אן אינטערעסאנטן מציאות זעען מיר ביים יום טוב פסח, עפעס וואס מען זעהט כמעט נישט אין אידישקייט בכלל. אז צוזאמען מיט די גרויסע השפעות וואס אלע ספרים רעדן אזויפיל (עס איז נישט דא נאך עפעס אויף וואס עס זענען דא אזויפיל ספרים ווי אויף פסח און די הגדה), צוזאמען מיט דעם חירות און די העכערע שמחה, צוזאמען מיט דעם וואס עס איז דוקא אן ענין צו ווייזן גשמיות'דיגע רייכקייט, עד כדי כך אז עס שטייט מען זאל זיך בארגן טייערע כלים אפילו פון גוים, סתם צו לייגן אויפן טיש צו ווייזן רייכקייט, חירות און מלכות; צוזאמען מיט דעם אלעם איז דא דער שרעקליכער איסור פון חמץ.
און אט דער איסור פון חמץ אין אויף אן אופן וואס מען זעהט כמעט נישט ביי אנדערע איסורים. חמץ אין פסח איז אסור במשהו און עס ווערט נישט בטל. אפילו באלף. עפעס אזא הארבער איסור איז דאס, אזוי שטארק שטערט די משהו חמץ צו דעם גאנצן פרייהייט און מלכות צו דעם רייכקייט און שפע.
אויף אזוי ווייט האט דאס אפעקטירט אונזער סוב-קאנשעס אז עס איז ארויסגעוואקסן ארום דעם א גאנצע רייע פון חומרות און הידורים – און א גאנצע אינדוסטריע וואס שטעלט זיי צו - וואס מען זעהט פשוט נישט אין קיין שום אנדערן זמן אדער מקום אין יאר, און אין אידישקייט בכלל. אפילו אין אזעלכע מקומות וואס מען איז בדרך כלל מער ברייט, מער אפן צו נייע זאכן; פונדעסטוועגן אבער, ווען עס קומט צו פסח גייט מען ביז אן עקסטרעם. "משום חומרא דפסח" איז א ווארט וואס מען הערט אזויפיל און מען הענגט אן אין דעם אזויפיל זאכן, אפילו ווען די זאכן לייגן זיך בכלל נישט אויפן שכל אדער עס האט נישט קיין שום הסבר, אבער, משום חומרא דפסח, נעמט מען עס אן, אן קיין שום פראגעס און מען פירט עס אויס מיט שמחה.
וואס איז פשט פון דעם, פארוואס איז דאס אזוי, וואס ליגט אונטער דעם, און בעיקר, וויאזוי האט דאס א שייכות צו אונז אין אונזער פערזענליכער רייזע דא אויף די וועלט?
אז מיר וועלן זיך אומקוקן איבער דעם גאנצן מציאות פון חמץ וועלן מיר זעהן, אז דער ערגסטער סארט חמץ, דער ווארט וואס טוט סימבאליזירן דעם חמץ, איז דאס ווארט שאור. כל שאור וכל מחמצת לא תאכלו, נישט סתם, נאר דער שאור איז גאר דאס וואס מאכט דעם חמץ.
מען לייגט אריין אין דעם טייג א קליין שטיקעלע שאור, און דאס בלאזט אן דעם גאנצן טייג און מאכט אים חמץ. אט דער קליינער שטיקעלע שאור, דער שאור שבעיסה מאכט א תל פון דעם גאנצן עיסה און מאכט אים פאר חמץ.
אט דער שאור איז נוגע פאר אונז אויך. ביי אונז איז דער שאור דער טיפער נקודה אין הארץ וואס הייבט זיך אן רעגן, אדער האבן פאראיבל אויף איינעם אדער אויף עפעס. אדער הייבט מען זיך אן עסן אז עפעס גייט אנדערש ווי איך וויל. אט דער קליינטשיקער נקודה, דאס איז ביי אונז דער שאור. און פונקט ווי דער פיזישער שאור וועלכער בלאזט אויף דעם גאנצן טייג און מאכט אים פאר חמץ בעין, אזוי געשעהט אויך מיט אונז.
אט די קליינע נקודה הייבט אן קאכן אינעווייניג ביי אונז אין הארץ, און עס קאכט און ברויז און בלאזט ביז... עס בלאזט אונז אינגאנצן אראפ פון גלייכגעוויכט און מיר מוזן טרעפן 'עפעס' וואס מאכט אונז שפירן בעסער... פשוט ווייל מיר קענען מער נישט אויסהאלטן דעם ווייטאג און דאס ווייטערדיגע גריזשען אין מוח פון דעם רעגעניש און פאראיבל, פון דעם קליינעם שאור. און מיר ווייסן אלע וואס דער 'עפעס' איז.
נישט אומזיסט האט רב אלכסדרי (גמ' ברכות) געבעטן "ריבון העולמים, גלוי וידוע לפניך שרצונינו לעשות רצוניך ומי מעכב, שאור שבעיסה".
יא, די קליינטשיגע, פיצעלע שאור, די קליינינקע מחשבה'לע, די ברעקעלע רעגעניש איבער וועלכע מיר רעדן זיך איין אז עס איז גארנישט. אט דאס קען מאכן א גאנצער חורבן, עס מאכט דעם גאנצן מענטש פאר חמץ.
