מען כסדר פארשידענע זאכן וואס קען העלפן. אבער דער איבערפלוס פון אינפארמאציע קען אונז זייער צומישן. מען מוז געדענקען איז נישט יעדע זאך איז געמאכט פאר יעדן. טייל זאכן זענען פאר אזעלכע וועלכע האבן א שווערע אדיקשאן און קיין שום אנדערע זאך וועט נישט העלפן נאר דאס, און אנדערע זאכן זענען דוקא פאר יונגע בחורים וועלכע זענען אנגעקומען יעצט צו די תקופה וואס זיי טוען זיך אנטוויקלען און די געפילן און הארמאנען פון סעקס וועקן זיך אויף ביי זיי און בוזשעווען שטארק.
דוקא דער מציאות אז דער סייט איז אנאנים, קען צומאל צומישן מער, ווייל מיר ווייסן דאך נישט צו דאס וועס יענער זאגט מיט אזא אנטשלאסנקייט און מיט אזא זיכערקייט, וועט טאקע זיין פאסיג פאר מיר אויך.
דער דאזיגער כלי זאגט אונז מיר זאלן נעמען א טיפן אטעם, אפלייענען דעם גאנצן האנטבוך און זיך אליינס אויספרעגן: וואו כאפט מיין פראבלעם, וועלכע פון די זאכן האב איך שוין פרובירט, ווי שטארק האבן זיי געהאלפן, און נאר לויט דעם קען מען בעסער אנהייבן וועבן א פלאן. עס איז נישט כדאי צו ווערן נאכגעשלעפט נאך יעדן געדאנק וואס זעהט אויס גוט און פאסיג, נאר אנשטאט דעם זאל מען פרובירן צוטרעפן וואס וועט ארבעטן פאר אונז.
די אלע כלים וואס מיר שיקן אייך דא, זענען כלליות'דיגע כלים, וועלכע זענען געבויעט מן הקל אל הכבד. עס הייבט זיך אן ביי די גרינגערע שטאפלען און גייט צוביסלעך ארויף צו די העכערע און שווערערע שטאפלען. דאס מיינט אז אויב איר וועט זיי אלע אדורכליינען און אנהייבן מיט דעם ערשטן, און איר אמת'דיג אויספירן, און דערנאך גיין צום קומענדיגן און אזוי ווייטער, וועט איר בפשטות אנקומען ווי איר דארפט. אבער עס איז זייער מעגליך אז מיר קענען אייך העלפן שנעלער און גרינגער פון דעם.
עס איז מעגליך אז איר ליידט פון אדיקשאן און נאר די גאר הויכע שטאפלען וועלן העלפן. און דאס איז מעגליך אפילו אויב איר זענט אצינד זיכער ביי זיך אז נישט. אז איר וועט זיך אדורכרעדן מיט אונז, אדער מיט א פראפעסיאנאלן מענטש, וועט עס אייך מעגליך שפארן אסאך צייט און עגמת נפש.
פון די אנדערע זייט איז מעגליך אז פאר אייך וועט העלפן איינס, אדער א קאמבינאציע פון עטליכע, פון די פרערדיגע, גרינגערע כלים.
די פערטע כלי איז נישט איינס וואס ענדיגט זיך ווען מיר גייען אריבער צו דעם קומענדיגן, די פערטע כלי זאגט אונז, אז אין יעדן שלב, אין יעדן פאזע פון אונזער רייזע זאלן מיר כסדר האלטן אפן די אויגן און זיך נישט נארן. מיר מוזן האבן דעם ריכטיגן צוגאנג און פערספעקטיוו און אזוי אויך זעהן וואס העלפט יא און נאך וויכטיגער, וואס העלפט נישט. אזוי וועלן מיר טרעפן דעם ריכטיגן צוגאנג וואס וועט אונז בעז"ה העלפן.
איך לאדן דיך איין צו שרייבן צו מיר און צוזאמען וועלן מיר פרובירן זעהן וואס פונקטליך איז אייער מצב און וויאזוי צו גיין ווייטער.