טרעפט דעם פוקסס טראטעגיע

טרעפט דעם פוקסס טראטעגיע

טרעפט דעם פוקס

די טעכניק וואס וועט אייך העלפן זיך פארצושטעלן אייערע תאוות ווי גלייך זיי וואלטן געווען מענטשן אדער אביעקטן, וועלכע איר קענט קאנטראלירן און עווענטועל באזיגן.

אריינפיר

"טרעפט דעם פוקס", איז א גרינגע און געשמאקע סטראטעגיע צו באהאנדלען גליסטענישן דורכן זיי נעמען און זיך פארשטעלן ווי גלייך זיי וואלטן געווען מענטשן אדער אביעקטן וועלכע איר קענט גרינג קאנטראלירן אדער בייקומען. דורכן באטראכטן די גליסטענישן אויף אזא וועג, וועט עס אייך העלפן צו זען די תאווה ווי א דרויסענדיגע זאך וואס איר קענט בייקומען.

צום ביישפיל, איר קענט באטראכטן די תאווה ווי א כיטערע פוקס וואס טוט אייך אריינשלעפן אין זיין פאסטקע צו באגיין אומרעכטן מיטן קוקן אויף אומאיידעלע וועבזייטלעך, כאטש וואס איר האט שוין אפגעמאכט זיך אפצולאזן פון אים. נאך אלעם טוט איר גליסטן דערצו, און די תאווה באנעמט אייך אויף א פארנעם ווי גלייך עס וואלט געווען א טייל פון אייער פערזענליכע לעבן, אבער אין פאקט איז דאס בלויז עפעס א חיצוניות'דיגע זאך וואס לויפט דורך אין אייער מחשבה וואס קען אייך מאכן פילן אויף א קורצע צייט ווי גלייך שמוציגע וועבזייטלעך איז עפעס וואס איר גליסט מיט א אמת'דיגקייט. ווי חז"ל זאגן שוין, "אין אדם עובר עבירה אלא אם כן נכנס בו רוח שטות" – א מענטש וועט נישט זינדיגן, סיידן אויב גייט אריין אין אים א נארישקייט וואס נעמט אים איבער – דאס איז אין איינקלאנג מיט אונזער סטראטעגיע אז די תאווה איז בלויז א דרויסנדיגע זאך וואס נעמט איבער די מענטש, אבער איז נישט א טייל פון אים (וואס אזוי קען מען צומאל שפירן).

דאס נוצן די כח הדמיון זיך פארצושטעלן תאוות אדער די יצר הרע אין אלגעמיין, ווי גלייך זיי וואלטן געווען אומגעוואונטשענע באשעפענישן אדער כאראקטערס, גייט שוין צוריק לאנגע יארן. שלמה המלך האט באטיטלט דעם יצר הרע אלס א "מלך זקן וכסיל" (קהלת ד' יג) ווידער די אמורא רב האט אנגערופן דעם יצה"ר 'א פליג' (ברכות ל"א), ווי אויך ווערט די געדאנק אז דער יצה"ר איז א מייסטער אין זיך פארשטעלן ווי א גוטער און דערנאך פאר'נער'ן די מענטשהייט, - שוין געברענגט אין חז"ל (בבא בתרא טז.) "הוא שטן, הוא יצר הרע, הוא מלאך המוות", וואס טוט אנדייטן אויף די כאראקטער פונעם שטן וואס רעדט צו א מענטש צו זינדיגן, און דערנאך טוט ער אים באגראבן.

וויאזוי ארבעט עס?

זייער פשוט. לערנט אייך אויס וויאזוי צו באהאנדלען אייער גליסטענישן דורכן איר באטראכטן ווי א אומגעוואונטשענע גאסט. בעסער איז, זיך פארצושטעלן די תאווה ווי א מיאוסע באשעפעניש אדער ווי א כאראקטער וואס איר וואלט פאר יעדן פרייז זיך געוואלט אפשאקלען פון אים. צום ביישפיל קען מען אנקוקן די תאווה ווי א שמוציגע דבר אחר וואס ווערט גרעסער און ברייטער אין צייט וואס איר שפייזט אים, אדער קענט איך זיך פארשטעלן די תאווה ווי א סעילס-מען וואס פראבירט אייך צו באצוואונגען מיט א פראדוקט וואס איר ווילט נישט אדער איר דארפט נישט האבן.

סיי וועלכע ביישפיל איר ניצט צו קאטעגאריזירן די תאווה, קענט איר גרינגערהייט נוצן דעם טעכניק אין צייט וואס איר פילט זיך איבערגענומען פון די תאווה, דורכן נאכפאלגן די קומענדיגע סטעפס:

נעמט שריט:

1 – שטעלט אייך פאר די תאווה, לויט וויאזוי איר האט אויסגעוועלט.

2 – דערמאנט אייך זעלבסט, אז די תאווה קען אייך נישט 'צוואונגען' צו טון סיי וואס. עס קען בלויז פראבירן אייך צו מאניפילירן, אבער אויב זענט איר באקאנט מיט זיינע טעכניקן, וועט אים דאס נישט געלונגען.

3 – שטעלט אייך פאר אז איר האנדלט מיטן כאראקטער אויפן זעלבן וועג ווי איר וואלט עס באהאנדלט אין די ווירקליכקייט, צום ביישפיל אויב האט איר אויסגעוועלט זיך פארצושטעלן די תאווה ווי א סעילס-מען וואס פראבירט אייך אריינצונארן מיטן קויפן זאכן וואס עכט ווילט איר זיי נישט, דאן קענט איר זיין שטייף און אסערטיוו מיט אייער מיינונג, און שרייען "גיי ארויס פון דא!", דערנאך קענט איר אים ארויסווארפן די אנדערע זייט פונעם שוועל.

אדער קענט איר מיט א רואיגקייט אים זאגן, "דו קענסט פארבלייבן דא ווילאנג דו ווילסט, אבער איך גיי פון דיר נישט קויפן, און עס איז א שאד דיין צייט"... דערנאך קענט איר פאקוס'ן אויף וויכטיגערע זאכן.

עצה טובה

די סטראטעגיע פון "טרעפט דעם פוקס", ארבעט דאס בעסטע אויב וועט איר דאס טון גלייך ווען איר הייבט אן שפירן די ערשטע סימנים פון תאווה, נאך בעפאר עס האט די געלעגנהייט זיך אויפצובויען אין אייער מחשבה.