ט"ו תמוז התשע"ח

עס איז נישט מיין שולד

עס איז נישט מיין שולד

שפאצירט זיך א אינגערמאן - חאצקל וועלן מיר אים אנרופן - אויפן גאס, פארזינקען איז זיינע מחשבות, ער האט א גאר פארנומענעם טאג פאר זיך, עטליכע וויכטיגע אפוינטמענטס און נאך פארשידענע וויכטיגע זאכן וואס ער האט אלעס אוועק געלייגט פאר דעם איינעם טאג וואס ער האט ספעציעל אראפגענומען פאר דעם צוועק פון מסדר זיין די אלע זאכן.

חאצקל גייט געמיטליך אויפן גאס טראכטנדיג איבער די אלע וויכטיגע זאכן וואס ער האט היינט צו ערלעדיגן און פרובירט אויסרעכענען ווי ער דארף יעצט גיין. ער איז אזוי פארזונקען אין זיינע מחשבות אז ער זעהט גארנישט וואס טוט זיך ארום אים. ער זעהט נישט קיין הייזער, קיין בניינים, ניטאמאל מענטשן זעהט ער. ער זעהט אפילו נישט אז קעגן אים קומט יעצט צו גיין א גוי וועלכער איז אנגעטרונקען און שיכור ווי לוט, און אוודאי באמערקט ער נישט אז דער גוי קוקט אויף אים מיט גאר גרויסע אויגן.

טררראאאאאך!!!

נאך איידער חאצקל האט זיך געקענט אריענטירן וואס דא האט פאסירט, ליגט ער אויף דער ערד און ער הערט קולות וברקים נעבן זיך.

ער הייבט זיך אויף און קוקט זיך אום און הייבט אן כאפן וואס דא איז געשעהן. דער שיכור'ער גוי האט אים געגעבן א געזונטן שטופ, ווארשיינליך ווייל ער איז א איד אדער סתם אזוי ווייל ער איז טויט שיכור, און פונקט האט אדורכגעוואקט אויף די אנדערע זייט, אן אלטע פרוי, נישט סתם, זיבן און ניינציג יאר אלט, און דער גוי האט אים ארויפגעווארפן אויף די פרוי. אצינד ליגט די פרוי אויף די ערד, צוביילט און צובלוטיגט, זי וויינט און שרייט אז מען זאל איר העלפן ווייל זי איז צו שוואך זיך אליינס אויפצוהייבן. און, דער שיכור... ער איז זיך געגאנגען ווייטער זיין וועג און ווייסט מן הסתם ניטאמאל וואס ער האט געטון און אפילו אויב יא איז ער יעצט צו שיכור זיך צו קענען קימערן דערמיט.

און חאצקל?

ער הייבט זיך אויף שאקעלט אפ זיין רעקל, גראדט זיך אויס די ברילן, טוט צוריק אן דעם הוט און די קאפל וועלכע זענען אראפגעפאלן, און איז ממשיך זיין שפאציר פרובירנדיג ווייטער צו שפינען זיינע געדאנקען שנירל פון דארט ווי ער האט געהאלטן איידער דעם אומאנגענעמען באגעגעניש מיט דעם צוריקטן שיכור.

און די פרוי?

די אלטע, שוואכע, קוים לעבעדיגע, אומשולדיגע פרוי, פון זיבן און ניינציג יאר אלט, וועלכע ליגט נעבעך אויף דער ערד, צופליקט און צובלוטיגט, וואס איז מיט איר?

נו, וואס זאל דען זיין? עס האט דען עפעס מיט מיר? איך בין דאך נישט שולדיג!!!

דער שיכור דארט, ער האט עס געטון, ער האט מיך אריינגעשטופט, זאל ער איר אויפהייבן, זאל ער איר העלפן.

אבער די פרוי איז נישט אינגאנצן מסכים מיט זיין דעת, זי איז טאקע אינגאנצן צוטרייסלט, זי איז טאקע גאר שוואך, אבער דאס קאפ ארבעט איר נאך גוט און זי עפנט דאס מויל און הייבט אן שרייען אויף חאצקל'ען: "זאג נאר, אינגערמאן, דו שעמסט זיך נישט? דו זעהסט נישט וואס דו האסט יעצט געטון? דו האסט אראפגעווארפן אן אלטע אידענע אויף דער ערד. איך וואלט שוין געקענט זיין דיין עלטער באבע און דו מאכסט זיך ניטאמאל וויסנדיג. דו זעהסט דען נישט אז איך קען זיך נישט אליינס אויפהייבן? דו זעהסט דען נישט אז עס רינט מיר בלוט און איך דארף יעצט אז מען זאל מיר דא ארויסהעלפן און מיר אפווישן די בלוט און אפשר באנדאזשירן אביסל אויך? דו כאפסט ניטאמאל אז דו ביסט דער וואס האט עס געטון? דו ביסט דאך א חסיד'ישער אינגערמאן, דו זעהסט אויס ווי אן ערליכער, ווי איז דיין ערליכקייט ווען עס קומט זיך אפצוגעבן מיט א אלטע אידישע פרוי?"

