די פערטע כלי: א ספאנסער

די פערטע כלי: א ספאנסער

גרופעס און מיטינגען זענען אן אויסגעצייכנטע וועג צו באקומען שטיצע און זיך אויסצולערנען וויאזוי אויסצופירן די סטעפס, אבער בדרך כלל איז דאס אליינס נישט גענוג. אויב ווילן מיר זיך רוקן פאראויס, איז ווערט אז מיר זאלן זיך נעמען א ספאנסער, א פערזענליכער וועגווייזער וועלכער וועט אונז טרענירן, אונז אונטערהאלטן אין די שווערע צייטן, אונז מוטיגן זיך פארצוריקן און וועט מיטטיילן מיט אונז זיין ערפארונג, זיין שטארקקייט און זיין האפענונג וואס ער איז פערזענליך אריבער אין זיין וועג.

א ספאנסער איז נישט קיין פראפעסיאנאל, און ער איז זעלבסטפארשטענדליך נאך נישט צוגעקומען צו קיין שלימות. דער ספאנסער איז סך הכל א חבר וואס איז שוין אנגעקומען צו ריקאווערי פאר אונז, און ער איז שוין אנגעקומען דורך צו גיין און ארבעטן די סטעפס, אזוי אז ער קען אונז ווייזן דעם וועג. מער פון דעם, דינט דער ספאנסער ווי א שפיגל פאר אונז, און ער טוט אונז אפשפיגלען אונזער אמת'דיגע מצב. ווייל וויבאלד ער איז נישט אונז, איז ער מער אביעקטיוו און קען בעסער זעהן דעם מצב אזוי ווי עס איז, און דערפאר קען ער איז מעורר זיין ווען עס פעלט אויס זיך בעסער אפצוהיטן.

עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז דער ספאנסער טוט דעם סערוויס אינגאנצן פרייוויליג, און דער אפצאל וואס ער באקומט אויף די גרויסע השקעה וואס ער לייגט אריין אין אונז, איז זיין אייגענער ערהוילונג. די ערשטע אלקאהאליקעס האבן פארשטאנען אז כדי צו בלייבן ניכטער, מוזן זיי ארויסהעלפן פאר אנדערע עדיקטס און זיי איבערגעבן דעם מעסעדזש פון ערהוילונג, און דערפאר, ווען דער ספאנסער העלפט אונז, טוט ער דאס מערסטע העלפן זיך אליינס.

איז וויאזוי טרעפט מען א ספאנסער? די בעסטע וועג איז צו זוכן איינעם וואס האט דאס וואס מיר זוכן פאר זיך אליינס. ווען מיר געפונען זיך ביי מיטינגען (אויפן טעלעפאן אדער פערזענליך), וועלן מיר הערן אנדערע חברים מיטטיילן, און בדרך כלל וועלן מיר אלץ טרעפן געוויסע חברים צו וועמען מיר "קאנעקטן" זיך בעסער, און מיר וועלן קלערן צו זיך, אז איך וואלט ווען געוואלט האבן דעם ריקאווערי, דעם ערהוילונג וואס ער האט.

אויב מיר זענען ניי און מיר קענען נאך נישט קיינעם, אבער דאך ווילן מיר גלייך אנהייבן ארבעטן די סטעפס, קען מען אין אזא פאל זיך ווענדן צו א חבר און אים בעטן ער זאל זיין אונזער "צייטווייליגער ספאנסער", און ער וועט אונז דערווייל אנווייזן וואס צו טאן, און אינצווישן קענען מיר האלטן אפן די אויגן און די אויערן און זעהן אויב מיר טרעפן א צווייטן וואס מיר שפירן אז ער איז בעסער צוגעפאסט צו אונז און דאן קען יענער ווערן אונזער קביעות'דיגער ספאנסער.

פילע חברים דערציילן אונז אז אן זייער ספאנסער וואלטן זיי קיינמאל נישט געבליבן אין ריקאווערי, וויבאלד זייער ספאנסער איז געווען דארט פאר זיי ווען זיי האבן זיך פארמאסטן מיט גרויסע שוועריגקייטן, מיט גאר שטארקע רצון צוריק צו גיין צו לאסט, זייענדיג זייער אומזיכער מיט זיך, און אין א מצב ווי זיי האבן זיך אליינס אפגענארט.

פארשטייט זיך אליינס אז נעמען א ספאנסער איז גארנישט קיין גרינגע זאך, ווייל דער ספאנסער גייט אונז שווער מאכן דעם לעבן... דער ספאנסער גייט נישט טון די ארבעט פאר אונז, ער גייט אונז נאר זאגן וואס צו טון און וויאזוי צו טון. אלזא, ווען מיר נעמען זיך א ספאנסער נעמען מיר א גרויסע טריט זיך צו ערהוילן, דאס זאגט אז איך נעם אחריות אויף מיר און אויף מיין ריקאווערי.