ט' אב התשע"ז

מה נשתנה אין אלול...

מה נשתנה אין אלול...

מה נשתנה האלול הזה מכל 'האלולים'? שבכל האלולים פחדתי מיום הדין כמלסטים מזוין, והאלול הזה אינני מפחד...

יא, יעדעס יאר, אין חודש אלול האב איך זיך ארום געדרייט ווי א פאר'סמ'טער מויז, אן קיין קאפ, געציטערט פון דעם ראש השנה ווי פונעם טויט (עה, פיל ערגער...) אבער דאס יאר נישט. און דאס איז נאר אין זכות פון "היט דיינע אויגן".

מיין אידענטיפיקאציע קארטל: געפונט זיך טיעף אינעם פערטן צענערל פון מיין לעבן, פרובירט צו לעבן לויטן שולחן ערוך, גלייבט אמת'דיג אז אונזער תורה, די אידישע תורה איז דאס העכסטע אידעאל, און אז אונזער וועלטל האט א פירער וועלכער גיבט זיך אפ מיט שכר ועונש.

די דאזיגע יסודות, און פיל מער, זענען אריינגעשמאלצן געווארן אין מיין נשמה אין דעם אידישן שמעלץ טאפ אין וועלכן איך בין געוואקסן; און דאס איז אויך דער זעלבער מסגרת אין וועלכען איך האב חתונה געהאט און ווי איך בוי היינט מיין שטוב. איך בין זיך אויך זייער משתדל אויפצוציען מיינע קינדער אויף דעם זעלבן אופן.

עס איז מיר אויך וויכטיג צו באצייכענען אז איך טראג א גאר חשוב'ע תורה'דיגע פאסטן.

אויב ליינט איר נאך, וואונדערט איר זיך מן הסתם: נו, איז דאך גוט, וואס איז דער פראבלעם?

א געוואלדיגע שאלה! אזוי גוט אז איך אליינס פלעג איר שטענדיג פרעגן! ספעציעל ווען איך האב שווער פרובירט זיך צוריק צו קערן פון מיין טאפלטן לעבן. ווען איך האב אויסגעטאן מיין אנדערן אידענטיטעט, נאכ'ן ווידער איינזינקען טיף אין בלאטע טראץ די שווערע כוחות וואס איך האב אריינגעלייגט עס נישט צוצולאזן.

די שוועריגקייטן האבן זיך נאך אנגעפאנגען פריער, דא איז נישט באמת די צייט און די מקום אריינצוגיין אין פרטים. אבער "אין גרויסן" האט דער פראבלעם ערשיינט אין מיין לעבן נאך מיין בר מצוה.

אין אנהייב האב איך ניטאמאל געכאפט וואס דא גייט פאר מיט מיר, יא, איך האב געהאט עפעס אזא געפיהל אז דאס איז א זאך וואס איז בעסער נישט צו רעדן פון דעם, מיט די צייט איז מיר אבער קלאר געווארן אז דאס איז "דער" ביטערער עבירה; דער "חטא הידוע". איך האב דאן געמאכט א הייסן צוזאג, פאר מיר און פאר'ן אויבערשטען, אז דעץ איט. נאו מאר. עס גייט מער נישט פאסירן. און עס האט זייער שיין געהאלטן. ביז... איך בין געפאלן.

איך האב זיך געוואנדן צו די מחנכים אין ישיבה און אינדרויסן פון ישיבה, איך האב באקומען א שטארק סדר תשובה און עס האט מיר זייער שטארק געהאלפן. ביז... איך בין געפאלן.

יעדע שטיק צייט האט "דער פראבלעם" זיך אויפגעוועקט. עס האבן נישט געהאלפן אלע טרייסט ווערטער אז דאס איז "דער פראבלעם" פון אונזער גאנצער דור האחרון, און אויך פון דעם פריערדיגן, און אויך פון די פאר דעם... ווען דער אטאקע איז געקומען, און אזוי יעדע וויילע איז עס געקומען, בין איך געווארן א פולווער פאס פון אנגעצויגענען נערוון. איך האב זיך נישט געקענט קאנצענטרירן, גארנישט געקענט טון. ווי עס וואלט אין מיר אריין א 'דיבוק'.

