ניין, עס איז נישט קיין טעות אין דעם קעפל וואס איר זעהט דא. ווייל דער אמת'ער שאלה וואס מיר דארפן זיך פרעגן איז נישט וואס איז אונזער רצון, נאר וואס זענען אונזערע "רצונות", נישט א רצון בלשון יחיד, נאר דוקא בלשון רבים: "רצונות".
זייער אפט אין אונזער לעבן האבן מיר מערערע רצונות אויף איין מאל, און זייער אפט טוען די מערערע רצונות זיך אנשטויסן איינע מיט די אנדערע, און מיר ווייסן נישט וועלכע מיר ווילן עכט: צו ווילן מיר יעצט עסן א גוט שטיקל קוכן אדער וויל איך ענדערש האלטן מיין דיעטע כדי צו זיין דאר און געזונט? און דער ענטפער איז, אויך דאס און אויך דאס...
צו וויל איך אויפהערן רייכערן ווייל איך וויל זיין געזונט אדער וויל איך יעצט פאררייכערן א ציגארעטל? אויך דאס און אויך דאס. צו וויל איך ווייטער שלאפן צופרי, איינגעקארטשעט אונטער די ווארימע דאכענע, אדער וויל איך אויפשטיין כדי אנצוהייבן דעם טאג נארמאל, אין צייט און נישט אנקומען שפעט צו די ארבעט? און די תשובה איז זעלבסטפארשטענדליך ווידער, אויך דאס און אויך דאס. און לענייננו, צו וויל איך יעצט זיך אנקוקן מיט פארנאגראפיע אדער וויל איך בעסער דורכגיין נאך א ריינעם טאג אן א נפילה?
און דער ענטפער: אויך דאס און אויך דאס.
געווענליך ווען מען רעדט פון די סארט קעגנגעזעצטע רצונות, רעדט מען פון דעם ווי א קאמפף צווישן דעם שכל און די געפיהלן. צווישן דעם הארץ און דעם מוח. דער מענטש ווייסט און פארשטייט אז עס איז א סכנה צו רייכערן, אבער ער וויל דאך רייכערן. ער פארשטייט מיט זיין שכל אז ער דארף אויפשטיין צופרי און טון וואס ער דארף, אבער זיין הארץ, זיין קערפער, זיינע הרגשים זאגן אים: בלייב נאך אין בעט, שלאף נאך אביסל. און... ער וויל זייער קוקן אויף פארנאגראפיע, אבער ווייסט און פארשטייט ווי נישט גוט דאס איז פאר אים.
אבער דער אמת איז, אז די רעדע דא איז נישט סתם איבער א קאמפף צווישן דעם שכל און דעם שכל און דעם רגש, נאר פשוט צווישן צוויי רצונות וועלכע מיר ווילן אין די זעלבע צייט. איין רצון שלעפט אויף אהער און דער אנדערע רצון שלעפט אויף דעם פארקערטן ריכטונג.
דער צווישנשייד צווישן די צוויי רצונות באשטייט בעיקר אין דעם וואס איינס פון די צוויי רצונות שטופט צו עפעס וואס איז יעצט לעבעדיג און ממשות'דיג, פאר מיינע אויגן, עס רעדט פון דעם "יעצט" און דעם "דא", ווידער דער אנדערן רצון וואס באנעמט זיך בעיקר מיט דעם ווייטערן בליק, מיט דעם לענגערן טערמין, און דאס איז דער סיבה פארוואס מיר קערן אים אן מער מיט דעם שכל, ווייל עס דארף אונז צו פירן צום ריכטונג פון די ריכטיגע החלטות.
דער קאלעריע-רייכע שטיק קוכן ליגט מיר דא פאר די אויגן, און ערוועקט אין מיר א גאר שטארק ווילן עס צו עסן, אבער אויך דער אנדערער רצון, דער רצון זיך איינצוהאלטן און עס נישט עסן איז אויך מיין רצון, ווייל נאך אלעם וויל איך שפירן גוט מיט מיר, סיי אז איך טוה וואס איז ריכטיג, און סיי אז איך קען זיך באהערשן און איך בין נישט קיין בהמה.
