י"ג סיון התשע"ח

דער כישוף ראד: נפילה, בושה, שרעק, איינזאמקייט...

דער כישוף ראד: נפילה, בושה, שרעק, איינזאמקייט...

זייער אסאך פון אונז דערציילן אפן אז די געפיהלן נאכ'ן פאלן זענען בדרך כלל זייער שווערע. עס איז א פערזענליכען דורכפאל פאר דעם מענטש. אבער אויסער דעם פערזענליכען דורכפאל קומען נאך צו נאך פארשידענע געפיהלן, וועלכע זענען אויך זייער אומבא'טעמ'ט, אזוי ווי בושה, שולד, שרעק און איינזאמקייט.

מען שפירט זיך שולדיג אז מען האט נישט איינגעהאלטן דעם צוזאג וואס מען האט זיך שוין אזויפיל מאל צוגעזאגט, אז איך וועל קיינמאל מער נישט צוריק גיין צו דעם; מען שפירט זיך פארשעמט פאר זיך אליינס און מען קען זיך נישט קוקן אין שפיגל. און אויב איז דאס נישט גענוג קומט נאך צו די שרעק: וואס וועט זיין ווען מען וועט מיך כאפן. ווען אנדערע וועלן געוואר ווערן וואס איך טו, וויאזוי וועלן זיי מיך אנקוקן דעמאלס? וואס וועט דעמאלס פאסירן מיט אונז?

אט די גאנצע זאך פירט אונז צו שפירן א געפערליכע איינזאמקייט טיעף אינעווייניג, אזוי אז אפילו אויב מיר האבן אסאך חברים און גוטע פריינט, שפירן מיר נאך אלץ טיעף אינעווייניג א שרעקליכע איינזאמקייט, ווייל מיר ווייסן אז אונזער "גרויסער סוד" איז נאך אלץ באהאלטן נאר צווישן מיר און דעם אויבערשטן.

די אלע געפיהלן, יעדע איינע פון זיי באזונדער, און אוודאי אלע אינאיינעם, זענען גאר שווערע און עס איז כמעט אוממעגליך פאר א מענטש זיך אליינס צו ספראווען מיט דעם. קיינער האט נישט ליב זיך צו שפירן שולדיג, קיינער האט נישט ליב דעם הרגש פון בושה און אפגערעדט אז יעדער פרובירט צו דערווייטערן פון זיך יעדעס געפיהל פון איינזאמקייט. מיר מענטשן זענען בטבע סאציאלע באשעפענישן און מיר דארפן האבן 'חברותא' פאר אונזער לעבן. און טאקע דערפאר, אלעמאל נאך א נפילה, דעמאלס ווען די סארט געפיהל האמערן אונז אן אויפהער מיט א מעכטיגקייט, וועלן מיר נאטורליך פרובירן עס אוועקצושטופן מיט אלע כוחות, מיר וועלן פרובירן עס צו פארגעסן און זיך צוזאגן אז "איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון", דאס איז געווען דאס לעצטע מאל... מארגן גיי איך זיך צאמנעמען מיט אלע כוחות און אנהייבן א נייעם בלעטל אין לעבן...

עס ארבעט אבער נישט אזוי. ווייל די געפיהלן גייען נישט אין ערגעץ, זיי בלייבן אין אונז, טאקע באגראבן ערגעץ טיעף טיעף אינעווייניג, אבער פארט זענען אין אונז און זיי באגלייטן אונז שטענדיג. דער מציאות ווייזט אז מענטשן וועלן זיין גרייט אריבערצוגיין גאר אסאך, אפילו ליידן שווערע ווייטאג, אבי נישט צו זיין איינזאם, און דאס איז פונקט וואס פאסירט צו אונז. נאר מיר באנוצן זיך נישט מיט דעם אויף א וועג וואס זאל אונז העלפן און אונז אויפבויען, און דערפאר, אנשטאט וואס עס זאל אונז העלפן זיך ארויסזעהן פון דעם פראבלעם, איז עס גורם פונקט דאס פארקערטע, עס מאכט עס ערגער און גרייט אונז צו צו דעם נעקסטן פאל.

