כ"א תמוז התשע"ח

שלא עשני בער

שלא עשני בער

איך האב קיינמאל נישט ארויסגעהאט פונקטליך דעם גאנצן מעשה מיט דעם בערישן ווינטער שלאף. אויב ער שלאפט א גאנצן ווינטער, מיינט דאס אז נאכדעם איז ער אויף א גאנצן זומער? אדער דעמאלס ווען ער איז יא אויף שלאפט ער ווייטער געהעריג יעדע נאכט?

אבער ווי עס זאל נאר זיין דער מציאות מיטן בער, טוט דער בער סימבאליזירן, פאר מיר, פונקט דאס פארקערטע פון "נאר פאר היינט". ביי מיר ווייס איך אז דער באשעפער האט מיר צוטיילט דעם לעבן אויף קליינע טיילן פון 24 שעות יעדעס איינע, אזוי אז וויאזוי עס גייט מיר נאר, דארף איך נאר ענדיגן דעם יעצטיגן 24 שעה, און ביינאכט איז אלעס פארטיג ביז צופרי און דעמאלס וועט זיך אנהייבן א נייער טאג. ווידער דער בער שלאפט א האלבע יאר אין איין צי, און אפשר גאר איז ער אויף א האלבע יאר אין איין צי אויך...

*

דער נושא פון "נאר אויף היינט" האט צוויי וויכטיגע משמעות'ן פאר מיר. דאס ערשטע איז עפעס אזא סארט כלי וואס איך באנוץ זיך מיט דעם ווען איך וויל זיך העלפן פארמעסטן מיט מיין פראבלעם, און איך זאג פאר מיר אליינס: "נאר היינט גיי איך נישט דורכפאלן". פארשטייט זיך אז מארגן גיי איך עס נאכאמאל דארפן זאגן, און דערנאך נאכאמאל און נאכאמאל. אזוי ווי דער טאוול: "דא רייכערט מען איין טאג יא און איין טאג נישט – היינט נישט".

דאס איז אזא סארט פסיכאלאגישער טריק וועלכע העלפט אונז ארבעטן אויף זיך. דאס איז פאקטיש פונקט דאס פארקערטע פון וואס מיר פלעגן זיך איינרעדן ביים דורכפאלן: "דאס מאל וועל איך שוין טון, פון מארגן הייב איך אן צו זיין וואויל, אויף אייביג". פארשטייט זיך אליינס אז דאס איז געווען נישט מער ווי א תירוץ און מארגן האבן מיר עס ווידער געזאגט, און מיר האבן עס גאנץ פיין געוואוסט בשעת'ן זאגן, אבער דאך האבן מיר עס געזאגט.

אבער עס איז דא א פיל טיעפערער משמעות צו דעם "נאר אויף היינט". דאס איז א גענצליך נייער צוגאנג צום לעבן. שוין גארנישט קיין טריק, דא רעדט מען שוין פון עפעס זייער אמת'דיג. מיט דעם הייבן מיר אן צו לעבן אונזער גאנצער לעבן אין דעם הוה, אין דעם יעצטיגן מינוט, אנשטאט צו לעבן אינעם עבר אדער אינעם עתיד. מיר הייבן זיך אן אריינבאקן טיעף אין הארצן אז דער באשעפער האט אונז נישט געגעבן קיין שום מעגליכקייט צו טוישן דעם עבר און אפילו אונזער השפעה אויפן עתיד איז אויך זייער באגרעניצט, און דוקא דאס ביסל השפעה וואס מיר קענען האבן אויפן עתיד האט צו טון מיט וויאזוי מיר לעבן דעם הוה. דעם יעצט.

דאס איז אלעמאל געווען אמת, און ספעציעל היינט, ווען די פארגעשריטענע טעכנאלאגיע האט איבערגדרייט די וועלט אזוי אז מיר קענען שוין נישט נאכלויפן דעם שנעלקייט מיט וואס זאכן טוישן זיך. עס איז זייער פשוט אז מיר האבן נישט קיין שליטה אויפן עתיד און מיר שטייען גאר אפט גענצליך אומבאהאלפן אקעגן זאכן וועלכע פאסירן פאר אונזערע אויגן מיט אזא בליץ שנעלקייט אז מיר קענען זיך קוים כאפן וואס איז געשעהן, איידער עפעס אנדערש פאסירט און קערט ווידער אלעס איבער.

גאר אפט פאסירט היינט אז ווען מיר שטייען אויף צופרי האבן מיר שוין דעם געפיהל: "אך, שוין צו שפעט. איך האב שוין פארפאסט". כאילו מיר ווייסן שוין אז מיר גייען נישט אניאגן קער צו נעמען פון אלעס וואס מיר האבן קער צו נעמען היינט.

און טאקע דא דארף איך פארשטיין אז איך בין נישט קיין בער און מיין טאג איז נישט א האלבע יאר. איך האב נאר 24 שעה, און למעשה אפשר אפילו ווייניגער פון דעם, ביז איך גיי שלאפן, און איך קען נישט לעבן היינט דאס וואס איך דארף טון מארגן.

אזא צוגאנג צום לעבן קומט נאר פון אמת'ע אמונה אין דעם אויבערשטן, און דערפאר דערמאנט עס מיך טאקע פון די מן, וועלכע איז אראפגעקומען גראד פון הימל, און טאקע "נאר פאר היינט". זעלבספארשטענדליך אז דער "נאר פאר היינט" איז געווען מארגן אויך און איבערמארגן אויך, אבער יעדן טאג איז געווען נאר יענעם טאג, "נאר פאר היינט", און מארגן הייבט מען ווידער אן פון זערא. ווען איך פארלאז זיך אויפן אויבערשטן, אז ער וועט שוין זארגן פאר מיר, איז מיר גאר גרינג זיך צו באגענונגן אז היינט האבן איך אלעס וואס איך דארף. און פאר מארגן דארף איך זיך נישט זארגן יעצט.

דאס איז אמת אין דעם גאנצן לעבן. אבער עס איז פיל מער אמת, און מיר דארפן עס גאר שטארק ארייננעמען אין זיך ווען עס קומט צו אונזער פארמעסט אקעגן דעם תאוה. אונזערע מחשבות וועלכע זאגן אונז אז דאס איז אן אומענדליכער פארמעסט, און דער פחד אז אויך נאכ'ן זיין ריין פאר א לאנגע תקופה קענען מיר נאך אלץ פאלן, און דער רצון שוין יעצט צו זיין ריין פאר א לאנגע צייט, די אלע זאכן זענען די סיבות וועלכע ברענגען אונז צו פארגעסן דעם עיקר און אנשטאט דעם מאכט עס חרוב די ריינקייט וואס מיר האבן פאר היינט.

עס איז נישט מעגליך צו לעבן דעם עתיד, אבער מיר קענען בלייבן ריין פאר היינט. אפילו אויב איך בין נעכטן געפאלן קען איך נאך אלץ זיין ריין היינט, און 'דאס' איז דער עיקר. צו מיינט דאס אז מארגן וועל איך אויך זיין ריין? מוז נישט זיין. אבער עס מיינט יא, איז דעם חשוב'סטן טאג אין מיין לעבן – דעם היינטיגן טאג – גיי איך בלייבן ריין.