די צווייטע כלי: די צוועלעף סטעפס

די צווייטע כלי: די צוועלעף סטעפס

אויב האבן מיר טאקע גוט אריינגענומען אין זיך דעם ערשטן סטעפ (די פריערדיגע כלי) און מיר האבן מודה געווען פאר זיך מיט אן אמת אז מיר זענען גענצליך מאכטלאז אנטקעגן די תאווה, דעמאלס איז מעגליך אז דער פראגראם פון צוועלעף סטעפס פאר ערהוילונג פון עדיקשאן וועט זיין צוגעפאסט פאר אונז און וועט זיין אונזער וועג צו א נארמאלע, באזעסענעם לעבן. געדענק, דער פראגראם איז נישט צוגעפאסט פאר איינעם וואס קען זיך אליינס פארמעסטן מיט דעם פראבלעם, אדער פאר איינעם וועלכער זוכט אן איין-מאליגער לייזונג, דער פראגראם איז נאר פאר די צווישן אונז וועלכע זענען צוגעקומען צו די ענדגילטיגע מסקנא אז מיר קענען נישט אליינס, און אז מיר זענען גרייט פאר פיל ערנסטערע שריט.

וואס זענען בעצם די צוועלעף סטעפס? די צוועלעף סטעפס זענען א שורה פון פשוט'ע, איינפאכע פעולות (כאטש נישט גרינגע), וועלכע קומען פון א פארשטאנד אז די אדיקשאן איז נאר דער שפיץ פון דעם אייזבארג פון די פראבלעמען וועלכע האבן אונז צוגעברענגט זיך צו באנוצן מיט לאסט. און מיט די פראבלעמען וועלן מיר זיך נישט קענען פארמעסטן אליינס.

די סטעפס זענען צוטיילט אין פארשידענע גרופעס, בין אדם למקום, בין אדם לעצמו און בין אדם לחבירו. און ווען אט די סטעפס ווערן אויסגעפירט אזוי ווי עס באדארף צו זיין, טוען זיי אונז באפרייען פון אונזערע נישט גוטע מידות, און זיי שענקען אונז שלוות הנפש און ערהוילונג, און ממילא האבן מיר שוין מער נישט דעם געברויך צו אנטלויפן צו לאסט אז עס זאל אונז געבן א וואקלדיגען ערזאץ.

ווי מיר האבן שוין דערציילט איז דער צוועלעף סטעפ פראגראם ערצייגט געווארן דורך אלקאליקער וועלכע האבן שוין געהאט פרובירט יעדע מעגליכע וועג אויפצוהערן זיך אנצו'שיכור'ן, ווייל עס האט צושמעטערט זייער לעבן, אבער אן קיין ערפאלג. און מיט די הילף פון די סטעפס האבן זיי זיך ערהוילט. נאכדעם איז דאס שוין אדאפטירט געווארן דורך עדיקטס אין יעדן אנדערן פעלד, אזוי ווי דראגס, געמבלינג, עסן, און זעלבסטפארשטענדליך, אויך צו די וועלכע זענען עדיקטעד צו סעקס און לאסט.

מיליאנען מענטשן איבער די וועלט האבן זיך שוין ערהוילט דורך די כלים פון דעם דאזיגן פראגראם און עס ווערט פאררעכנט אלס דער פונדאמענטאלסטער וועג פון ערהוילונג אין די אינסטיטוציעס וועלכע העלפן מענטשן מיט דעם, איבער דער גארער וועלט.

אט וועלן מיר אייך פארשטעלן די צוועלעף סטעפס:

1. מיר האָבן מודה געווען אז מיר זענען מאַכטלאָז איבער לאָסט - אז אונזער לעבן איז געווארן אומקאָנטראָלירבאַר. 2. מיר זענען צוגעקומען צו גלייבן אז א גרעסערער כח פון אונז קען אונז צוריק שטעלן צו נאָרמאַלקייט. 3. מיר האָבן געמאכט א באשלוס אריבערצופירן אונזער ווילן און אונזער לעבן צום אויפזיכט פון דעם באשעפער לויט ווי מיר פארשטייען אים. 4. מיר האָבן געמאכט א דורכדרינגליכען מאראלישן איבערזוכט (חשבון הנפש) אן קיין שרעק. 5. מיר האָבן מודה געווען צום באשעפער, צו זיך און צו נאך א מענטש אויף די פּונקטליכע נאטור פון אונזערע אומרעכטן. 6. מיר זענען געווען פולקאם גרייט אז דער באשעפער זאל אונז באפרייען פון די אלע פעלערן אונזערע. 7. מיט ענוה האָבן מיר אים געבעטן ער זאל אונז באפרייען פון אונזערע פעלערן. 8. מיר האָבן געמאכט א ליסטע פון אלע מענטשן וועמען מיר האָבן געשעדיגט, און מיר זענען געווארן וויליג זיי אלע צו פארגיטיגן. 9. מיר האָבן געמאכט דירעקטע פארגיטיגונג פאר די מענטשן ווי עס איז נאר מעגליך געווען, חוץ פון די פעלער ווי דאס צו טון וועט שעדיגן זיי אדער אנדערע. 10. מיר האָבן ממשיך געווען צו מאכן א חשבון הנפש און ווען מיר זענען באגאנגען א פעלער האָבן מיר דאס גלייך מודה געווען. 11. מיר האָבן געזוכט דורך געבעט און התבוננות צו פארבעסערן אונזער באוואוסטזיניגע שייכות מיט'ן באשעפער לויט ווי מיר פארשטייען אים, דאווענענדיג נאר צו וויסן וואס זיין ווילן פאר אונז איז, און פאר די כח עס אויסצופירן. 12. האבענדיג געהאט א רוחניות'דיגע אויפוואכונג אלס די רעזולטאט פון די דאזיגע סטעפס, פרובירן מיר צו טראגן דעם מעסעדזש צו אנדערע סעקסאהאליקס און זיך צו פירן לויט די פרינציפן אין אלע טיילן פון אונזער לעבן.

עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז אויף אויסצופירן דעם דאזיגן פראגראם פעלט אויס פיל מער ווי דער דאזיגער האנטבוך. מיט דעם אלעם, האט דער ערפארונג פון די אנדערע חברים אויפגעוויזן אז אויף אנצוהייבן דעם וועג פעלט זיך אויס אינגאנצן דריי זאכן: אויפריכטיגקייט, אן אפענעם קאפ און וויליגקייט. ווען מיר קומען אן צו דעם פראגראם טרעפן מיר זיך אן מיט זייער אסאך אומפארשטענדליכע זאכן, מיר האבן אסאך פראגעס און מיר שפירן אפילו אן אינעווייניגסטע קעגנערשאפט צו טייל פון די זאכן. זארגט נישט, אלע האבן אזוי אנגעהויבן. אויב אבער מיר זענען אויפריכטיג, מיר האבן אן אפענעם קאפ און מיר זענען גרייט מקבל צו זיין, וועלן מיר זיך קענען מתגבר זיין און זיך ערהוילן.