י"ב אב התשע"ח

שלום עליכם טייערע ברודער

שלום עליכם טייערע ברודער

איך זאג אייך דעם אמת, אז יעצט, בשעת איך נעם דעם פעדער, כ'מיין, דעם קיבארד, אין די הענט אריין און איך נעם זיך שרייבן, ווייס איך נאך נישט באמת וואס איך גיי שרייבן. אבער אזוי פיל יע, אז איך האב דערגרייכט דעם נומער מוז איך שרייבן. פשוט, מ'קען דאך נישט ארויסלאזן אזא געלעגענהייט פון די הענט אן אפצושרייבן עפעס דערוועגן...

אבער אויסער דעם, איז דאך דער אמת באמת אז מען מוז אפגעבן אן אמת'ן שבח והודאה פאר'ן בורא כל עולמים אז מען האט דערגרייכט אזא זאך, בפרט ווען עס איז דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן אז איך קום אן צו אזא סארט מילשטיין (כ'ווייס נישט פונקטליך וויאזוי מען זאגט דאס אויף אידיש), האב איך דעריבער מחליט געווען אז איך זעץ זיך אוועק און איך הייב אן קלאפן, און איך בעט ביים גרויסן באשעפער וואס האט מיך געברענגט צו דעם גליקליכן טאג אין מיין לעבן אז פון צווישן מיינע פינגער זאל זיך ארויסקלאפן עפעס דברים של טעם וואס זאל העלפן א צווייטן אויך, והיה זה שכרי.

נו שוין, איז ווילאנג איך האב געקלאפט די פריערדיגע פאר שורות זענען עטליכע געדאנקען מיר אדורכגעלאפן דעם קאפ, וועל איך אלזא אנהייבן מיט איינס, און מ'וועט זעהן ווי ס'וועט מיך פירן.

איז אזוי, צייכן איך אפ טויזענט טעג. איז דאס א צייט פאר מיר צו מאכן א שטיקל התבוננות. באמת זאג איך אז איך האב טויזענט טעג, בשעת ווען איך האב ס"ה איין טאג. דעם היינטיגן טאג. איך געדענק ווען איך בין געווען ניי אין דעם ערשטן 12 סטעפ פראגראם צו וועלכען איך בין געגאנגען, איז געווען דארט איין טאג א רעדע פון א איד וועלכער האט אפגעצייכנט א שיינעם מספר פון יארן וואס ער איז ריין. און במשך דאס רעדן האט ער געזאגט אט די ווערטער: "איך האב גארנישט, איך האב איין טאג, דעם היינטיגן טאג."

איך זאג אייך דעם אמת, איך האב נישט אנגעהויבן צו פארשטיין וואס דער איד רעדט. וואספארא מין שטותים איז דאס, ריעלי? אמת'דיג? דו ווילסט מיר פארקויפן אז דו האלטסט באמת אז דו האסט נאר דעם איינעם היינטיגן טאג? דו האלטסט באמת אז איך וועל דאס גלייבן? אזוי בין איך געזעצן דארט פארטראכט. פון איין זייט איז דאך נכרים דברי אמת, דער איד האט עס געזאגט מיט אזא מין צובראכנקייט, מיט אן אמת'ן לב נשבר, מיט א ריכטיגע שפלות. אבער פון די צווייטע זייט. ווי איז דאס בכלל מעגליך, אז א איד זאל וויסן ביי זיך אז ער האט אזא לאנגע צייט פון ריינקייט אן קיין הפסק און ער זאל באמת שפירן ביי זיך אז ער האט נאר דעם איינעם היינטיגן טאג.

טייערע ליבע ברודער, איך וויל אייך זאגן אז היינט גלייב איך דעם איד הונדערט פראצענט, ולא עוד, נאר איך פארשטיי אים אפילו. איר מוזט מיר נישט גלייבן, איך וועל נישט זיין ברוגז אויף אייך, אבער דאס איז דער מציאות. שטייענדיג אינעם היינטיגן טאג, נאך וואס איך האב אדורכגעארבעט די צוועלעף סטעפס, און איך פרוביר צו לעבן מיין לעבן לויט די סטעפס אין יעדן הינזיכט, קען איך אייך זאגן בפה מלא אז איך גלייב עס און איך פארשטיי עס.

