י"ד סיון התשע"ח

ווען דער לייזונג ווערט א פראבלעם

ווען דער לייזונג ווערט א פראבלעם

אט דאס איז מיין פראבלעם: ווען איך באנוץ זיך נישט מיט פארנאגראפיע ווערט מיר זייער שווער מיט גאר אסאך זאכן. פארשטייט זיך אז עס פאסירט נישט אין איין מינוט, עס נעמט צייט. בדרך כלל קוקט עס אויס בערך אזוי: גלייך נאכ'ן פאלן שווער איך מיך אז דאס איז געווען דאס לעצטע מאל! איך שפיר שרעקליך, פארעקלט פון מיר אליינס, איך בין נישט אינטערעסירט אין גארנישט, אין וויל יעצט נעלם ווערן און פארגעסן אז איך עקזיסטיר. איך בין איבערצייגט אז עס איז נישטא קיין מעגליכקייט אויף די וועלט אז איך זאל נאכאמאל איבערטון דעם דאזיגן מיאוס'ן נארישקייט.

אויב בין איך מצליח אנצוזאמלען אפאר ריינע טעג דעמאלס בין איך שוין טאקע קלאר ביי מיר אז "דער פראבלעם איז שוין א פארגאנגענהייט". נישט נאר דאס, נאר דעמאלס זעה איך טאקע מיט אזא פשטות אז פארנאגראפיע איז עקלהאפטיג, איכס, פוי! און וואס פעלט דאס מיר בכלל אויס, דאס לעבן איז דאך מיר אזויפיל בעסער ווען איך פאל נישט.

ווער רעדט נאך אויב איך דערגרייך נאך א וואך אדער צוויי פון ריינע טעג, הו הא, דעמאלס בין איך דאך אין די וואלקענעס, אין זיבעטן הימל. איך קוק אויף פארנאגראפיע פון אויב אויף אראפ, איך פארשטיי שוין בכלל נישט פאר וועלכע גוטע יאר איך בין בכלל געגאנגען קוקן אויף דעם, וואס האב איך דארט געזוכט. און אזוי לאך איך זיך אונטער א גוטס.

אבער פונקט דעמאלס פאסירט עפעס. וואס פונקטליך? איך ווייס נישט, אבער עפעס הייבט מיר אן קיצלען; און עפעס קליינע, טונקעלע קעמערלעך אין מיין מוח עפענען זיך פלוצלינג אויף און הייבן אן אויפוועקן עפעס פארשלאפענע געפיהלן וועלכע שטופן געוויסע פארשלאפענע חלקים פון מיין קערפער. און אזוי שטייטעלעך (אדער זייער שנעל...), שפיר איך ווי עס קומט ווידער אן, און פלוצלינג ווערט עס פארוואנדלט אין א ריזיגן, מעכטיגן צונאמי וועלכע פארשוועמט יעדע זאך וואס שטייט נאר אין זיין וועג, און... ווידער טרעף איך זיך מיט די הויזן אראפ, נאך א ווייטאגליכע נפילה (און יעצט גיי איך ווידער צוריק צום אנהייב פון דעם מאמר און איך הייב ווידעראמאל אן דעם פראצעדור...).

און נאכדעם זיץ איך און איך ברעך זיך דעם קאפ און איך פרעג זיך איין פראגע. נאר איין ווייטאגליכע פראגע: "פארוואס?"!!! וואס איז מיר שלעכט געווען ווען עס איז געווען אזוי גוט. פארוואס האב איך געדארפט גיין און מיט די אייגענע הענט אלעס צעשמעטערן. ענדליך האב איך שוין געהאט א מאס פון ריינע טעג וואס איך האב נאך קיינמאל פריער נישט געהאט. פארוואס בין איך ווידער געפאלן???

וואס איך האב נישט פארשטאנען איז, אז איך בין אזוי ווי דער אידל אין דעם אלטן פאלק'ס ווערטל, וועלכער האט באשלאסן אויסצולערנען זיין פערד פאסטן. ער האט זיך שווער געמוטשעט מיט דעם, אבער ענדליך ווען עס איז אים שוין געלונגען און דער פערד האט זיך דערלערנט, איז ער זיך אפגעשטארבן...

איך האב זיך איינגעקוקט אין פארנאגראפיע ווייל איך האב נישט געקענט לעבן אן דעם. אמת, עס איז פיל ביליגער צו האלטן א פערד וועלכע דארף נישט עסן, אבער לצערנו הרב איז אזא זאך פשוט נישט מעגליך. אמת, עס איז פיל בעסער און געשמאקער צו לעבן אן קיינע נפילות, אבער צום באדויערן איז דאס אויך נישט געווען מעגליך.

דער סיבה דערצו איז, ווייל די פארנאגראפיע איז נישט מיין פראבלעם. פונקט פארקערט - די פארנאגראפיע איז מיין לייזונג. אויב וואלט די פארנאגראפיע געווען נאר מיין פראבלעם, נעמליך, די ווייטאג און דעפרעסיע, דעמאלס וואלט איך נישט געהאט קיין שום פראבלעם אויפצוהערן. אבער דער מציאות פון דעם פארנאגראפיע איז אז דאס איז מיין לייזונג, און דערפאר ווער איך געצוואונגען זיך צו באנוצן מיט דעם איין מאל און נאכאמאל, טראץ דעם הויכן פרייז וואס איך באצאל אויף יעדעס מאל עקסטער.