איינס פון די הויפט סיבות צוליב וואס מיר פאלן איין מאל און נאכאמאל איז ווייל מיר ווילן אנטלויפן פון דעם געברויך זיך צו פארמעסטן מיט שוועריגקייטן, איז לאמיר זעהן וואס געשעהט, ווען מיר האבן שוועריגקייטן וועלכע זענען צושטאנד געקומען צוליב א נפילה, וואס טוען מיר? מיר אנטלויפן פון דעם צו נאך א נפילה! און דאס איז די סיבה פארוואס עס מאכט זיך אזויפיל מאל אז מיר פאלן מערערע מאל איינס נאכ'ן אנדערן ווי אין א קייט, ווייל נאכ'ן פאלן שפירן מיר זיך אזוי שלעכט, און מיר מוזן זיך באפרייען פון אט די שלעכטע הרגשה, און די איינציגסטע וועג וואס מיר קענען וויאזוי זיך צו באפרייען פון אזא געפערליכע הרגשה איז, צו אנטלויפן צו נאך א נפילה.

וויאזוי אבער קענען מיר אפשטעלן דעם כישוף ראד? דער ענטפער איז, דורך פארשטיין און ארייננעמען אין קאפ און אין מוח אז די סארט געפיהלן, שולד געפיהלן און איינזאמקייט זענען נאטורליך פאר א מענטש און מיר מוזן זיך אויסלערנען זיך צו פארמעסטן מיט דעם; אבער נישט דורך אנטלויפן, נאר דורך נייע וועגן. דורך א נייעם מהלך. אנשטאט איינזינקען אין די שווערע געפיהלן, זאלן מיר פארשטיין אז די פארמעסט אונזערער איז נישט קיין גרינגער און אויב מיר ווילן עס אויפהערן מוזן מיר זיך גוט אנקוקן, אפשר אפילו פאקטיש אין שפיגל, אבער אן די שולד געפיהלן און אן די בושה און זיך פרעגן: "יעצט אז איך דארף זיך פארמעסטן אין לעבן מיט אזא שווערע פראבלעם, וואס קען איך טוהן אויף נישט אנצוקומען נאכמאל צו דעם מצב?"

לאמיר נעמען איינס פון די געפיהלן: איינזאמקייט. נאכ'ן פאלן שפירן מיר ביי זיך אז אויב איינער וועט וויסן וואס מיר האבן געטון וועט ער מער נישט וועלן האבן קיין שום שייכות מיט אונז און וועט נישט וועלן שטיין אין אונזערע ד' אמות און וועט אראפקוקן אויף אונז, שרעקליך! עס איז נארמאל צו שפירן אזוי. אבער מיר קענען טון עפעס וואס וועט אונז איבערצייגן אז עס איז פשוט נישט ריכטיג. מיר קענען טאן פונקט דאס פארקערטע פון וואס אונזערע געפיהלן זאגן אונז; נעמליך, אנשטאט אנטלויפן פון זיך אליינס און פון די גאנצע וועלט, קענען מיר אויפזוכן איינעם וואס וועט אונז יא פארשטיין און אים דערציילן וואס איז געשעהן.

אויב וועלן מיר פאקטיש טרעפן איינעם מיט וועמען מיר קענען זיין אפן און אים דערציילן איבער אונזער שוועריגקייט, איינער וואס וועט אונז באמת פארשטיין און נישט פארדאמען, וועט דאס אויטאמאטיש אוועקנעמען דעם שרעקליכן איינזאמקייט געפיהל און דער כישוף ראד וועט אנהייבן צופאלן. אויב אנשטאט איינזינקען אין בושה און שולד געפיהלן וועלן מיר זיך שטארקן און נעמען אחריות אויף זיך, צו זעהן וואס מיר קענען יא טון צו צעברעכן דעם כישוף ראד, וועט עס אונז פיל העלפן ארויסצוקריכן פון דעם פיל שנעלער.