יעצט איז אנגעקומען די צייט זיך ארויסצולאזן אויפן וועג. אצינד שטייען מיר און מיר קוקן אונזער פראבלעם גראד אין פנים אריין, און מיר גייען מאכן אן ערנסטן פרואוו "צו ערלעדיגן" דעם פראבלעם און גענצליך אויפהערן זיך צו באנוצן מיט איר.
אבער פארשטיי גוט: דער דאזיגער כלי קען נאר העלפן אויב מיר זענען באמת גרייט מיט אונזער גאנצער נשמה זיך אריינצולייגן אין דעם מיט אונזער גאנצער מציאות אויף א לענגערע תקופה. אויב אבער מיר זוכן עפעס א צויבער טריק, אדער אויב מיר זענען נישט גרייט נפשיות'דיג אויף אזא סארט 'טשאלענדזש', וואס גייט זיך ציען פאר ניינציג טאג, דאן איז א שאד אנצוהייבן.
פארוואס טאקע פונקט 90 טעג? ווייל ווי עס שטעלט זיך ארויס איז 90 טאג דער צייט אפשניט וואס עס געדויערט צו טוישן א ספעציפישער געוואוינהייט.
אונזערע הייליגע חכמים האבן דאס שוין געוואוסט פאר טויזענטער יארן צוריק. דערפאר האט די הלכה קובע געווען אז נאך 90 מאל זאגן א זאך איז דער זאך שוין געווארן איינגעווארצלט ביי אונז און עס האט זיך געשטארקט איבער דעם פריערדיגן געוואוינהייט.
די היינטיגע פארשונגען להבדיל טוען נאר פעסטשטעלן וואס חז"ל האב שוין געוואוסט. פילע היינטיגע אויספארשונגען און שטודיעס וועלכע זענען אפגעראכטן געווארן אין די לעצטערע יארן האבן אויפגעוויזן אז עס געדויערט פאר'ן מוח ניינציג טעג צו טוישן אירע ליניעס און אנצוהייבן אויספארעמען נייע ליניעס פון דאסניי. אמת אז דער אלטער געוואוינהייט איז נאך דארט, אבער עס האט זיך שוין אנגעהויבן איינווארצלען דער נייער געוואוינהייט, און דאס גיט דעם מענטש א בעסערע מעגליכקייט צו קענען קלויבן דעם נייעם געוואוינהייט איבער דעם אלטן, פראבלעמאטישן הרגל.
מיר מוזן אבער ארויסברענגען, אז טראץ די גוטע בשורה וואס דער דאזיגער כלי זאגט אונז אן, דארפן מיר אבער געדענקען אז מען רעדט דא בכלל נישט פון עפעס וואס איז גרינג אויסצופירן.
אין די בעפארשטייענדע 90 טעג וועלן מיר זיך גאר אפט דארפן פארמעסטן מיט אונזער אלטן געוואוינהייט וועלכער וועט פאדערן דאס זייניגע, און דאס נישט נאכגעבן דעם געוואוינהייט קען האבן שווערע פאלגן. אנגעצויגנקייט, פחדים, דיפרעסיע, נאכגעלאזטקייט און נאך פילע אנדערע זענען גאר אפטע געסט אין די סארט צייטן. און דאס איז שוין אויסער די געווענליכע רייצענישן מיט וועלכע מיר דארפן זיך פארמעסטן לכתחילה.
כדי אריבערצוגיין די 90 טעג ריינערהייט וועלן מיר זיך מוזן אנגארטלען מיט אלע אונזערע כוחות און נאך צונעמען צו דעם נאך פילע אנדערע הילף (רוב פון די זאכן ווערן ברייטער אויסגעשמועסט אין די שפעטערע כלים. אזוי ווי עקסערסייז און גוט אויסנוצן די צייט און די כשרונות און נאך).
עס איז וויכטיג צו וויסן - און דאס קען אונז געבן אסאך חיזוק – אז די שווערע סימפטאמען וועלכע באווייזן זיך אין די צייטן, נאך וואס מיר הערן אויף זיך באנוצן מיט אונזער געוואוינהייט, ווערן בדרך כלל שוואכער און שוואכער מיט די צייט, און גאר אפט וועלן זיי זיך אויפהערן אינגאנצן, און אפילו ווען נישט, וועט עס אבער בדרך כלל זיין ווייניגער און מיט פיל ווייניגער קראפט.
ווידער אבער דער רייץ פון די תאוה אליינס, דאס ווערט נישט אפגעשוואכט און וועט זיכער קיינמאל נישט נעלם ווערן. עס איז זייער וויכטיג דאס צו געדענקען, כדי מיר זאלן נישט איינשלאפן איינמאל די 90 טעג זענען אריבער, נאר מיר זאלן אלעמאל בלייבן אויף די וואך קעגן יעדע סארט רייץ און קעגן יעדן פארמעסט.
נעמט אין אכט, אז כאטש וואס עס איז קלאר מעגליך אויפצוהערן זיך צו באנוצן מיט די תאוה, איז אבער נישט מעגליך אויפצוהערן זיין א מענטש. מיר קענען נישט ווערן ראבאטן אדער מלאכים וועלכע האבן נישט קיין תאוות און געפילן. די פארמעסטן וועלן אונז אלעמאל באגלייטן – אמאל שווערער און אמאל גרינגער – אונזער גאנץ לעבן.
עס איז זייער ראטזאם זיך צו באנוצן מיט אונזער 90 טאג טשארט וואס געפונט זיך דא אויף אונזער סייט, ווייל דאס אליינס, וואס מען טוט עס אפדעיטן יעדן טאג, און יעדן טאג זעהט מען פאר די אויגן ווי מען האט זיך גערוקט, געט דאס מאטיוואציע זיך צו האלטן און שטייגן מיט נאך א טאג. יעדן טאג וואס דו וועסט אנצייכענען "נאך אלץ ריין", וועסטו זיך אליינס שפירן בעסער און דאס וועט זיין ווי אן איינשפריץ פון כח און חיזוק צו גיין ווייטער.
בכלל, ווען מען זעהט פאר זיך דעם ציהל, קלאר אנגעצייכנט, און מען זעהט ווי מען דערנענטערט זיך דערצו נאך א טריט און נאך א טריט, געבט דאס אליינס א רייץ צו גיין ווייטער, משקיע צו זיין און מצליח צו זיין. אזוי אויך באקומט מען חיזוק, ווען מיט יעדן שלב וואס מען גייט אריבער באקומט מען א (ווירטואלע) מעדאל און מען גייט ארויף א דרגא אין דעם טשארט אליינס.
אריינצוגיין אין דעם 90 טאג טשארט דרוקט דא.