דעמאלס ווען איך האב עס געהערט דאס ערשטע מאל בין איך געווען אין א מצב אז איך בין פשוט נישט געווען א בן אדם. איך בין געווען א שאטן פון א מענטש, עפעס וואס האט אויסגעקוקט ווי א מענטש. און מיט מיין גרויסע גאווה האב איך אין מיין נארישע דמיון געהאלטן אז אויב פאל איך אדורך איין מאל, בין איך גארנישט ווערט. גארנישט, זירא, א שטיק גארבידזש, א שטיק דרעק. ממש אזוי, און נאך פיל ערגער.

איך האב געשפירט אז איך טאר קיינמאל נישט דורכפאלן, אפילו נישט במחשבה, און אויב בין איך נישט פערפעקט, אויב קען איך נישט זיין ריין אינגאנצן, אויף הונדערט פראצענט, דאן איז אלעס גארנישט ווערט. עס איז א שאד די ארבעט, א שאד דאס פרובירן, און א שאד אויף יעדן טאג וואס איך האב זיך געפלאגט צו זיין ריין. ווייל סוכ"ס בין איך דאך געפאלן.

איך האב אבער דעמאלס נישט געכאפט אז טאקע דערפאר פאל איך. טאקע דערפאר ווייל איך אנערקען נישט דעם חשיבות פון איין ריינעם טאג, טאקע צוליב דעם דאזיגן געדאנקענגאנג. ווייל איך טראכט אזוי, ווייל איך שפיר ביי מיר, ברוב גאוותי הדלה, אז נאר אויב איך קען בלייבן ריין אויף אייביג דעמאלס איז עס ווערט, נאר דערפאר בלייב איך נישט ריין. ווייל עס איז נישט די ריינקייט וואס טראגט דעם חשיבות ביי מיר, נאר דער סטאטוס: "איך בין ריין פאר ... טעג [אדער יארן]". דאס איז דאך ריין גאווה. ווייל אויב ביי מיר טראגט באמת א חשיבות דאס עצם זיין ריין, איז דאך פאר'ן באשעפער די זעלבע נחת רוח היינט ווי סיי וועלכע טאג. אויב אזוי וואלט דאך דאס געדארפט ביי מיר אויך טראגן דעם זעלבן חשיבות. און דער פאקט אז עס איז נישט אזוי, ווייזט מיר קלאר אז דאס איז געווען ריין גאווה.

און דערפאר טאקע בין איך געפאלן, איין מאל און נאכאמאל. איך האב זיך נישט געקענט האלטן ריין. בשום אופן. איך בין געפאלן און זיך געשאלטן, און געפאלן ווידער און זיך גערעגט, און געפאלן ווידער און אויפגעגעבן, און געפאלן ווידער און געווארן מיואש. ביז דער באשעפער האט געהאלפן און איך בין אזוי געפאלן אז איך האב זיך גוט צוזעצט דעם אונטן, איך בין געפאלן צום תחתית און ענדליך געכאפט א גוטן רוק צו מיין אויפגעבלאזענעם עגא, און פלוצלינג האב איך אנגעהויבן שפירן ביי מיר אינעווייניג, טיעף אינעווייניג, אז באמת בין איך גארנישט ווערט. גארנישט, אפילו נישט איין טאג. עס קומט מיר נישט. כ'מיין, פארוואס עפעס יא? פארוואס עפעס קומט דער באשעפער מיר ריינע טעג?

