ה' תמוז התשע"ח

?ווער איז דער עכטער איך

?ווער איז דער עכטער איך

מיר אלע קענען גוט די מעשה, עס איז נאר אפאר קליינע דעטאלן וועלכע טוישן זיך עטוואס פון איינעם צום צווייטן. מיר קומען אין די יארן, אונזער קערפער הייבט זיך אן אנטוויקלען, מיר הייבן אן שפירן די תאווה, מיר הייבן אן שפירן שלעכט מיט זיך אליינס, און פלוצלינג טרעפן מיר זיך מיט די שווערע שאלה: ווער בין איך באמת? ווער איז דער עכטער איך? איז דער עכטער איך דער וואס וויל זיין א גוטער, ערליכער בחור, לערנען, דאווענען און זיך אויפפירן ווי עס באדארף צו זיין; אדער איז דער עכטער איך דער וואס וויל נאר זעהן נאקעטע קערפערס און לעבן אין א וועלט פון צודרייטע פאנטאזיעס?

אלזא, וואו גייט מען ווייטער פון דא? עס זענען פארהאן אזעלכע וועלכע פרובירן צו שטופן דעם ערשטן צד, אנדערע פרובירן צו שטופן דעם צווייטן, און אנדערע גאר פרובירן צו זיין אין ארדענונג מיט ביידע! די ערשטע זענען די וועלכע האבן באשלאסן צו זיין ווייטער דער פיינער, איידעלער ישיבה בחור, נאר פון אינעווייניג עסן זיי זיך אויף אן אויפהער אויף דעם וואס זיי באגייען "שרעקליכע עבירות" און טרעפן זיך שטענדיג אין אזעלכע געפערליכע ערטער, וועלכע זענען אינגאנצן נישט צוגעפאסט צו זייער דרויסנדיגער מעמד און צו דאס וואס זיי ווילן זיי און פרובירן זיך אוועקצושטעלן אז זיי זענען באמת. זיי לעבן שטענדיג מיט דעם הרגשה: "ווען יענער וואלט נאר געוואוסט ווער איך בין באמת..."

די צווייטע זענען די וועלכע זענען ענדליך מחליט אין זיך, איך קען נישט מער. איך בין סתם א שייגעץ וואס הערט נישט אויף צו זינדיגן, עס איז סתם א שאד ווייטער צו שפילן דעם געים, בעסער זיך ארויסשטעלן אלץ ווער איך בין באמת און נישט לעבן א פאלשע לעבן. אפשר אזוי וועל איך זיך שפירן בעסער. פארשטייט זיך אז נישט יעדער טוט דאס אינגאנצן, "אלל די וועי", עס זענען טאקע דא אזעלכע וועלכע ווארפן אלעס אוועק פון גרויס ווייטאג, אבער עס זענען אויך פארהאן פילע פון די סארט וועלכע האבן פשוט מורא, זיי האבן נישט די שטארקקייט אלעס אוועקצואווארפן און זיי נעמען נאר אן דעם החלטה אויף אינעווייניג, בשעת ווען פון אינדרויסן גייען זיי ווייטער אן, אבער אן קיין טראפן הארץ אדער געפיהל. די בלייבן נאכמער צוריסן, ווי א שאלאכץ אן קיין שום פרוכט אינעווייניג.

און די דריטע זענען די וואס האבן פרובירט אנצוהאלטן ביידע צדדים. און דאס איז וואס איך האב געטון, לפחות פאר א גרויסער טייל פון מיין לעבן. פאר לאנגע יארן געדענק איך ווי איך פלעג זיך פרעגן די שווערע פראגע: ווער פאר א גוט יאר איז דער אמת'ער זלמן?

ווען איך האב א ריינע תקופה אין לעבן שפיר איך זיך דאך אזוי גוט מיט מיר, איך שפיר אזוי אמת'דיג, דאס לעבן איז מיר אזוי זיס, און דעמאלס בין איך זיכער אן קיין שום ספק אז דאס איז דער אמת'ער, ריכטיגער איך. דער אמת'ער זלמן. ווידער ווען איך געפון זיך קעגן דעם קאמפיוטער סקרין שוועבנדיג צווישן די פארנאגראפיע סייטס, דעמאלס שפיר איך די תאווה ברענען אין מיר אזוי שטארק אז דעמאלס בין איך זיכער אז דוקא דאס איז דער אמת'ער איך. איז וואס האב איך געטון זיך צו פארמעסטן מיט דעם דילעמא?

עס קוקט מיר אויס אז איך האב פרובירט צו וואקסן און שטייגן אויף ביידע זייטן אויפאמאל, אין די זעלבע צייט!

