די דריטע כלי: שטעל זיך אפ

די דריטע כלי: שטעל זיך אפ

איידער מיר גייען דא אנהייבן אראפשטעלן פאר אייך ספעציפישע כלים, געצייגן און פארשידענע וועגן וועלכע וועלן אונז העלפן "בלייבן אויפגעהערט", איז וויכטיג צו באטאנען אז עס איז דא א וויכטיגער יסוד צו די אלע זאכן, וואס אן דעם וועט זיין כמעט אוממעגליך אפילו אנצוהייבן גיין אין דעם וועג. און מיר רעדן דא איבער א החלטה, א באשלוס אויפצוהערן.

מיר גלייבן אז אויב איר זענט אנגעקומען צו "היט דיינע אויגן" זענט איר אזא איינער וואס וויל אויפהערן, אנדערש וואלט איר דאך דאס נישט געטון. אבער מיר האבן געלערנט פון עקספיריענס, אז גאר אפט איז דער כלליות'דיגער ווילן אויפצוהערן נישט גענוג און עס פעלט זיך אויס נאך א טריט ווייטער פון דעם.

איידער מען גייט בודק זיין און אויספרובירן די אלע כלים און וועגן, שטאפל נאך שטאפל, וועלכע קענען אונז מעגליך העלפן, דארפן מיר צו ערשט פשוט אויפהערן. איך ווייס אז דאס הערט זיך קאמיש, ווייל גאר אפט שפירן מיר ביי זיך אז עס נישט דא קיין שום זאך וואס מיר ווילן אזוי שטארק ווי אויפהערן. און רוב פון אונז האבן שוין אויפגעהערט גאר גאר אסאך מאל. אונזער פראבלעם איז נאר וויאזוי בלייבן מיר אויפגעהערט.

פונדעסטוועגן איז וויכטיג, אז יעצט, ווען מיר ווילן זיך ארויסלאזן אויף א נייעם וועג, זאלן מיר זיך מיטנעמען אין דעם וועג א פרישע החלטה אויפצוהערן. און דערפאר, איז אט דער כלי געמאכט געווארן אונז פארשטיין צו געבן וואס מיינט דאס אויפהערן און וויאזוי טוט מען דאס.

נעם אין אכט, אז דאס ווארט "אויפהערן" איז נישט דאס זעלבע ווי "ענדיגן". קיינער זאגט נישט אז ווען מיר הערן יעצט אויף מיינט דאס אז מיר גייען קיינמאל מער נישט פאלן. נאך מער - אין דעם יעצטיגן מאמענט גייען מיר אפילו נישט זאגן אז דאס איז אונזער ציל (לפחות נישט אין דעם יצטיגן שטאפל). יעצט אויפן מינוט גייען מיר נאך נישט אויפצוהערן אויף אייביג, נאר מיר הייבן אן אויפצוהערן.

אבער פון די אנדערע זייט דארף אונז דער דאזיגער החלטה זייער שטארק מחייב זיין, מיט צוויי זאכן: 1. אז מיר הערן אויף אויף יעצט, אן קיין שום קשר מיט וואס גייט זיין שפעטער, נעכטן איז שוין געווען, מארגן איז נאך נישט דא. היינט איז דא און אויף היינט שטעל איך זיך אפ.

און 2. די דאזיגע החלטה טוט באצייכענען אז מיר זענען גרייט צו האבן אן אפענעם קאפ זיך אויסצולערנען נייע זאכן וועלכע וועלן דא שפעטער פארגעשלאגן ווערן (געצייגן וועלכע האבן געהאלפן פאר פילע מענטשן וועלכע האבן געליטן פון די פראבלעמען אויף יעדן דרגא, און זייערע לעבנס האבן זיך געטוישט אויף נישט צום דערקענען, דורך די דאזיגע כלים).

נישט קיין חילוק צו דו ביסט א אינגער בחור וועלכער מוטשעט זיך מיט די שמירת עיניים אויף די גאסן אדער דו ביסט א פארהייראטער איד מיט א גרויסע פאמיליע וועלכער פלאגט זיך מיט א שווערן אדיקשאן צו לאסט און תאוות, אדער סיי וועלכע קאמבינאציע אינדערמיט. די ערשטע זאך מוזן מיר מאכן א ערנסטע החלטה אויפצוהערן.

די דאזיגע החלטה מיינט, ווי מיר האבן געזאגט, אז מיר וועלן האבן אן אפענעם קאפ און מיר זענען גרייט זיך אנצושטרענגען צו גיין אויף א נייעם וועג. ברגע מיר האבן געמאכט דעם דאזיגן החלטה און מיר זענען גרייט איר אנצוהייבן, האבן מיר גענומען דעם ערשטן טריט אויף דעם נייעם רייזע אונזערן.

אצינד, נאך וואס מיר האבן אויפגעהערט, דארפן מיר האבן די כלים און וועגן וועלכע וועלן אונז העלפן "בלייבן אפגעשטעלט".

איך וועל זיך פרייען צו הערן פון דיר אויב דו האסט שוין געמאכט די החלטה, אויב עס איז דיר שווער צו מאכן די דאזיגע באשלוס און אזוי אויך אויב דו האסט שוין גענומען סיי וועלכע אנדערע שריט זיך צו העלפן אויף דעם (און פארשטייט זיך, סיי וועלכע אנדערע הילף דו דארפסט אין דעם ענין).

אסאך הצלחה.