וואס איז "היט דיינע אויגן?"

ברוכים הבאים!

איר זענט אנגעקומען צו דעם וועבזייטל פון "היט דיינע אויגן". די ארגאניזאציע איז אוועק געשטעלט געווארן מיט'ן איינעם ציל צו העלפן ישראל קדושים זיך צו קענען דערהאלטן אין די שווערע נסיונות פון שמירת עינים און עניני קדושה איבעראל און איבערהויפט אויפ'ן אינטערנעט.

עס איז איבריג ארויסצוברענגען וואס דער אינטערנעט האט אנגעברענגט אויפן היינטיגן דור. עס האט צוגעשטעלט גאר גרינגע צוטריט צו אן אומענדליכן אויסוואל פון אומאיידעלע, אוממאראלישע, און זאגאר אפענע פארנאגראפיע. נישט אומזיסט האבן אלע גדולי ישראל אזויפיל מעורר געווען איבער דעם ענין.

מיר פארשטייען אבער אז דער מציאות איז אז גאר אסאך אידן מוזן זיך געפונען אויפן אינטערנעט צוליב ביזנעס און אנדערע אנגעלעגענהייטן; אזוי אויך זענען פארהאן פילע וועלכע 'מוזן' נישט זיין אויפן אינטערנעט אבער דער מציאות האט געברענגט אז זיי זענען יא דא.

מיר פארשטייען אויך אז אונזער דור איז געבענטשט געווארן מיט א נסיון וואס קיין שום פריערדיגער דור האט נישט געהאט; נעמליך, אז טראץ די פילע סארט קאמיוניקאציע מיטלען וואס זענען פארהאן צו אונזער דיספאזיציע, דאך טוען מענטשן זיך נישט פארבונדן איינער מיט'ן צווייטן אויף א נאנטן, אינטימע פארנעם און דערפאר פארמאגן מענטשן היינט פיל ווייניגער עכטע, נאנטע הארץ-פריינד.

דאס אלעס האט געפירט צו דעם אז מענטשן שפירן זיך שרעקליך איינזאם, דערשראקן און לאנגווייליג. די סארט געפיהלן זענען זייער שווערע און גאר אפט וועלן זיי צוברענגען דעם מענטש צו זוכן עפעס וואס זאל אים מאכן שפירן בעסער, עפעס וואס זאל אים מאכן שפירן "קאנעקטעד", עפעס וואס זאל אים מאכן פארגעסן פון די שווערע געפיהלן.

אונזער ערפארונג האט געוויזן אז איינס פון די שטערקסטע זאכן אויף די היינטיגע וועלט וועלכע ציעט צו מענטשן צו זיך, איז די סארט אומאיידעלע, און אוממאראלישע אינהאלט וועלכע איז פארהאן בשפע אויפן אינטערנעט. נישט קיין חילוק אויף וואספארא סארט אופן דאס פאסירט, צו עס איז סתם מיט קוקן בילדער אדער ווידאוס, לייענען מעשיות אדער אנדערע סארט באשרייבונגען, צו עס איז זיך קאנעקטן דורך טשעט, טעקסט און אנדערע סארט סאציאלע פראגראמען, איז דער צד השוה אז עס איז זייער שעדליך פאר'ן מענטש.

דער רבונו של עולם האט אונז אזוי באשאפן אז אפילו מיר טוען די זאכן ווייל עס שפירט גוט, איז אבער פארט פארהאן אין אונז דער טיעפער פונק פון אונזער נשמה וועלכע לאזט אונז כסדר הערן אז דאס איז נישט ריכטיג און אז מיר מוזן דאס אויפהערן.

דער צרה איז אבער אז רוב מאל קענען אנערקענען מיר אז מיר קענען דאס נישט טון אליינס, מיר קענען נישט ארויסקריכן אליינס פון דעם גרוב אין וועלכן מיר זענען אריינגעפאלן, אפילו מיר ווילן גאר שטארק. מיר דארפן הילף.

"היט דיינע אויגן"

דאס איז די סיבה פארוואס מיר האבן געגרינדעט אונזער ארגאניזאציע "היט דיינע אויגן". אנדערש פון אנדערע עסקנים און ארגאניזאציעס וועלכע פארנעמען זיך בעיקר מיט מעורר זיין אידן וועלכע זענען נאך נישט אנגעקומען צו די זאכן, איז אונזער ציהל אינגאנצן עפעס אנדערש. אונזער ציהל איז דירעקט דער איד וואס איז שוין אנגעקומען צו די אלע זאכן און ער זוכט דעם וועג ארויס, ער זוכט הילף פאר דעם. און ער זוכט די סארט הילף וואס ער קען געטרויען.