מען קען דאס זעהן אין אונזער לעבן טאג טעגליך. כמעט אלעמאל ווען עס הייבט אן גיין שלעכט און מיר שפירן אינעווייניג דעם 'טריגער' וועלכע הייבט אן דעם פראצעדור וואס פירט אונז צום נעקסטן נפילה, קענען מיר אידענטיפיצירן אט די נקודה. צומאל איז עס סתם אז מיר האבן זיך געשפירט שלעכט און מיר ווייסן אפילו נישט פארוואס. אבער אויב מיר וועלן זוכן מיט גענוג אמת'דיגקייט און אויפריכטיגקייט, וועלן מיר כמעט אלעמאל טרעפן דעם נקודה, דעם שאור וואס האט עס אנגעהויבן.
צו עס איז געווען עפעס א ווארט וואס איך האב געזאגט פאר איינעם וואס איך שפיר נאכדעם אז עס וואלט געווען בעסער ווען איך וואלט עס נישט געזאגט, צו עפעס וואס איך האב געטאן וואס באדערט מיך אז איך האב עס געטאן. צו אז איך האב אויף עפעס גאר א קליינעם פארנעם זיך פארלוירן און געווען מאכטלאז קעגן א שווערע סיטואציע וואס איך האב נישט געוואוסט וויאזוי צו באהאנדלען.
פארשטייט זיך אז בדרך כלל איז נישט אזוי גרינג דאס צו טרעפן, ווייל מיר וועלן זיך געבן טויזנט און איין תירוצים פארוואס איך האב זיך 'געמוזט' אזוי פירן: "יענער איז דאך אזא... עס קומט אים באמת הונדערט מאל מער ווי איך האב אים געזאגט, און ער וואלט עס נאך געדארפט באקומען צוויי יאר צוריק, און איך בין אזא גוטער אז איך האב זיך איינגעהאלטן ביז יעצט, און אפילו יעצט האב איך קוים עפעס געזאגט אקעגן וואס עס איז אים געקומען..."
אבער דער פראבלעם מיט די אלע תירוצים איז, אז דעם וועמען עס דארף איבערצייגן, אונז אליינס, טוט עס געווענליך נישט מצליח זיין צו איבערצייגן, און ערגעץ טיף אינעווייניג הייבט אן דער קליינטשיגער פינטעלע, דער שאור שבעיסה, הייבט אן צו וואקסן. עס בלאזט זיך אויף און בלאזט מיך אויף, און עס וואקסט און שטייגט שטענדיג, אן קיין אויפהער, ביז עס בלאזט אויף דאס גאנצע מיך און מאכט מיך קוקן אויף אלעס ארום און ארום מיט א פאלשן, פארפירערישן בליק.
וואס איז שוין געשעהן, האב איך געזאגט עפעס א ווארט, נו איז וואס. אבער פארוואס פירט דאס מיך זיך נאכדעם צו רעגן אויף דעם נעקסטן מענטש וואס האט שוין גארנישט געטאן? און פארוואס שפיר איך ברוגז אויף נאך פיל אנדערע מענטשן וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות צו דעם?
און פארוואס א גוטער יאר הייבט דאס פלוצלינג אן צו לייגן אין גאנג דעם גאנצן פראצעדור וואס לייגט מיך צוגרינד און צינדט אן אין מיר דעם שרעקליכן הונגער נאך יעדע זאך וואס האט נאר א שפור פון לאסט און תאווה?
-
אין די רגע וואס די וואסער קומט אין בארירונג מיט דעם מעהל, דארף מען עס כסדר קנעטן און באארבעטן, און מען טאר נישט נאכלאזן, מען טאר נישט אויפהערן פאר א מינוט. מען דארף קנאקן און האקן אויף דעם עגאו, אויף דעם זיך, אויף די גאווה. א זעץ נאך א זעץ א קנעט נאך א קנעט. און מיר דארפן אידענטיפיצירן דעם פראצעדור וואס נענטער צום אנהייב. וואס לענגער מיר ווארטן, קען עס קאסטן א גאר הויכן פרייז...
"אתה ישן והוא ער לך", א טייג וואס ווערט נישט באארבעט בלאזט זיך אויף ביז עס ווערט חמץ. א פאראיבל און הארץ עסעניש וואס ווערט נישט באארבעט און מען גיבט זיך נישט אפ מיט דעם ווי מען דארף, גייט נישט אוועק פון זיך אליינס, עס גייט נישט אין ערגעץ נישט, עס בלייבט ביי אונז אין הארץ און מאכט אן א חורבן עולם אין דעם עולם קטן ביז ער דרינגט אריין אין יעדן לעכל און אין יעדן שפארע. בחורים ובסדקים און פארגיפטעט אלעס.
מיר דארפן אויפזוכן די דאזיגע רעגענישן און פאראיבלען טאקע אין אלע חורים און אין אלע סדקים. מיר קענען זיך נישט ערלויבן זיי צו האלטן, אפילו פאר אביסל, און מיר דארפן זיי מבער זיין, זיי אויסראטן, עס מבטל זיין אינעווייניג אין הארץ; און אויב עס פעלט אויס דארף מען עס אפילו פארקויפן פאר א גוי.
מיר קענען זיך נישט ערלויבן דעם לוקסוס דאס צו קענען האלטן ביי אונז אויב ווילן מיר האבן א ריינעם 'אינעווייניגסטע' שטוב. ויפה שעה אחת קודם.
"מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה"