ט' סיון התשע"ח

א בריוו צו מיין לאסט (תאווה)

א בריוו צו מיין לאסט (תאווה)

שלום צו דיר מיין לאסט,

יא, מיר זענען שוין אלטע באקאנטע. לויט מיינע זכרונות (און איך געדענק דיך גאנץ פיין) האבן מיר זיך צוערשט באגעגענט מיט איבער צוואנציג יאר צוריק. אוי, מיר געדענקען נאך זייער גוט ווען דאס איז געווען, אבער כדי נישט צוצוברענגען צו אומאנגענעמליכקייטן פאר אונז ביידן, וועל איך נישט אריינגיין אין קיין פרטים.

אבער פונקט יעצט, אזוי בשעת ווען איך זיץ דא און איך שרייב צו דיר, כאפ איך זיך אז בעצם האבן מיר קיינמאל ניטאמאל גערעדט איינער צום אנדערן, ניטאמאל האבן מיר זיך געשריבן, און בכלל איז נישט געווען קיין שום דיאלאג צווישן אונז. וועסטו דאך אוודאי פרעגן ווי איז דאס מעגליך צווישן צוויי אזעלכע גוטע פריינט? דוקא האב איך גאר א גוטן ענטפער אויף דעם, לייען ווייטער וועסטו פארשטיין.

ווי עס דאכצעך מיר ביסטו דער וואס קען מיך בעסער פון סיי וועם, און זיכער בעסער ווי איך אליינס קען מיך. דו ביסט געווען מיט מיר אלעמאל, אין אלע מיינע זמנים. אין די שווערע צייטן ביסטו שטענדיג געווען ביי מיין זייט, צוצולייגן א פלייצע און מיך אויפצוהייטערן. ווען איך האב זיך געשפירט טרויעריג, איינזאם און אליינס האסטו אלעמאל ארויסגעשפראצט פון ערגעץ וואו און האסט זיך אינגאנצן אוועקגעגעבן פאר מיר. אסאך מאל בין איך טאקע געווען א כפוי טובה און איך האב פרובירט זיך נישט וואוסנדיג צו מאכן פון דיר, אבער דו האסט זיך קיינמאל נישט אויפגערעגט, שטענדיג ביסטו צוריק געקומען, איינמאל און נאכאמאל אין מיינע ענגע זמנים. דו האסט מיר געגעבן אזא גוטען געפיל אז איך האב זיך אלעמאל געשפירט באקוועם דיך צו רופן.

ווען איך טראכט פון דיר דערמאן איך זיך פון זייער אסאך זאכן. דו דערמאנסט מיר פון די שענסטע און עמאציאנעלסטע מינוטן אין מיין לעבן. מיין בר מצוה געדענקסטו טאקע נישט ווייל מיר האבן זיך נאך דאן נישט געקענט, באמת א שאד פאר דיר, דאס איז געווען די פרייליכסטע מאמענט אין מיין לעבן איידער מיר האבן זיך באקענט, איך בין געווען דעמאלס אזוי פרייליך, מיין הארץ איז געווען פול מיט די לעכטיגקייט פון מיין קינדערישע תמימות.

מיין קליין הערצעלע האט גערוישט מיט געפילן און האפענונג, איך האב גע'חלומט'ט אויף א הערליכן צוקונפט. א רוחניות'דיגער צוקונפט וואס יעדעס אידישער בר מצוה בחור'ל חלומ'ט און האפט אויף איר. (איך ווייס נישט פארוואס, אבער עפעס האט זיך מיר אזוי געמאכט פונקט יעצט, אזוי בשעת'ן שרייבן צו דיר, אז איך האב זיך גענומען צו וויינען און הייסע טרערן קייקלען זיך אראפ אויף מיינע באקן, זעהט אויס עס האט מיך ווידער אנגעכאפט עפעס א שטורעם פון געפילן. פיין, איך בין דאך אלעמאל געווען זייער א שטארקער בעל רגש, אסאך געוויינט, פאר דעם האסטו דאך געשפירט דעם וויכטיגקייט מיר צו העלפן). אין יענע תקופה, אויב דו געדענקסט נאך, בין איך אריין אין די ישיבה וועלכע איז געווען אביסל ווייט פון מיין שטוב און עס איז מיר געווען זייער שווער, נאר דו און מיין קישן פון יענע יארן קענען געדענקען די געוויינען און בענקענישן וואס איך האב געהאט צו מיין שטוב, די שוועריגקייטן וואס איך האב געהאט דארט מיט די נייע חברים און די פרעשור פון די לימודים. אפילו מיינע גאר נאנטע האבן מיך נישט פארשטאנען, און פלוצלינג ביסטו ארויסגעוואקסן פון ערגעץ וואו.