פון איין זייט, האב איך זיך פרובירט צוריק צו כאפן נאך יעדע נפילה. יעדעס מאל האב איך פרובירט זיך נעמען אין די הענט אריין, מער לערנען, בעסער דאווענען, וגו' וכו'. און אזוי בין איך געשטיגן אין תורה, יראת שמים און חסידות. פון די אנדערע זייט אבער האט די תאווה אויך נישט גערוט, ער איז נישט געווען גרייט צו גיין אויף וואקאציע ווייל איך וויל זיך יעצט שטארקן. אנשטאט דעם האט ער זיך געשטארקט און צוריק געקומען מיט שטערקערע כוחות און זיכער געמאכט מיך אראפצופירן נאך טיפער און נאך ווייטער, מיט נאך ערגערע זאכן, יעדעס מאל עקסטער.

און דער אמת איז, אז היינט ווען איך קוק צוריק אויף יענע יארן, און איך שטוין אויף די געוואלדיגע אמביציע וועלכע איך האב געהאט און די מורא'דיגע אונטערנעמונגען וועלכע איך האב גענומען אויף זיך אין תורה און עבודת ה', צו שטייגן פאזיטיוו, זעה איך אבער אלץ ווי דער באהאלטענער פנים פון די תאווה און לאָסט האט ארויסגעבליקט אויף מיר פון צווישן די שפארעס, און טאקע דאס האט מיך געטריבן ווייטער און העכער אין רוחניות, פרובירנדיג צו אנטלויפן פון זיינע בייזע בליקן. און פונקט אזוי, ווען איך זעה די שרעקליכע, ביטערע, אכזריות'דיגע נפילות וואס איך האב געהאט איין מאל און נאכאמאל, זעה איך אבער אויך פון צווישן די שפאלטנס ארויסקוקן די דערשראקענע, צובראכענע בליקן פון דעם פארווייטאגטן נשמה'לע וועלכע פרובירט אזוי צו קריכן ארויף דעם לייטער צום באשעפער, אבער שטאלפערט זיך אן אויף יעדן טרעפל עקסטער. און יעדעס מאל ער שטאלפערט זיך אן, האט ער נאר איין ארט צו אנטלויפן פון דעם ווייטאג – די אפענע, אויסגעשטרעקטע הענט פון לאָסט און סעקס.

אקעי, עס איז נישט 'ממש אלעמאל' געווען פונקט אזוי. עס איז געווען גענוג מאל וואס איך האב פשוט אויפגעגעבן. איך האב שלום געמאכט מיט דעם מציאות פון מיין אדיקשאן און פלעין פרובירט צו לעבן דעם טאפלטן צו'חוש'טן לעבן – וואס נאר איר קענט בכלל פארשטיין וויאזוי אזא זאך קען אפילו אנגיין אן דעם וואס מען זאל גענצליך אראפ פון זינען – אזוי גוט ווי מעגליך. אבער וויאזוי עס זאל זיך נאר האבן אויסגעשטעלט, האב איך קיינמאל נישט עכט אויסגעארבעט דעם טיעפן, בייסנדיגע פראגע, און מיינע אינערליכע צעמישענישן פון: ווער בין איך? "ווער איז דער עכטער איך?"

עס איז אלעמאל געבליבן ביי א מצב פון כשזה קם – זה נופל, וכשזה קם – זה נופל.

אבער היינט גלייב איך אז איך ווייס דעם ענפטער. איך גלייב אז איך בין צוגעקומען צו דעם ריכטיגן פארשטאנד. היינט גלייב איך אז דער "ריכטיגער איך" איז א גוטער, פיינער, ערליכער מענטש, וועלכער וויל און זוכט צו טון גוט און זיין נאנט צום אויבערשטן דורכן טון די ריכטיגע זאכן. אבער דער תאווה האט זיך מיר ארויפגעזעצט אויפן לעבן, און נישט נאר צווינגט ער מיך צו טון זיין רצון, נאר ער ברענגט מיר אפילו צו צו טראכטן אז "ער" איז גאר "איך".

מאדנע, אבער דאס איז דער מציאות. און דאס האט מיך אויך געברענגט צו פארשטיין אז איך בין נישט קיין שלעכטער מענטש, נאר א קראנקער מענטש. און אז די גאנצע מציאות פון אדיקשאן האט נישט קיין שום שייכות צו עבירות אדער צו אידישקייט. ווייל נאר ווען איך האב פארשטאנען און משיג געווען אז איך בין קראנק, נאר דעמאלס האב איך אויך פארשטאנען אז דער מחלה איז נישט איך!

"איך" – "קראנקער". דאס זענען צוויי באזונדערע זאכן וועלכע געפונען זיך אין דעם זעלבן קערפער.