פארגאנגענע וואך האבן מיינע חברים פון מיין גרופע געמכט פאר מיר א סורפרייז מסיבה. א מסיבה אפצוצייכענען מיין דערגרייכונג פון זעקס ריינע יארן. אבער וויבאלד עס איז דאך געווען א סורפרייז, האב איך, פארשטייט זיך, נישט געוואוסט דערפון פון פריער, און פונקט די וואך האט זיך מיר געמאכט עפעס א סיבה פארוואס איך האב נישט געקענט קומען. די שמחה איז געהעריג געפייערט געווארן, אבער אן דעם חתן. און איך האב זיך נאך אלץ געפרייט צו באקומען די מעסעדזשעס און די בילדער פון די חברים וועלכע פרייען זיך מיט מיין שמחה און האבן הנאה פון געשמאקע עסן און א פרייליכן אטמאספערע, אין א געזעלשאפט פון אחדות און ערהוילונג.
נעכטן בין איך שוין יא געווען ביי די גרופע, אבער נעכטן איז נישט געווען קיין מסיבה. אבער איך האב נעכטן באקומען מיין מעדאל פאר מיינע זעקס יאר. ביי אונז אין די גרופע איז איינגעפירט אז ווען איינער באקומט א מעדאל, פרעגט מען אים: ווער ביסטו און וויאזוי האסטו דאס באוויזן? און פון מיר האט מען אויך געפרעגט די פראגע נעכטן. און וויבאלד איך האב נישט צוגעלייגט גרויס מחשבה צו דעם פון פריער, האב איך נישט ערווארטעט די פראגע און עס איז מיר געקומען פלוצלינג. און טאקע דערפאר שפיר איך אז דער ענטפער וואס איך האב געגעבן איז זייער אן אמת'ע, און עס לייגט אראפ דעם מצב אזוי ווי עס איז. און דערפאר וויל איך עס דא מיטטיילן.
יעדעס יאר איז דא אן אנדערע נקודה, וואס איך שפיר אז דאס יאר איז 'דאס' געווען דער פינטל, דער זאך וואס האט געהאט דעם גרעסטן טייל אין מיך האלטן ריין דורכאויס דעם יאר. אמאל איז דאס דער ספאנסער, אמאל איז עס דאס ארבעטן די סטעפס, אמאל די גרופע און אמאל דאס געבן פאר אנדערע. אבער אין די לעצטע יאר איז עס געווען די שנעלקייט פון מיין רעאקציע.
יעדעס מאל וואס לאסט איז מיך געקומען באזוכן, האב איך געהאט צוויי מעגליכקייטן: 1. זיך צו זאגן אז עס איז אקעי, און איך קען עס אליינס באהאנדלען, און אויב עס וועט ווערן שטערקער וועל איך שוין דעמאלס טון וואס איך דארף. און 2. זיך צו זאגן אז יעצט איז די ריכטיגע צייט אויפצוהייבן א טעלעפאן און בעטן הילף. יעדעס מאל וואס איך האב אויסגעוועלט אין דעם צווייטן מעגליכקייט – האב איך באקומען דעם גאנצן פרייז און איך בין בכלל נישט אנגעקומען צו א מצב אז איך זאל זיך דארפן פארמעסטן. ווען אבער איך האב אויסגעוועלט דעם ערשטן מעגליכקייט, האב איך שוין געדארפט האבן א נס אז עס זאל זיך נישט ענדיגן מיט א ווייטאגליכן טראסק.
די שאלה פון ווען איך טוה די ערשטע פעולה איז זייער א וויכטיגע און דער ענטפער צו דעם טראגט גאר א גרויסן משמעות. די צייט פאקטאר איז דא זייער וויכטיג, ווייל אויב איך טוה נישט די ריכטיגע פעולה אין די ריכטיגע צייט, ווערט עס כמעט אוממעגליך עס צו טון בכלל. עס איז פיל גרינגער נישט אריינצוגיין אין א פראבלעמאטישן מצב, ווי זיך אפצושטעלן ווען מען האלט שוין אינדערמיט, פונקט ווי עס איז פיל גרינגער זיך נישט אוועקצוזעצן אויף א גליטשער ווי זיך אפצושטעלן ווען מען האלט שוין אינמיטן אראפפליען.
און דאס יאר האב איך דאס געשפירט אויף די אייגענע הויט. און דער פאקט אז איך בין ריין און ניכטער איז טאקע דערפאר, ווייל איך האב זיך געצוואונגען אויפצוהייבן א טעלעפאן צו חברים און בעטן הילף גלייך ווען דער כוואליע האט זיך אנגעהויבן, פיל פיל איידער עס איז געווארן א צונאמי, אפילו אין אזעלכע פעלער ווען איך בין געווען זיכער אז עס גייט בכלל נישט ווערן א צונאמי. דוקא ווען איך האב גענומען דעם ריכטיגן טריט גראד ביים אנהייב, איז דער מעגליכקייט פיל געשטיגן אז דער דאזיגער כוואליע זאל טאקע נישט פארוואנדלט ווערן אין א צונאמי, און ווידער ווען איך האב גרינגעשעצט די כוחות פון דעם כוואליע, איז עס געוואקסן און געדראעט מיך צו דערטרינקען אינגאנצן.
איך דאנק דעם אויבערשטן פאר נאך א ריינעם יאר, און אויף דעם וואס ער האט מיר געגעבן די כוחות צו טון די ריכטיגע פעולות, און נאך וויכטיגער, אין די ריכטיגע צייט.