י"ב אב התשע"ח

מברך הנשים

מברך הנשים

נו, ווי איז אייך געפאלן די ערב יום כיפור'דיגע מנחה? האט דער אפטער רב געפרעגט פונעם ראפשיצער רב, און אלע דריי צדיקים האבן זיך צולאכט.

די מעשה ווערט געברענגט אין פילע חסיד'ישע מקורות, ווי דריי הייליגע צדיקים האבן זיך צוזאמען געטראפן, דער הייליגער אפטער רב דער אוהב ישראל, דער הייליגער רבי ר' מענדעלע פון רימינוב און דער הייליגער ראפשיצער רב, און ערגעץ אינמיטן דעם שמועס האט דער אפטער רב געפרעגט די פראגע פון דעם ראפשיצער רב.

הרה"ק ר' צבי משרת, שפעטער באקאנט אלס דער רבי ר' הערש פון רימינוב, איז דעמאלס אויך אנוועזנד געווען אלס באגלייטער פון זיין גרויסן רבי'ן, און נאך די באגעגעניש האט ער געפרעגט פונעם ראפשיצער רב איבער דעם פשט פון די פראגע און די געלעכטער.

און דער ראפשיצער רב האט אים געענטפערט: די פארגאנגענע יאר איז געווען א שווערע גזירה אויף אידישע טעכטער, א מגיפה, ספעציעלע אויף טראגעדיגע פרויען. די גזירה האט אוועקגעריסן שטיקער פון זיי און האט געברענגט געפערליכע אומגליקן אויף דאס אידישע פאלק.

אבער דעם פארגאנגענעם ערב יום כיפור איז אנגעקומען א פשוט'ער דארפס איד אין איינעם פון די שטעטלעך אויף יום כיפור, און ערב יום כיפור איז ער צוגעגאנגען צום עמוד צו מנחה. דער פשוט'ער דארפס איד, וועלכער האט קיין סאך לשון הקודש נישט געקענט, און אפילו עברי האט ער געזאגט פול מיט גרייזן, האט זיך זייער צופייערט ביי די ברכה פון ברך עלינו און אט אזוי האט דער איד געזאגט:

ברך עלינו ה' אלוקינו את השנה הזאת, ער האט געבעטן ביים באשעפער ער זאל בענטשן די קומענדיגע יאר עס זאל זיין בעסער ווי די פארגאנגענע, "וברך נשותינו כנשים הטובות לברכה", בענטש אונזערע ווייבער ווי די גוטע געבענטשע ווייבער (אויפטוישענדיג שנים צו נשים), זיי זאלן אלע זיין געזונט און שטארק, און אויף דעם זעלבן נוסח האט ער אויסגעפירט, ברוך אתה ה', מברך הנשים, געבענטשט ביסטו באשעפער, וואס ער בענטשט די פרויען.

אט דער פייערדיגער, תמימות'דיגער תפילה פון דעם דארפ'ס איד, וועלכען ער האט אזוי ערליך געזאגט בלב קרוע ומורתח איז ארויף אין הימל און האט צוריסן די ביטערע גזירה. אט פון די עפיזאדע האבן די הייליגע צדיקים גערעדט.

*

יא, איך גיי נאך אין די וועגן פון יענעם דארפ'ס איד, אבער מיט א שטיקעלע קנייטש. איך בין אויך געווארן א מברך הנשים, אבער ביי מיר האט עס נישט פאסירט אין איין טאג ווי ביי יענעם תמימות'דיגן איד, ווייל איך בין דאך נישט קיין עם הארץ און תמים ווי ער.

ווען איך בין אנגעקומען צו דעם 12 סטעפ פראגראם האב איך געהערט (און געליינט אין דעם ווייסן בוך פ. 148 און 162) איבער א "עצה זיך צו באפרייען פון לאסט" (אזוי האב איך עס דעמאלס מגדיר געווען), וואס האט מיר אויסגעזעהן זייער מאדנע: צו דאווענען אויף דעם אביעקט פון מיין תאווה. אין אנדערע ווערטער, צו דאווענען פאר די פרוי אויף וועמען איך לאסט.

דאס האט זיך געהערט צו מיר עפעס אויסטערליש מאדנע, און ווען איך האב עס פראבירט האט עס אפילו אויסגעזעהן ווי עס שעדיגט מיך גאר. איך האב עפעס געשפירט אז מיט דעם וואס איך דאוון פאר איר, איז אנשטאט זיך אפצושיידן פון איר, וואס דאס האב איך דאך געוואלט, טו איך זיך גאר באהעפטן מיט איר, דווקא דורך דעם וואס איך בעט פאר איר. עס איז דא 'עפעס' צווישן אונז צוויי. און אנשטאט מיך באפרייען פון איר, האט עס מיך דוקא נאך מער צוגעבינדן צו איר (און לאמיר שוין נישט רעדן פון די קראנקע סארט מחשבות ווי: "איך ווייס וואס איז גוט פאר איר...", ודי לחולה ברמיזה).