קען זיין אז עס וועט זיין גרינגער דאס צו פארשטיין אויב מיר וועלן באטראכטן אביסל דעם אלקאהאליק, וועלכער טוט, ווי דאס ווערטל גייט: "דערטרונקען זיינע צרות אין דעם ביטערן טראפן". וואס עס טוט באמת פאסירן מיט אים איז, אז דאס לעבן איז אים שווער און דערפאר נעמט ער זיך צום טרינקען. דער ספעציפישער פראבלעם איז נישט קיין שום נפקא מינא, עס קען זיין איינס, אדער עטליכע פון טויזענטער אנדערע פראבלעמען מיט וועלכע ער דארף זיך יעצט פארמעסטן, אבער די אונטערשטע שורה איז, אז דער משקה איז זיין אידעאלער לייזונג צו אלע זיינע צרות און פראבלעמען. צו ער שפירט זיך יעצט אומבאקוועם מיט זיך, פראבלעמען אין שטוב, קאפוויי ביי די ארבעט, אדער ער שפירט זיך סתם אזוי פוסט און ליידיג, וואס אימער עס איז נאר וועט דער פלעשל לייזן דעם פראבלעם.

ביי אים דאס דער אלקאהאל. ביי מיר פאסירט דאס זעלבע מיט פארנאגראפיע!

דערפאר, ווען איך זאג אז איך בין זייער פרייליך און צופרידן ווען איך באנוץ זיך נישט מיט פארנאגראפיע, טוה איך בעצם ליגנט זאגן פאר מיר אליינס. אדער צו זאגן ריכטיגער: עס איז נישט מער ווי א האפענוגספולער איינרעדעניש. ווייל דער מציאות איז אז איך בין פשוט נישט מסוגל אנצוגיין אן דעם.

יא, עס איז זייער א קאמפליצירטער עסק, וויילן דער דאזיגער פערפעקטער לייזונג ווערט פלוצלינג א נייער, זעלבסטשטענדיגער פראבלעם און זיין פרייז קריכט כסדר ארויף, מיט יעדן מאל ווערט דער פרייז טייערער.

צוריק גייענדיג צום אלקאהאליק, ביים אנהייב זעהט זיך טאקע אויס ווי די אלקאהאל איז דער לייזונג און די נאכפאלגן זענען גאנץ ניש'קשה'דיג. אבער מיט די צייט טרינקט ער אלס מער און די נאכפאלגן הייבן אן ווערן שווערער און הארבער. יעצט וויל ער שוין אויפהערן, אבער יעצט קען ער שוין נישט. ער קען נישט אן דעם אלקאהאל, אבער ער קען אויך נישט מיט אים. ער איז געפאנגען.

מיין באנוצן זיך מיט פארנאגראפיע איז ממש די זעלבע זאך. אויב איך באנוץ זיך נישט מיט אים בין איך אויף צרות, ווייל איך האב נישט מיין מעדיצין. אויב באנוץ איך זיך יא מיט אים, בין איך ווידער אויף צרות, ווייל עס לייגט מיך צוגרונד.

אויב וויל איך זיך ארויסזעהן און ריקאווערן פון מיין אדיקשאן, דעמאלס מוז איך טרעפן א לייזונג. אבער נישט צו דעם פראלבעם פון פארנאגראפיע, נאר צו אינגאנצן אן אנדערער פראבלעם – מיין לעבן!

ווען מען זאגט מיר אז איך זאל זיך אויפהערן אנקוקן מיט פארנאגראפיע, זאגט מען מיר נישט אז איך זאל אויפהערן מיט מיין פראבלעם, פונקט פארקערט, מען הייסט מיר איך זאל אויפגעבן מיין לייזונג. מיין מעדיצין. און טאקע דערפאר איז עס אזוי שווער אויפצוהערן. און דערפאר מוז איך טרעפן א נייעם לייזונג וואס זאל זיין בעסער פון דעם פריערדיגן לייזונג. וועלכער איז געווען דוקא א גוטער לייזונג...

די איינציגסטע לייזונג וואס איך האב געטראפן וואס איז בעסער פון דעם פריערדיגן איז געווען דאס געפונען גאט ב"ה. דאס איז דער גאנצער מציאות פון דעם צווייטן סטעפ, צו פארשטיין אז פאר אונזער פראבלעם דארפן מיר האבן א רוחניות'דיגער לייזונג, ווייל נאר דער באשעפער קען אונז צושטעלן אן אמת'ער לייזונג. עפעס וואס איז בעסער פון אונזער אלטן לייזונג. עפעס וואס וועט זיך האלטן און נישט אויסוועפן, און נישט אנברענגען פרישע צרות. א לייזונג וואס וועט באמת לייזן דעם פראבלעם.