ווען מיר ווילן וואטשן פארנאגראפיע, איז דער רצון עס צו קוקן אזוי שטארק, אז מיר שפירן עפעס א מעכטיגע דורשט, אן אויסטערלישער ווילן און א דראנג זיך נאכצוגעבן, ווידער דער רצון עס נישט צו קוקן, איז א לאנגטערמיניגער רצון, ווייל מיר ווייסן אז מיר וועלן שפירן פיל בעסער און מיר וועלן זיך איינשפארן דעם ווייטאג פון די נפילה.
און באמת, וואס איז עס מיר דעם א נפקא מינא צו דער קאמפף איז צווישן דעם שכל און דעם הרגש אדער צווישן איין רצון און דעם אנדערן? עס זעהט דאך אויס ווי סתם א ווערטער שפיל וואס מאכט נישט אויס באמת לגבי דעם עצם מציאות.
אבער פאקטיש איז דאס נישט אזוי. באמת איז עס א גרויסער נפקא מינה, נישט נאר להלכה נאר אויך למעשה. ווען מיר זעען דעם קאמפף אלס א קאמפף צווישן דעם שכל און דעם רגש, ס"ה צווישן וואס איז ריכטיג צו טון און וואס מיר ווילן טון, דעמאלס זעהט דער קאמפף אויס צו אונז ווי עפעס א מאסיווער קאמפף, עפעס פיל גרעסער פון אונז, עפעס וואס איז אזוי שווער אז די שווערע ארבעט וואס מיר לייגן אריין צו געווינען צאלט זיך קיינמאל נישט אויס. איך וויל זייער שטארק קוקן יעצט פארנאגראפיע, אבער איך ווייס אז דאס נישט גוט, ווייל מען טאר נישט, אדער ווייל עס פאסט נישט פאר מיר, אדער פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה. און יעצט בין איך מחויב מוותר צו זיין אויף עפעס וואס איך וויל, און איך בלייב ברוגז, אויפגערעגט און פול מיט פארדרוס אויף דעם וואס איך קען נישט יעצט טון דאס וואס איך וויל.
דער צוגאנג וועט אונז בדרך כלל פירן צו איינס פון צוויי פראבלעמאטישע מצבים: אדער וועלן מיר זיין אנגעבלאזן און אויפגערעגט אויף דעם וואס מיר קענען זיך נישט נאכגעבן און טון וואס מיר ווילן, און ווען מען לעבט מיט דעם גענוג לאנג קומט מען צו צו א מצב אז מיר הערן אויף צו פאדערן פון זיך זיך איינצוהאלטן, און מיר הייבן אן פאבריצירן הסברים און תירוצים, איינס נארישער פונעם אנדערן (כאטש וואס אויף די רגע רעדן מיר זיך איין אז עס מאכט הונדערט פראצענט סענס...), פארוואס עס איז פשוט אוממעגליך, און אפילו נישט נארמאל, זיך איינצוהאלטן און זיך נישט נאגעבן, און באמת זענען די באגרעניצונגען אומ'שכל'דיג און, עה, ס'גייט מיך עכט נישט אן, וגו' וכו'. און אין דעם פאלן לייזן מיר זיך דעם קאנפליקט אויף דעם אופן, אבער פאר גאר א הויכן פרייז.
ווידער דער צווייטער מעגליכקייט איז, "זיך אונטערגעבן" פאר דעם 'שכל' און טון וואס איז ריכטיג, אבער מיר טוען עס מיט כעס און רעגעניש, און דאס דרייט איבער דעם גאנצן געווינס צו א געפערליכע, ווייטאגליכע עקספיריענס, ווייל דאס מאלט אונז אראפ א לעבעדיגער בילד וויאזוי צו טון די ריכטיגע זאך טוט פשוט דערשטיקן דעם מענטש און פאדערט גאר א הויכען פרייז, אפשר צו הויך: "מוותר זיין אינגאנצן אויף וואס מיר ווילן".
אויב אבער מיר פארשטייען אז מיר ווילן טאקע קוקן פארנאגראפיע, אבער באמת ווילן מיר אויך נישט קוקן, ביידע זענען באמת 'אונזער' רצון, דעמאלס קענען מיר אויסקלויבן צו טון "אונזער רצון", אבער דעם ריכטיגן רצון, און עס טון אויף אזא וועג אז עס זאל אונז נישט ווייטון און מיר זאלן זיך נישט שפירן אויפגערעגט און באקריוודעט צוליב דעם.