אבער דער אינגערמאן כאפט גארנישט קיין התפעלות. ער הייבט איר אן מסביר זיין בטוב טעם ודעת: "וואס ווילסטו פון מיר? איך האב עס נישט געטון. דו מיינסט נאר אז איך האב עס געטון ווייל דו האסט נישט געזעהן דעם שיכור. אבער באמת בין איך גארנישט שולדיג. דו דארפסט אהער רופן יענעם שיכור און פון אים פאדערן ער זאל דיך אויפהייבן און פלעגן דיינע וואונדן. איך האב גארנישט מיט דיין פראבלעם".

אצינד ווערט די פרוי גאר שטארק אויפגערעגט און הייבט אן שרייען אויף אים: "שעם זיך, דו ביסט נישט ווערט צו טראגן די חסיד'ישע טראגע, ניטאמאל א מענטש ביסטו, ווער רעדט נאך פון א חסיד. דו ביסט פשוט א חי' פון וואלד אין צורה פון א מענטש". און די פרוי ענדיגט נישט דא. זי איז ממשיך אים צו פארשעמען און אנ'פסק'עווען ברבים. פאר א נויט לייגט זי נאך צו א טוץ פון קללות און לאזט נישט נאך אזוי לאנג ווי זי האט נאך געזעהן דעם צורה פון דעםאינגערמאן זיך דערווייטערן.

אצינד שטעלט אייך פאר ווען איר זעהט צו אזא מעשה פון דערזייט, אזא אפענע מידת אכזריות, איר וואלט אוודאי אינגאנצן אויפגעבראכט געווארן און איר וואלט מן הסתם אפילו צוגעגאנגען צו חאצקל'ען און אים פרובירט שטעלן אויף זיין טעות.

אבער דערווייל עפנט גאר חאצקל אויף אייך א מויל פול מיט שוים: "וואס הייסט, דו האסט געזעהן וואס זי האט מיר געטאן? מיך מבזה געווען ברבים, כל המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק... זי האט מיך געשאלטן, מיך גערופן נעמען, איך בין איר קיינמאל נישט מוחל!!!".

לאמיר גוט באטראכטן דעם דאזיגן מעשה'לע. יעדער איינער פארשטייט תיכף, אז טראץ וואס דער חאצקל איז באמת אומשולדיג, ער האט באמת נישט געזעהן דעם שיכור, און אפילו ווען יא וואלט אים קיינמאל נישט בייגעפאלן אז דער שיכור וויל אים עפעס טאן אז ער זאל זיך פרובירן אויסצוהיטן. ער איז באמת אומשולדיג, מען האט אים געשטופט, ער האט נאך אליינס געכאפט אפאר גוטע קלעפ, די אויגן גלעזער איז אים צובויגן, זיין רעקל שמוציג, זיין הוט האט געכאפט א גוטן בייג און ער אליינס איז גוט צוקלאפט פון אלע זייטן, מיט דעם אלעם אבער האט ער אן אחריות אויפצוהייבן די אלטע פרוי.

אמת, שולדיג ביסטו נישט, אבער אן אחריות צו פארעכטן דעם שאדן וואס איז ארויסגעקומען דורך דיר, דאס האסטו אויסדרוקליך יא. אויב ביסטו א נארמאלער, אחריות'דיגער מענטש.

*

אצינד לאמיר אביסל טוישן די מעשה. חאצקל האט יא פארשטאנען וואס ער האט צו טון, און ווי נאר ער האט זיך פאר א רגע אריענטירט, האט ער זיך שנעל אויפגעהויבן און תיכף צוגעלאפן צו די אלטע פרוי, איר אויפגעהויבן, אפגעשאקעלט, אוועק געזעצט אויף א דערנעבנדיגע באנק, ארויסגענומען זיין טאשנטיכל און אפגעווישט איר בלוט, ער האט איר אפילו געברענגט א גלאז וואסער צו טרינקען.

אבער די פרוי הייבט אן שרייען אויף אים: "ביסטו משוגע? וואס האסטו געטאן, פארוואס האסטו מיך אראפגעווארפן, איך האב דיר עפעס שלעכטס געטאן?".

