די ערשטע כלי: אויפשטעלן גדרים

די ערשטע כלי: אויפשטעלן גדרים

אויב אונזער ציל איז נישט צו פאלן, דאן איז א פשוט'ע זאך אז מיר דארפן זיך אויפשטעלן גדרים. פונקט ווי א מענטש וועלכער שפאצירט אויפן דאך און וויל נישט אראפפאלן און צושמעטערט ווערן. אונזער וועלטל ווערט כסדר מער און מער מסוכן, און זאכן פון וועלכע מען האט זיך אמאל נישט געדארפט היטן זענען היינט געווארן זייער נאנט. אין דעם זין לעבן מיר היינט ביים עק דאך. איין נישט ריכטיגער טריט, און מיר טראסקענען אראפ מיט א מעכטיגן שנעלקייט.

באופן כללי קענען מיר צוטיילן די גדרים אין צוויי קאטעגאריעס: 1. אין די פארשידענע טעכנאלאגישע כלים. 2. אין די גאס און אין אנדערע עפנטליכע ערטער (שאפינג מאללס, עירפארטס אא"וו).

אבער איידער מיר גייען אויפשטעלן דעם גדר, איז זייער וויכטיג צו פארשטיין וואס איז דער ציל פון א גדר, כדי מיר זאלן זיך נישט באציען צו איר מיט א נישט ריכטיגן צוגאנג, און דעמאלס וועט דער גדר נישט עררייכן איר ציל.

לאמיר אלזא צוריק גיין צו דעם מענטש וועלכער שפאצירט אויפן דאך, און לאמיר צונעמען זיין מצב דארט. בדרך כלל רעדט מען פון א מענטש וועלכער וויל נישט אראפפאלן פון דאך. און אין אזא פאל, וועט א געהעריגער גדר אויפטאן וואס ער דארף. אויב מיר ווילן באמת נישט אראפפאלן און דער ארבעט פון דעם גדר איז אכטונג צו געבן אז מיר זאלן נישט בטעות אראפפאלן, דאן וועט דער גדר גרינגערהייט עררייכן איר ציל.

אויב אבער, מיר וועלן מחליט זיין אז מיר ווילן דוקא יא פאלן, דאן וועט דער גדר אונז נישט קענען אפהאלטן. דעמאלס וועלן מיר זיין גלייך צו א מענטש אויפן דאך וועלכער האט מחליט געווען אריבערצוקריכן דעם צוים און אראפשפרונגען.

מיר שטעלן אויף גדרים און סייגים אז זיי זאלן אונז העלפן זיך צו היטן, אבער אויף קיין פאל וועלן די גדרים נישט טון די ארבעט אנשטאט אונז. אויב מיר וועלן נישט אליינס טון די ארבעט, נאר מיר וועלן באשליסן אריבערצוקריכן דעם גדר, וועלן מיר אלעמאל טרעפן א וועג צו פאלן.

אויב מיר באנוצן זיך מיט א קאמפיוטער וועלכער איז קאנעקטעד צום אינטערנעט, צו אינדערהיים צו ביי די ארבעט, צו מיר האבן א סמארטפאון אדער א טאבלעט, דארפן מיר אינסטאלירן א גוטער, שטארקער צוים. עס זענען פארהאן היינטיגע צייטן פילע מעגליכקייטן, וועלכע זענען פאסיג פאר יעדן סארט באנוצער (פילטערס, שומר פראגראמען און נאך פילע אנדערע), און מיר מוזן אויסקלויבן דעם סארט צוים וואס איז דאס מערסטע צוגעפאסט פאר אונז.

עס איז כדאי זיך צו באנצן מיט ונשמרתם אדער רופן טעג וועלכע וועלן אייך באקאנט מאכן מיט אלע סארט מעגליכקייטן און אפילו צוהעלפן עס ארויפלייגן און אינסטאלירן אויב איר וועט וועלן.

אבער אפילו ווען דער אינטערנעט איז שוין פארזיכערט, איז נאך דא גענוג אנדערע מקומות ווי מיר דארפן זיך אכטונג געבן. אזויווי וואטשן מואוויס און טעלעוויזיע, אדער אפילו נאר לייענען צייטונגען און מאגאזינען. דא איז שוין פיל שווערער צו טרעפן א 'פיזישע' צוים, אזוי ווי ביי די טעכנאלאגישע כלים. דא וועט זיך אויספעלן צו נוצן ריכטיגע עבודה און אויפשטעלן א צוים אין אונזער מוח צו וויסן וואס מיר קענען זיך ערלויבן צו קוקן און וואס נישט.

אין צוגאב צו דעם, ווען אימער מיר גייען ארויס פון אונזער געווענליכע סביבה (די היימישע געגענט, די ישיבה אד"ג), דארפן מיר זיך אויפשטעלן נאך א צוים, וויבאלד מיר דערנענטערן זיך צום עק. יעדער איינער קען פאר זיך מחליט זיין וואס איז זיין צוים און ווי נאנט צום עק ער איז גרייט זיך צו דערנענטערן אפילו ווען עס איז דא דארט א גדר. און גלייכצייטיג, צו וועלכע ערטער ער וועט זיך נישט ערלויבן אנצוקומען אהין אינגאנצן.

די צוימען קענען זיין אפילו קליינע זאכן וועלכע זאל אונז דערמאנען וואס מיר ווילן נישט טון, למשל, אויסטון די אויגן גלעזער, צו הערן א שיעור אדער אריינקוקן אין א ספר (ווען מיר פארן אויפן וועג), אבער דער עיקר איז, א אינערליכע הכנה צו דעם בעפארשטייענדן פארמעסט מיט די רייצענדע זאכן וועלכע מען זעהט אינדרויסן.

לאמיר טון צום זאך: יעצט איז דיין ארבעט זיך אויפצושטעלן גדרים, אויף יעדע טעכנאלאגישע כלי וואס דו פארמאגטס. איך וואלט דיר פארגעשלאגן אז דו זאלסט מיר מודיע זיין אין אימעיל וועלכען סארט צוים דו האסט זיך אויפגעשטעלט אויף וועלכע כלים, און אויב דו האסט סיי וועלכע פראגעס, ליידן איך דיר איין מיך צו פרעגן און בעז"ה וועל איך זיך פרייען דיר צו העלפן.