אוי געדענק איך גוט דעם געוואלדיגן התרגשות וואס איך האב געהאט פון דיר דאס ערשטע מאל, איך האב געשפירט אז דו ביסט ממש די ריכטיגע זאך אין דעם ריכטיגן פלאץ. דו האסט מיך אנגעפולט מיט אזעלכע וואונדערליכע געפילן אז איך קען עס פשוט נישט פארגעסן. עס איז אויך זייער גוט אז דו האסט מיך שטענדיג באגלייט פון דעמאלס, ווייל טאקע פונקט דאן האט זיך אנגעהויבן די תקופה אין מיין לעבן פון ווען איך האב מער נישט געהאט קיין פרייליכע מאמענטן אין מיין לעבן און איך האב דיך כסדר געדארפט האבן מער און מער.

עס איז ממש נתפעל צו ווערן ווי דו ביסט קיינמאל נישט מיד געווארן מיך צו באזוכן, אזוי אפט ווי עס האט זיך נאר אויסגעפעלט. און כאטש וואס ביים אנהייב האב איך זיך נישט געשפירט אזוי באקוועם מיט דיר, עפעס א אינעווייניגסטע קול האט מיר געגריזשעט אין די נשמה און געזאגט אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט דעם אז איך דארף אזוי פיל אנקומען צו דיר. אבער, דו ביסט נישט מיד געווארן און די שוועריגקייטן פון לעבן האבן מיר נישט געגעבן קיין רוה און בלית ברירה האב איך זיך צוגעוואוינט, און מסכים געווען צו דיינע אפטע באזוכן. איך בין נאך דאן געווען צו יונג און דערשראקן צו פארשטיין דעם אוואנטורע צו וועלכן דו פירסט מיך אריין.

אוי ווי דו דערמאנסט מיך נאך פילע עמאציאנעלע מאמענטן. איך דערמאן זיך אין די חשוב'סטע מינוט'ן פון מיין לעבן, ווי למשל פאר מיין חופה, איך בין געזעצן מיט מיר אליין און געוויינט. זיי נישט ברוגז, אבער איך האב טאקע געוויינט דעמאלס וועגן דיר. איך האב געשפירט ביי מיר אז איך בין שוין גענוג גרויס זיך צו קענען אן עצה געבן אן דיר, איך דארף זיך שוין קענען שטארקן אויף דעם געברויך צו זיין כסדר אנגעהאנגען אין דיינע חסדים. איך האב געוויינט און געוויינט, איך האב געבעטן דעם אויבערשטן אז פון יעצט און ווייטער זאל ער מיך העלפן זיך אן עצה געבן אין לעבן אליינס. איך בין געווען זיכער אז פון יעצט אן, ספעציעל אז איך האב שוין א "עזר כנגדו", אזא טייערע פרוי אין וואס איך האב זוכה געווען, אז איך וועל יעצט קענען מוותר זיין אויף דיר.

אבער מיין טייערער, וואס איז מיט דיר געשעהן? האסטו דען נישט געזעהן אז איך האב געטראפן מיין אשת נעורים? וואס האט דאס דיך אזוי שטארק געשטערט? אפשר איז עס פשוט קנאה? פארוואס האסטו געהאלטן אין איין צוריק קומען אויף באזוכן נאכאמאל און נאכאמאל?