פאר דעם זענען מיר דא.

אין די יארן זינט אונזער גרינדונג האבן מיר געהאט די זכי' צו העלפן טויזענטער אידן וועלכע זענען שוין אנגעקומען צו די מקומות און צו די מעשים, זיך ארויסצוזעהן דערפון, און מיר האפן מיט'ן הילף פון גרויסן באשעפער אז מיר וועלן זיין די גוטע שליחים אייך אויך צו העלפן.

דער סוקסעס

די סיבה וואס מיר האבן געהאט אזא שטארקע סוקסעס בעז"ה, איז צוליב די 5 פאלגנדע סיבות:

1) עקספיריענס. אונזער פראגראם איז אויסגעארבעט געווארן מיט די הילף און אנווייזונגען פון די גרעסטע עקספערטן אין דעם פעלד, און מיט די פערזענליכע עקספיריענס פון הונדערטער איבערגעגעבענע אידן וועלכע האבן זיך סוקסעספול ארויסגעדרייט פון זייער עדיקשאן און זיי זענען גרייט צו העלפן אנדערע.

2) די ריכטיגע צוגאנג. אונזער פראגראם איז אייגנארטיג נישט נאר ביי די אידישע וועלט נאר אפילו ביי אלגעמיינע מענטשן, ווייל מיר אדרעסירן די פארשידענע שטאפלען פון  דעם פראבלעם מיט א פראגראם וואס באשטייט פון באזונדערע שריט פאר יעדן שטאפל. צב"ש עס זענען דא מענטשן וואס האבן קוים אנגעהויבן צו גליטשן און זיי קענען ארויסקריכן דערפון בלויז מיט אביסל הילף: ווי טוישן דעם בליק און דעם צוגאנג דערצו, א פילטער, א גוטע שמירה, און א חבר וואס זאל אכטונג געבן אויף אים. אנדערע וועלכע זענען שוין טיפער אין דעם פראבלעם וועלן דארפן נוצן אנדערע כלים וועלכע מיר האבן דא, און אנדערע ווידער, וועלכע האבן שוין דערגרייכט דעם שטאפל פון אדיקשאן, וועלן דארפן צוקומען צו א צוועלעף סטעפ פראגראם, וועלכע מיר רעקאמענדירן שטארק.

אזוי אויך קענען מיר שיקן מענטשן צו טעראפיסטן און אנדערע סארט פראפעסיאנאלן וועלכע קענען זיי העלפן זיך ספראווען מיט זייערע אייגענארטיגע פראבלעמען וועלכע מאכן עס שווערע פאר זיי אפצושטעלן זייערע פראבלעמאטישע פירונגען.

3) אנאנים. רוב פון אונזערע פראגראמען זענען אויפ'ן אינטערנעט, געדרוקטע צעטלעך, אדער אויפ'ן טעלעפאן. די מעלה פון דעם איז, אז די וואס ווענדן זיך צו אונז פאר הילף, קענען בלייבן גענצליך אנאנים. דאס איז איינע פון די גרעסטע סודות פון אונזער סוקסעס, ווייל אין דעם פעלד איז פריוואטקייט די וויכטיגסטע זאך פאר'ן מענטש וואס זוכט הילף.

4) צוגענגליך. דער פאקט איז אז אינטערנעט איז א זאך וואס זייער אסאך מענטשן האבן צוטריט דערצו, און אט דעם פאקט נוצן מיר אויס פאר'ן בענעפיט פון אונזער פראגראם צו דערגרייכן מענטשן וואס מיר וואלטן נישט געקענט צוקומען צו זיי דורך אנדערע וועגן.

5) איש את רעהו יעזורו. א איד האט א ריינע נשמה, און ווען ער פאלט אריין אין אזא פראבלעם דארף ער פשוט האבן דעם שטופ צו קענען ארויסגיין דערפון. ווען א איד זעט אז ער איז נישט אליין און הונדערטער אנדערע אידן האבן שוין מצליח געווען מיט אונזער פראגראם, באקומען זיי די האפענונג און אנטשלאסנקייט צו טון דאס זעלבע און בעז"ה אויך ארויסקריכן פונעם תהום.