און ווען די געפיהלן האבן גענאגט ביי די נשמה האב איך געהאט נאר איין איינציגער וועג זיך צו באפרייען פון דעם...

די שולד געפיהלן, די בושה און דער צושמעטערטער זעלבסט ווערט וועלכע האבן אלעמאל ארויסגעשפראצט דערנאך, האב מיך אריינגעווארפן אין א תהום פון יאוש. דער ריזיגער מרחק אין די געפילן פון פארדעם: איך מוז ווייל אויב נישט גיי איך אראפ פון זינען, ביז די שוידערליכע געפילן פון נאך דעם, שפירנדיג ערגער פון דאס ערגסטע, האבן אבער קיינמאל נישט מצליח געווען אפצוהאלטן דעם גרויליגן אומגליק.

א מיסטעריע

און יעדעס יאר עקסטער, ווען די ימים נוראים האב זיך אנגעהויבן אונטער רוקן, איז דער "פראבלעם" ארויפגעשווימען מיט א מעכטיגקייט. עס זענען געווען צייטן וואס איך האב געהאלטן אז עס איז דער זומער. אבער דאן האט זיך אנגערוקט איין יאר א קאלטער אלול, אזוי נאך א עיבור יאר, און דאס האט צושטערט מיין גאנצער טעאריע.

איך האב זיך נישט געקענט פארהוילן פון די פאקטן. די פערציג טאג וואס משה רבינו איז ארויף אויפן בארג צום דריטן מאל, פון כ"ט אב ביז נאך יום כיפור, די טעג אין וועלכע דער קעניג געפונט זיך אין פעלד און יעדער קען צוגיין צו אים, אט די טעג זענען געווארן פאר מיר די ערגסטע פון אלעם. דאס איז געווארן די צייט ווען איך האב דוקא פארלוירן יעדן איינציגסטן קאמפף, ליידנדיג איין נידערלאגע נאכ'ן אנדערן אויפן שלאכפעלד. די מינעס האבן אויפגעריסן אונטער מיינע פוס אן אויפהער. שטענדיג בין איך געפאלן באזיגט. צומאל האב איך יא מצליח געווען זיך צו האלטן אביסעלע לענגער, ביז... איך האב געטראסקעט.

איך האב געהערט דעם "סלחתי כדבריך", און לשנה הבאה בירושלים הבנוי' און איך האב זיך נישט געקענט טראגן אויף די אייגענע פוס, די ביטערע געוויין פון תפילת זכה האט מיך אויפגעשוידערט און איך האב זיך נאר בארואיגט ווען איך בין צוריק געגאנגען אהין.

איך האב געשפירט אז עס ליגט דא אין די דאזיגע טעג עפעס וואס איך קען נישט דערטאפן. די חברים אין "היט דיינע אויגן" האבן אבער יא געוואוסט וואס דער 'עפעס' איז. די טייערע אידן האבן מיך אזוי גוט געקענט אן דעם וואס זיי זאלן אפילו וויסן ווער איך בין.

פחדים וועלכע האבן שוין געוואוינט ביי מיר אין הארץ און אין מח זייט איך געדענק זיך, און לעבנס וויכטיגע פראגעס, האבן אלע באקומען קלארע און פשוט'ע ענטפערס. די דאזיגע מלאכים האבן מיט געטיילט מיט מיר זייער אייגענער ערפארונג. זיי האבן מיר נישט געזאגט קיין מוסר, זיי האבן נישט גערעדט פון דעם גיהנם, זיי האבן מיר געזאגט מיט דעם גאנצן פשטות אז מיין פראבלעם איז בכלל נישט גלייך צו דעם "פראבלעם פון דעם דור". דאס איז נישט סתם די עבירה, נאר די ימים נוראים האבן טאקע נאך 'עפעס' צו זיך. און דער 'עפעס', איז פחד. שרעק.

געלייזט

איינער פון די חברים האט מיר מסביר געווען: "דו בארואיגסט זיך פון דיין שרעק, מיט אט די זאך וועלכע האט אים לכתחילה גורם געווען", א אינטערעסאנטער געדאנק.