און טראץ וואס מיין פרוי ווייסט ניטאמאל אז דו עקזיסטירסט, האסטו איר גורם געווען אזוי פיל צער. איך און דו ווייסן דעם אמת ווי שטארק עס קומט איר נישט. זי איז געווען אזוי איבערגעגעבן, אזוי געטריי און תמימות'דיג און מיר האבן זיך אויפגעפירט אזוי מיאוס. ערגעץ ווי אין מיין הארץ בין איך אפילו ברוגז אויף דיר, פארוואס האסטו דאס געטון צו איר?

און דו ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן: יעצט, ווען איך זיץ און טראכט איבער דיר, לויפט מיר דורך א געדאנק וואס געט מיר נישט קיין מנוחה. אפשר גאר האט דיך בכלל נישט אינטערעסירט מיין וואוילזיין? איך האב ממש נישט קיין שום השגה וואס דו האסט געוואלט פון מיר, אבער פאקטיש, וויאזוי קען עפעס אזוי גוט, גורם זיין אזוי סאך צער? איך באשולדיג דיך נישט אינגאנצן, מען האט מיך אויסגעלערנט צו זוכן מיין חלק אין דעם גאנצן געשעפט, און עס איז אפילו מעגליך אז איך האב דיך געוואלט און איך האב דיך גערופן. אבער דו ווייסט דאך יא וואס דו טוסט.

העי, איין מינוט; און אפשר גאר האסטו פשוט אויסגענוצט מיין שוואכקייט, מיין תמימות און אומוויסנהייט און דורך זיי האסטו אפגעקויפט מיין הארץ?

דו ווייסט וואס, עס איז מיר אביסל שווער עס דיר צו זאגן גלייך אין פנים אריין, אבער איך וועל זיך שטארקן און יא זאגן: עס איז זייער מעגליך אז אן דיר וואלט איך זיך פיל בעסער פארמאסטן מיט די שוועריגקייטן פון מיין לעבן. עס איז א פאקט אז אלע וועלכע האבן זיך מסדר געווען אן דיר זענען פיל מער פרייליך און צופרידן ווי מיר.

אה, איך זעה אז דו ווערסט ווייס, עפעס האט פאסירט? אהא, דו פארשטייסט פשוט נישט פון ווי איך האב גענומען דעם שטארקקייט. נו קום אהער, איך וועל דיר דערציילן.

איך גלייב אז דו האסט שוין געשפירט די לעצטע שטיק צייט עפעס פרעמד, דו האסט געשפירט אז דו ביסט מער נישט אזא אנגעלייגטער גאסט ווי אמאל. דאס איז נישט אומזיסט, עפעס ליגט אין דעם. דו ווייסט וואס דאס איז? איך ווייס אפילו נישט פארוואס, אבער פאר עפעס א סיבה האב איך לעצטענס אנגעהויבן אביסל רעדן מיט דיר. ביז היינט האבן מיר דאס קיינמאל נישט געטון, אבער עפעס האט זיך געטוישט אין מיר און דאס האט מיך געברענגט צו פרובירן זיך צו באקענען מיט דיר אביסל. און אויך מיט מיר אליינס.

איך האלט נאך באמת ביים אנהייב, אבער שוין יעצט איז מיר קלאר אז אונזער קשר איז פראבלעמאטיש און דאס וועט זיך מוזן ענדיגן. און דער אמת איז אז איך קען אפילו יעצט נישט פארברענגען מיט דיר לענגער, ווייל אין פינף מינוט ארום האב איך א מיטינג מיט א געוויסע חבורה (עס האט נישט ממש מיט דיר...) און דעריבער וועל איך ענדיגן אונזער שמועס דא.

און אז איך גיי שוין, וויל איך דיר נאר איינמעלדן, אז פון יעצט און ווייטער איז אונזער פריינדשאפט פארטיג. אויב איך וועל עס זוכן צו באנייען וועל איך זיך שוין פארבונדן מיט דיר. אבער איך בעט דיך זייער אז דו זאלסט נישט קומען בעטן ביי מיר פון דיין זייט אז איך זאל עס צוריק באנייען.

זיי מיר געזונט און איך האף זיך מער נישט ווידערצוזעהן.