ט"ו סיון התשע"ח

א בריוו פון א ליבן טאטן

א בריוו פון א ליבן טאטן

מיין טייערער זוהן,

איך באטראכט דיך אזוי דארט אונטן, און איך פריי זיך צו זעהן ווי גוט דו נוצט אויס די טייערע מתנות וואס איך האב דיר געגעבן. איך זעה ווי דו פארמעסט זיך מיט שוועריגקייטן, דו פרובירט זיך צו באפרייען פון זיי, דו טוסט ביישטיין שווערע נסיונות און דו טוסט אלעס וואס דו קענסט בכדי צו שטייגן אין לעבן; אין א נארמאלן, געזונטערן, לעבן. איך זעה און איך קוק מיך צו און איך האב הנאה. נאך די אלע יארן וואס איך האב געקוקט, און געווייטאגט.

דו ווייסט, איך פלעג זיך צוזעהן ווי דו קעמפּפסט שטענדיג קעגן די שטורמישע כוואליעס פון לעבן, פרובירנדיג מיט אלע כוחות צו האלטן דעם קאפ העכער'ן וואסער, ווי דו שטרעבסט אלעמאל צו גיין ווייטער און אנקומען העכער, אבער שטענדיג האסטו איינגעזונקען, איין מאל און נאכאמאל. פון דא אויבן איז מיר געווען קלאר אז דו לייגסט אריין אלע דיינע כוחות, אבער דו ווייסט פשוט נישט וואו דער בארטן איז. און דאס האט מיר וויי געטאן.

עס האט מיר וויי געטאן אז עס טוט דיר וויי, אבער עס איז געווען עפעס אנדערש וואס האט מיר פיל מער וויי געטאן. עס האט מיר געווייטאגט ווען דו האסט געמיינט אז איך בין נישט דא, אז איך עקזיסטיר נישט. עס האט מיר געווייטאגט ווען דו האסט געמיינט אז איך האב פארגעסן פון דיר. אבער דאס מערסטע פון אלעם האט מיר וויי געטאן ווען דו האסט געמיינט אז איך טו פשוט אפּשפּעטן פון דיר.

איך האב געזעהן ווי דו קעמפּפסט פיל איבער דיינע כוחות, און דאס האט דיך טאקע אראפגעדרוקט, יעדעס מאל פון דאסניי. און איך האב פארשטאנען דיין פארביטערטע אנטוישונג פון דעם וואס דו ווערסט געשטעלט פאר א נסיון וואס איז פשוט נישט מעגליך פאר דיר בייצושטיין. און דו האסט געשריגן צו מיר, דו האסט גע'טענה'ט אז אויב איך בין דא מוז איך דיר העלפן. דו האסט געוויינט אז עס קען נישט זיין אז איך בין דא און קוק זיך צו און זעה אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר און דאך לאז איך דיך ווייטער אליינס אויפן שלאכטפעלד קעגן די שטורמישע וואסערן.

אבער קינד מיינס, פאר דיינעטוועגן האב איך געמוזט שווייגן. איך האב געמוזט ווייטאגן אבער גארנישט טאן. זעהן ווי דו ווערסט נאכאמאל אריינגעשלעפט און פארלוירן אונטער א ריזיגן, שרעקעדיגן כוואליע, און איך האב נאר געקענט לאזן א טרער. גלייב מיר מיין טייער קינד, אז אין יענע שרעקעדיגע מאמענטן האב איך גארנישט געוואלט מער ווי דיר אויסשטרעקן מיין שטארקע האנט און דיך ארויסציען פון דעם שרעקליכן געווירבל. אבער פאר דיינעטוועגן, פאר דיין טובה האב איך זיך צוריק געהאלטן דערפון.

דו ווייסט אז איך האב דיך באשאפן מיט א שטארקן רצון זיך צו פארטיעפן און זיך דערגרונטעווען צום שורש פון זאכן. עס זענען דא מענטשן אויף די וועלט וואס איך האב זיי באשאפן אנדערש. און פרעג נישט פארוואס ווייל דאס איז נישט דיינע געשעפטן און דו דארפסט דאס נישט וויסן. פאר דיר אבער האב איך געוואלט דאס בעסטע וואס איז נאר דא. אבער כדי אנצוקומען אויבן, דארף מען צוערשט אראפגיין אונטן. פארוואס? ווייל אזוי.

אין דעם וועלטל וואס איך האב באשאפן ארבעט עס אזוי אז יעדע עליה הייבט זיך פריער אן מיט א ירידה. און וואס מער מען גייט צוערשט אראפ, אלס מער קען מען דערנאך גיין ארויף. איך האב געוואלט אז דו זאלסט אנקומען גאר הויך, האסטו פריער געמוזט זיין גאר טיף אונטן. איך האב געוואלט אז עס זאל דיר זיין גוט, האסטו פריער געמוזט שפירן שלעכט.

דו האסט עפעס געזוכט אבער דו האסט אפילו נישט געוואוסט וואס דאס איז. דאס האט דיר זייער וויי געטאן און קענסט זיין זיכער אז עס האט מיר אויך וויי געטאן. אבער דאס איז געווען נאר דערפאר אז דו זאלסט שפעטער קענען באמת שעצן דעם נאנטשאפט מיט מיר.

דו האסט נישט פארזוכט דעם טעם פון רוהיגקייט, אבער דאס איז געווען דערפאר אז ווען דו וועסט עס דערגרייכן זאלסטו וויסן וואספארא טייערער אוצר דאס איז. דו האסט נישט געוואוסט פון קיין ליבשאפט צו זאגן, אבער נאר דערפאר קענסטו היינט מעריך זיין אמת'ע ליבשאפט. דו ביסט געווען אין גיהנם, ווייל אן דעם וואלסטו קיינמאל נישט געקענט ריכטיג אפשאצן דעם גן עדן. דו ביסט געווען אין געפענגעניש כדי דו זאלסט אנערקענען דעם טייערן ווערט פון פרייהייט. דו האסט פארזוכט א ים פון ביטערניש, כדי דו זאלסט האבן א פארגעניגן פון דעם זיסקייט.

אמת, איך ווייס אז עס זענען פארהאן מינוטן ווען דו וואלסט פיל בעסער מוותר געווען אויף די פילע ווייטאגן אינאיינעם מיט די מתנות וואס טוען איר נאכפאלגן און דו וואונטשסט זיך נאר צו קענען לעבן א שטיל רואיג לעבן. איך פארשטיי דיך אזוי גוט מיין טייער קינד. אבער מיין פלאן פאר דיר איז עפעס אנדערש. איך וויל נישט אז דו זאלסט פארברענגן דיינע יארן "נעבן דאס לעבן", איך וויל אז דו זאלסט פאקטיש "לעבן דאס לעבן".

גלייב מיר קינד מיינס, אז ווען עס וואלט ווען געווען א וועג אין דעם וועלט וואס איך האב באשאפן אז דו זאלסט קענען אנקומען דארט אויבן אן פריער זיין אונטן, וואלט איך עס געטאן פאר דיר, אבער פאקטיש איז דער דאזיגער מעגליכקייט נישט פארהאן.

אבער איין זאך זאלסטו שטענדיג געדענקען ווען דו פארמעסט זיך מיט די שוועריגקייטן: איך געפון זיך אלעמאל גלייך לעבן דיר, און די שוועריגקייט איז א ריינע מתנה פאר דיר. גארנישט ווייניגער ווי די שיינע, לעכטיגע, גרינגע מינוטן.

מיט פיל ליבשאפט, דיין העכסטע אויטאריטעט,

טאטי