דעמאלס ווען איך האב אנגעהויבן פארשטיין אז דער באשעפער קומט מיר גארנישט, נישט קיין ריינעם טאג, און אפילו נישט קיין געזונטן טאג. גארנישט. דאס מיינט גארנישט. נאדא, זילטש, זירא, כלום. איך האב נישט געסיינט קיין קאנטראקט מיט אים אין וועלכען ער האט זיך מיר מחייב מיר צו געבן דאס וואס איך וויל. איך גראדע, האב זיך יא מתחייב געווען צו אים געוויסע זאכן, און איך מיין אז ער שטעלט זיך צו צו מיר פיל בעסער ווי איך צו אים. אבער דאס איז שוין אן אנדערע מעשה.

די ספרים הק' טייטשן אויף די וואכעדיגע סדרה, ואתחנן אל ה' בעת ההוא לאמר. ה' אלוקים, "אתה החילות להראות את עבדך". דו האסט אנגעהויבן. אפילו דער התחלה. דער ערשטער ברעקעלע, איז דו. איך האב גארנישט, זירא. נישט אז איך האב עפעס אנגעהויבן און דו האסט מיר צוגעהאלפן נאכדעם, נאר אתה החילות. דו האסט אלעס געטון. פונעם אנהייב ביזן ענדע. און דאס האב איך ענדליך פארשטאנען. איך אליינס האב גארנישט, בין גארנישט, און קען גארנישט. און יעדע זאך וואס איך האב, וואס איך באקום, איז א ריינעם מתנה. א מתנת חינם. אפילו איין ריינע טאג.

איך האב אמאל געהערט אזא ווארט: ואל תאמר לכשאפנה אשנה, שמא לא תפנה. זאג נישט איך וועל דינען דעם אויבערשטן ווען איך וועל האבן צייט, ווייל, שמא, אפשר, לא תפנה, איז דיין עבודה אויף די וועלט אזא סארט עבודה וואס קומט דוקא מיט נישט האבן צייט. מען קען דינען דעם אויבערשטן אן קיין צייט אויך. נאר עס איז נישט די זעלבע, עס קומט נישט מיט די זעלבע ישוב הדעת, מיט די זעלבע ברייטקייט, מיט דעם זעלבן גדלות און מיט די זעלבע כוונות. פיין, אקעי, ווער זאגט דען אז דער באשעפער דארף פון מיר א עבודה בגדלות המוחין, מיט הויכע כוונות און מיט גרויסע מדריגות. ווער זאגט דאס? אפשר וויל ער דוקא פון מיר אזא סארט עבודה וואס קומט אן קיין ברעקל צייט, אן קיין התבוננות, אן קיין כוונות, אן קיין מדריגות. נאר מיט די איינע מחשבה פון א לב נשבר אויף דעם וואס איך קען נישט מכוון די אלע כוונות שכוונו אנשי כנסת הגדולה.

און טאקע ווען איך האב אנגעהויבן פארשטיין אז עס איז נישט מוכרח אז איך בין דעם גרויסער קנאקער וואס איך האב געמיינט איך בין, נאר איך בין ס"ה א פלעינער מענטש, וואס קודשא בריך הוא וויל איך זאל אים דינען אויף זיינע טערמינען, און דאס קען צומאל מיינען א צובראכן הארץ ווייל דער טאג איז נישט געווען אזוי איי איי איי ווי איך האב געוואלט, דעמאלס האב איך אנגעהויבן מעריך צו זיין, אפשצושאצן און ריכטיג שעצן יעדן איינציגן ריינעם טאג.

דעמאלס האב איך אנגעהויבן שפירן יעדן טאג עקסטער א מורא'דיגע הנאה אין דעם מציאות וואס איך בין ריין. אפילו עס איז נאר געווען דער ערשטער טאג, דער צווייטער, דער דריטער. איך געדענק ווען איך בין געווען ריין זיבעצן טאג האב איך געזאגט פאר איינעם אז איך בין אזוי פרייליך אז איך האב באקומען א מתנה פון זיבעצן טאג. איך האב עס אמת'דיג געמיינט. ווייל איך האב פלוצלינג אנגעהויבן שפירן אז עס קומט מיר נישט, און אז יעדער טאג איז באמת א מתנה.

*

עוד אחת אדבר. איך וויל נאך ארויסברענגען איין נקודה. עס איז טאקע היינט ב"ה טויזענט טאג. איך האב דערלעבט, איך בין אנגעקומען דערצו. איך געדענק ווי אין די צייטן ווען איך האב בקושי געקענט אניאגן א ריינעם וואך, פלעג איך אלץ טראכטן צו זיך: אויב נאר איך וואלט געקענט זיין ריין, וואלט אלעס געווען גוט. אלעס וואלט געווען אקעי. אלע מיינע צרות און פראבלעמען וואלטן אוועק געגאנגען, און די פאר וואס וועלן נאך אפשר בלייבן, וועל איך ניטאמאל שפירן. ס'טייטשט, איך בין דאך ריין.

אלזא קום איך אייך דא דערציילן אז יעצט שטיי איך ב"ה ביים טויזענטסטן טאג און... ס'הייבט זיך נישט אן. מיינע פראבלעמען זענען נאך דא. אקעי, נישט אלע, טייל זענען טאקע געגאנגען, אבער אנדערע זענען אנגעקומען.

וואס וויל איך דא זאגן? פשוט. די סיבה פארוואס איך וויל זיין ריין, קען נישט זיין: ווייל איך וויל פטור ווערן פון מיינע צרות. די סיבה דארף זיין ווייל איך וויל זיין ריין. זיין ריין דארף צו זיין גענוג א סיבה אויף צו וועלן זיין ריין. איך האב נאך אלץ גענוג שוועריגקייטן אין מיין לעבן, און צומאל דאכט זיך עס מיר אז איך האב דוקא מער פראבלעמען און שוועריגקייטן פון אנדערע. איך פרעג אבער נישט היתכן? איך בין דאך ריין? ווייל ברגע וואס איך פרעג די פראגע מיינט דאס אז איך מאך דעם רבונו של עולם פאר א העד קאונסלער.

"העד קאונסלער, איך האב שיין געזינגען, פארוואס האב איך נישט באקומען א פאקסי פאפ?"

יא, עס טוט וויי. גאר אפט טוט עס שטארק וויי. אבער איך פארשטיי אז דאס האט נישט קיין שייכות מיט מיין זיין ריין. איך דארף טון וואס דער באשעפער וויל איך זאל טון, און ער טוט וואס ער פארשטייט איז ריכטיג. און די צוויי האבן נישט קיין שייכות.

אבער צו האט מען טאקע גארנישט קיין ריווח פון דעם וואס מען איז ריין?

דער ענטפער צו דעם איז א גרויסע יא. מען האט שוין איין מאל. עס איז מיר קלאר אז אויב איך וואלט היינט נישט געווען ריין, וואלט איך נישט געקענט דיעלן מיט מיינע פראבלעמען אזוי גוט ווי איך דיעל מיט זיי היינט. די פראבלעמען זענען דעם באשעפער'ס געשעפטן, אבער וויאזוי איך דיעל מיט זיי, דאס זענען שוין מיינע. און עס איז ביי מיר ברור כשמש אז דער מציאות אז איך בין ריין העלפט מיר דיעלן מיט דעם אויף א פיל בעסערן וועג ווי איך וואלט ווען געטון ווען איך בין נישט ריין.

וויל איך ענדיגן מיט א שבח והודאה צו דיר גרויסער בורא פאר די טויזענט דיאמאנטן וואס דו האסט מיר געגעבן, פאר טויזענט טעג אין וועלכע איך האב זוכה געווען צו אומענדליכע חסדים ורחמים יעדן איינציגן רגע פון יעדן איינציגן טאג, און אין צוגאב צו דעם האסטו מיר געגעבן דעם מתנת חינם פון ריינקייט.

טאטי, איך בעט דיך אצינד פאר נאך איין ריינעם טאג.