כ'מיין, וואס האב איך דען מיט פרויען? איך בין דאך א בן תורה, איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין שום קשר מיט קיין שום פרוי אויסער מיינע (אה, אמת'דיג?...) פארוואס דארף איך רעדן איבער איר? מיט דעם אליין טוה איך זיך דאך פארבונדן מיט איר! (אינטערעסאנט נאר, אז ווען איך האב כסדר געקוקט אויף זיי זענען מיר קיינמאל נישט אויפגעקומען די פראבלעמען...)

ווען איך קוק היינט צוריק זעהט מיר אויס אז דאס איז געווען איינס פון די מאדנסטע זאכן אין פראגראם, אין מיינע אויגן. עפעס וואס איך האב נישט געקענט "קאנעקטן" מיט דעם. איך האב מיטגעטיילט מיינע געפיהלן ביי איינע פון די מיטינגען, און א חבר איז שפעטער צוגעקומען צו מיר און געזאגט אז ער אליין שפירט אויך אזוי. קען טאקע זיין אז נישט יעדע זאך וואס דער פראגראם זאגט איז געמאכט פאר יעדן איינעם (די דאזיגע לעצטע פראזע, בין איך נישט זיכער צו ער האט טאקע געזאגט, אדער איך האב אים אפשר געשטופט צו דעם און ער האט נאר מיטגעשטימט מיט מיין מסקנא...).

***

איך געדענק שוין נישט פונקטליך ווען און וויאזוי, און איך קען אפילו נישט מסביר זיין פארוואס, אבער פאר עפעס א סיבה האב איך ממשיך געווען דאס צו טון. מיין נאטור איז געווענליך, נישט צו טון עפעס וואס קוקט מיר נישט אויס ריכטיג, אדער שמעקט מיר נישט, אדער "קאנעקט" נישט מיט מיר, אבער ווי ס'זאל נאר נישט זיין האב איך דא יא אזוי געטון (נאך א קורצע הפסקה), קען זיין איך האב געהערט אז די 'גרויסע חברה' אין פראגראם טוען אזוי, און איך האב זיך געוואלט צוגעלייכן צו זיי...

ערגעץ וואו, און איך קען אפילו נישט אנצייגן פונקטליך ווען דער פאזע האט זיך אנגעהויבן, אבער עס איז פשוט געשעהן. עס האט אנגעהויבן ארבעטן. און פון דעמאלס, טוט דאס באשיינפערליך טוישן מיין גאנצער געדאנקען גאנג, אין א רגע, כמעט א 180 דעגרי דריי.

מיין 'נארמאלע' עמאציאנעלע גאנג איז געווען צו נעמען. יא, עס האט טאקע נאר אויסגעקוקט ווי א אומשולדיגער בליק, אבער די עמאציאנעלע געפיהלן וואס זענען מיטגעקומען מיט דעם, איז געווען א גאנג פון נעמען, נעמען מיט צוואנג און דערנידערונג (און דאס נישט אנערקענען דעם מציאות איז נאר געווען א טייל פון מיין פארלייקענונג פון דעם גאנצן פראבלעם). עס איז געווען א גאנג פון אינערליכע (און אפשר אפילו פיזישע...) איינשפארונג, איך האב זיך מיט עקשנות אנגעטשעפעט אין דעם אביעקט – א חפץ – און עס נישט אפגעלאזט.

די היינטיגע מהלך, א גאנג פון דאווענען אויף דעם אביעקט פון מיין לאסט, איז א גאנג פון געבן, א גאנג פון מיטגעפיהל. א גאנג פון באפרייען און נאכגעבן, פון אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד פאר דעם אמת'דיגן מציאות וואס געפונט זיך דא - א מענטש - א קינד פון באשעפער.

***

דאס אז איך בין געווארן איבערדרייט צו א "מברך הנשים" האט נאך נישט מבטל געווען די "רוע הגזירה". איך בין נאכנישט געזונט געווארן. איך בין נאך אלץ אדיקטעד צו לאסט און מיין מח זעהט נאך אלץ דעם אמת'ן מציאות דורך א פאר פארדרייטע, קראנקע אויגן גלעזער (כאטש איך וואלט זיך זייער געוואלט איינרעדן אז, "דאס איז דאס. איך בין שוין געטוישט און יעצט בין איך שוין אקעי.)!

אבער נאר פאר היינט, נאר פאר די יעצטיגע זאך אין וואס איך האב זיך אנגעשטויסן, נאר פאר די יעצטיגע טעמע פון מיין לאסט, האב איך די ברירה צו קלויבן עפעס אנדערש. צו זיין א מברך הנשים און נישט קיין חומס הנשים (א רויבער פון פרויען).

לחיים ולברכה טייערע אידן! (ווייל אויב איך וויל לעבן, מוז איך זיין פון די וואס בענטשן...)