"זאג נאר", האט דער חבר ממשיך געווען, "פאר א פרישער בעל תשובה, איינער וועלכער האט נארוואס אנגעהויבן לייגן תפלין און ער נעמט יעצט זיינע ערשטע טריט אין אידישקייט, אין כשרות, שבת און טהרת המשפחה, פאר אים וואלסטו אויך מסביר געווען וואסערע שרעקליכע עונשים, גיהנם און כף הקלע עס ווארט אים אפ אויף די אלע עבירות וואס ער האט עובר געווען? אפשר וואלסטו צוגעגאנגען מיט אים צו א פארם ער זאל זיך אויסקלויבן די אלע חטאות און אשמות וועלכע ער וועט דארפן ברענגען אויף אלע זיינע עבירות? אוודאי נישט. יעצט איז נישט די צייט פאר דעם. לאז דאס אלעס אפ יעצט! נישט נאר עס העלפט נישט, נאר עס שעדיגט, עס מאכט חרוב".

"יא יא, דו דארפסט אויך תשובה טאן, פונקט ווי יעדער איד. אבער יעצט, איז נישט די צייט פאר דעם. די דאזיגע "הרהורי תשובה", שיקן דיך גלייך צוריק אהין. גענוג געווען מיט דעם".

איך האב אים אויסגעהערט, און דאס איז די סיבה פאר וואס מיין היינטיגער אלול האט א "מה נשתנה". איך בין דאס נישט מחליט אויף מיין אייגענער דעת. איך האב זיך דורך גערעדט מיט אנדערע און מען האט מיר מייעץ געווען זיך צו קאנצענטרירן אויף וואס איך קען יעצט איינהאלטן, אויף וואס איך דארף יעצט טאן כדי נישט אריינצופאלן אין די פחד.

עס איז נישט אז איך פרוביר זיך איינצורעדן עפעס פאלשע מהלכים, ניין, עס איז זעלבסט אנערקענונג. איך פארצייל זיך נישט קיין באבע מעשיות פרובירנדיג זיי צו גלייבן, בכלל נישט. אבער איך "מוז" אנקומען, און זיך מחבר זיין, צום בורא עולם, צום גאט וואס האט מיך באשאפן. און איך קען זיך בשום אופן נישט באהעפטן צו אים דורך פחד און שרעק. איז וואס איז בעסער, איך זאל בלייבן דערווייטערט פון אים? איך קען נישט מער.

איך האב זיך איבערצייגט אז מיין מצב איז פונקט אזוי ווי די פון די עולי גלות בבל, ביים צווייטן בית המקדש, אין די זיבעציג יאר פון ווען נבוכדנאצר האט זיי פארטריבן, זיי האבן כמעט אלעס פארגעסן, אפילו דאס אז עס איז דא אזא טאג וואס רופט זיך ראש השנה.

שטייט זיך נחמיה (עס איז כדאי עס צו לערנען אינעווייניג, נחמי' קאפיטל ח') און פארציילט פאר די אידן אז עס איז פארהאן אזא טאג. גייט נישט אדורך געציילטע מינוט'ן פון ווען ער האט זיי אנגעהויבן פארציילן, און ער שטעלט זיך אפ. בעסער געזאגט, זייער געוויין שטעלט אים אפ. אבער נחמי' לאזט זיי נישט וויינען, אנשטאט זאגט ער זיי: "אכלו משמנים ושתו ממתקים כי קדוש היום לאדונינו". פאר אייך איז היינט א טאג פון שמחה, נישט שרעק. און נישט ווייל דער יום הדין איז נישט שרעקעדיג, נאר ווייל: איר דארפט נישט – אדער בעסער, איר קענט נישט – יעצט זיין אריינגעטון אין פחד. פארקערט, חדוות השם היא מעוזכם.

פאר א צייט צוריק, אין דעם יום הדין, איז מיין דין נגזר געווארן צום לעבן. איך האב זוכה געווען און געטראפן "היט דיינע אויגן". דארט האב איך געלערנט אויפצוהערן מורא צו האבן און אנהייבן ליב צו האבן.

און וואס איז מיט דיר?