אין טייל פון די פריערדיגע כלים האבן מיר גערעדט איבער דעם פראבלעם פון איינזאמקייט און דער וויכטיגקייט פון זיך עפענען פאר נאך א מענטש. צומאל איז גענוג זיך צו עפענען פאר איין מענטש וואס ער זאל וויסן אונער מצב, וואס מיר זאלן זיך קענען פארבונדן מיט אים אין א שווערער מינוט און דאס וועט אונז העלפן זיך פארמעסטן מיט א כוואליע פון לאסט און ארויסקומען פון דעם בשלום, אבער צומאל איז דאס נישט גענוג.
פאר טייל פון אונז האט זיך אויסגעפעלט מער פון דעם צו קענען ארויסקריכן פון דעם כישוף ראד פון פאלן-חרטה-שולד געפיהלן-בושה-און ווידער פאלן. צומאל פעלט זיך אויס א קשר מיט א ברייטערן ציבור פארשטאנדיגע מענטשן. אבער נישט סתם פארשטאנדיגע מענטשן, נאר דוקא אזעלכע וועלכע פלאגן זיך מיט דעם זעלבן פראבלעם ווי אונז. אזעלכע וועלכע גייען אדורך דאס וואס מיר גייען אדורך.
מיר דארפן האבן מענטשן וועלכע וועלן הערן וואס מיר גייען אריבער און זיי וועלן וואוסן פונקטליך וואס מיר שפירן; נישט מענטשן וואס וועלן זאגן: נו, טו עס נישט, אדער: הער אויף. און אפילו נישט מענטשן וואס וועלן סתם אזוי האבן מיטלייד. ניין, מיר דארפן אזעלכע מענטשן וואס קענען זיך אליינס טרעפן אין דעם פראבלעם, אין דעם רייץ, אין דעם קאמפף: איך וויל יא, אבער איך וויל נישט. זיי וועלן וויסן פונקטליך וואס מיר גייען אריבער און זיי וועלן אונז קענען דערציילן וואס זיי גייען אריבער ווען זיי געפונען זיך אין אזא מצב.
טאקע פאר דעם סיבה איז געמאכט געווארן דער פארום פון "היט דיינע אויגן". דאס איז א פלאץ ווי מיר קענען ליינען איבער די פארמעסטן וואס אנדערע מענטשן גייען אריבער, מיר קענען מיטטיילן מיט אנדערע וואס מיר גייען אריבער, מיר קענען בעטן שטיצע, באקומען הילף, אראפנעמען דעם עול פון די בושה און שולד געפילן, און די חשוב'סטע פון אלעמען, באקומען האפענונג.
ווען מיר זעען ווי אנדערע חברים פארמעסטן זיך מיט די זעלבע סארט שוועריגקייטן ווי אונז, הייבן מיר אן זיך צו שעמען ווייניגער און צו פארשטיין בעסער אונזער מצב. ווען מיר זעען ווי אנדערע מענטשן וועלכע זענען געווען אין דעם זעלבן מצב ווי אונז, און אפשר אפילו ערגער, און היינט זענען זיי אין א גוטן מצב, זעען מיר אז עס איז באמת דא האפענונג און א מעגליכקייט צו טוישן דעם מצב.
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אין דעם פארום זענען פארהאן פילע חברים, וועלכע טוען זיך פארמעסטן מיט דעם פראבלעם אין פארשידענע אופנים און וועגן, און מיר מוזן נישט אפקויפן יעדעס ווארט וואס יעדער איינער שרייבט דארט ווי עס וואלט געווען תורה מסיני. מען דארף אלעמאל קודם גוט בודק זיין און פארשטיין אונזער מצב, ווי שטייען מיר, וואס איז מיין פראבלעם, און וואס קען ארבעטן פאר מיר. אז עס האט געארבעט פאר יענעם מיינט נאך נישט אז עס 'מוז' ארבעטן פאר מיר.
רוב חברים אויף דעם פארום גייען אין די שיטות און מהלכים פון די "צוועלעף סטעפס", און מיר אלע קענען זיך פיל לערנען פון זיי, אבער דאס מיינט נישט אז יעדער איינער מוז גיין אין דעם שיטה און אין דעם מהלך. און טאקע דערפאר איז זייער גוט און זייער וויכטיג אז ווען איר שליסט זיך אן אין "היט דיינע אויג" אויף צו באקומען הילף און שטיצע זיך צו האלטן ריין, אז איר זאלט שרייבן אין דעם פארום, און צו שרייבן איבער זיך, פרעגן פון אנדערע וואס זיי האבן געטון צו לייזן דיין פראבלעם. אדער אויב דו טרעפסט אז מען שרייבט ערגעץ איבער עפעס מיט וואס דו מוטשעסט זיך, נעם די צייט עס צו לייענען, און אפשר אפילו מגיב זיין אדער פרעגן אויף דעם.
אויף דעם פארום איז אויך דא א ספעציעלע אפטיילונג, גערופן שלום עליכם, וועלכע איז דירעקט געמאכט פאר נייע חברים זיך פארצושטעלן און פאר די עלטערע חברים זיי מקבל פנים צו זיין און אנצוהייבן בויען א קשר מיט די חברים דא. עס איז אויך דא אנדערע ערטער ספעציעל צו פארציילן איבער זיך און אזוי אויך מיטצוטיילן די טאג טעגליכע זאכן וואס מען גייט אריבער, בשעת מען גייט זיי אריבער, און אזוי ארום צו באקומען חיזוק פון חברים מקשיבים, וועלכע פארשטייען אייך גוט, בשעת ווען מען דארף עס דאס מערסטע.
אריינצוגיין צום פארום, דרוקט דא