חאצקל כאפט זיך אז די פרוי קען נאר די האלבע מעשה, זי כאפט ניטאמאל אז איינער האט אים געשטופט. חאצקל האלט זיך רואיג און ערקלערט איר: "באבע טייערע, איך האב אייך נישט אראפגעווארפן. א גוי א שיכור האט מיך געשטופט און איך בין ארויפגעפאלן אויף אייך. גיט א קוק, איך בין אליינס גוט צוקלאפט, אבער איך האב נישט געקוקט אויף דעם אלעם איך זעה אז איר זענט א אלטע פרוי און איר דארפט הילף האב איך זיך גלייך גענומען אייך צו העלפן".

אבער די באבע בארואיגט זיך נישט: "דו ביסט א חי' רעה, א באנדיט, שעם זיך, אזוי צו באפאלן אן אלטע פרוי..." די באבע לאזט נישט נאך און וויפיל חאצקל בעט איר איבער און פירט זיך אויף שיין צו איר ווערט זי נאר בייזער און ווילדער.

אויב איז חאצקל א געזונטער מענטש, פארשטייט ער אז די באבע איז אצינד זייער פארווייטאגט און אויפגערעגט, און אזוי ווי ער איז געווען דער וואס איז פונקט אריינגעפאלן אין דעם פעקל, לאזט זי יעצט אויס איר ווייטאג אויף אים, און ער נעמט עס אן לייכט, ער שרייט נישט צוריק און ווערט נישט באליידיגט. ער טוט וואס ער דארף איר צו העלפן און גייט ווייטער אויף זיין וועג, אפגעזעהן פון ווי שלעכט אדער ווי גוט זי האט אנגענומען זיין איבערבעטונג.

אויב אבער חאצקל איז אליינס זייער האקל און נישט זיכער מיט זיך, דאן וועט ער ווערן אינגאנצן איבערגענומען און אנהייבן צוריק שרייען אויף איר און נאר ערגער מאכן די סיטואציע.

*

טייערע ברודער, לאמיר פאר א רגע נעמען די מעשה און עס פרובירן צו פארשטיין אין ליכט פון אונזער לעבן.

די ערשטע סטעפ האט מיך אויסגעלערנט אז איך בין מאכטלאז אקעגן די תאוה. און טאקע דערפאר פארשטיי איך אז ווען איך האב וויי געטאן מיין פרוי (און נאך פילע אנדערע מענטשן ארום מיר) בין איך געווען ווי איינער וואס א שיכור (עדיקט) האט אים געשטופט. אבער בשום אופן מיינט דאס נישט אז דערפאר קען איך אוועק וואקן און זיך מאכן כאילו דאס האט גארנישט מיט מיר.

פארקערט, טאקע ווייל איך האב עס געטון דארף איך זעהן וואס איך קען טוהן עס צו פאררעכטן. און נאך מער. ווייל איך האב עס געטון דארף איך צומאל שטיין און הערן ווי יענער, דער וואס איז געווארן וויי געטאן - צו איז דאס מיין ווייב, שווער\שוויגער, איינער פון מיינע געשוויסטער אדער סיי ווער - לאזט זיך אויס דאס כעס און ווייטאג אויף מיר. אפילו ווען יענער טוט עס אויף אן אופן וואס ער איז נישט גערעכט. אבער איך האב אים וויי געטאן, דערפאר טוה איך וואס איך קען עס צו פאררעכטן. עס וועט מיר גארנישט פאסירן אז איך וועל לאזן יענעם זיך אויסלופטערן אביסל.

אמת, איך בין נישט שולדיג, דערפאר ווער איך נישט איבערגענומען ווען יענער גיט זיך אויס דאס כעס אויף מיר. און דערפאר פארברען איך נישט איבריגע ענערגיע זיך צו פארענטפערן פאר יענעם. יא, איך פארצייל אים וואס איז געשעהן, איך אנטשולדיג זיך מיט אן אמת'דיגקייט און איך טו וואס איך דארף.

אמת, איך בין נישט שולדיג, דערפאר עס איך זיך נישט אויף פון עגמת נפש אז איך בין דורכגעפאלן מיט אזא געפערליכע זאך (סיי וועלכע זאך עס איז נאר), ווייל איך בין נאר א מענטש און ביי יעדען מענטש קען פאסירן אז א שיכור זאל אים שטופן. אבער נאך אלעם בין איך אן ערוואקסענער מענטש, א בעל אחריות, און דערפאר וועל איך טון וואס איך קען צו פאררעכטן דעם שאדן וואס איך האב יעצט אנגעמאכט "אומשולדיגערהייט".

איך בין מאכטלאז, אבער נאך אלץ פאראנטווארטליך.