מען דארף נישט זיין קיין גרויסער גאון צו כאפן אז איינס פון די זאכן וואס ברענגען צו אסאך נפילות איז ליידיגע צייט. לאנגווייליגקייט. די גמרא זאגט עס שוין ארויס זייער קלאר: "הבטלה מביאה לידי שעמום, והשעמום מביא לידי חטא". קען נאך זיין קלארער? אבער פאר עפעס א סיבה, טראץ וואס דאס איז אזוי קלאר, פונדעסטוועגן רעכענען מיר זיך נישט גענוג מיט דעם מציאות, און אפילו דארט ווי מיר נעמען עס יא אין באטראכט, טוען מיר נישט צופיל צו דעם. מיר ווייסן אז בטלה מביא לידי שעמום, און מיר פארשטיין גוט אז די קומענדיגע זאך איז א נפילה, אבער מיר טוען גארנישט צו דעם און מיר פאלן אריין אין דעם נעץ איין מאל און נאכאמאל.
פארוואס טאקע איז עס אזוי אז בטלה און לאנגווייליגקייט ברענגען דעם מענטש צו פאלן? בדרך כלל זענען די סיבות צו דעם גאנץ קלארע. ווען מיר זענען פארנומען צו 'טוען', האבן מיר נישט קיין צייט צו טראכטן איבער לאסט און תאוה, מיר זענען קאנצענטרירט אויף די וויכטיגע זאכן אין לעבן. ווען מיר זענען פארנומען מיט נוצליכע זאכן, שפירן מיר זיך גוט, מיר שפירן זיך אנגעפולט, און ווען מיר שפירן זיך אזוי זענען מיר ווייניגער עמפפינדליך צו א רייץ, אפילו ווען מיר באגעגענען זיך דערמיט בלית ברירה.
אבער ווען מיר טוען גארנישט און מיר האבן אסאך ליידיגע צייט אויף די האנט, דעמאלס הייבן מיר אן גיין אראפ. און דאס הייבט זיך כמעט קיינמאל נישט אן גלייך מיט א נפילה. עס הייבט זיך אן מיט דעם וואס מיר פרובירן אנצופולן די צייט, מיר הייבן אן צו זוכן עפעס אינטערעסאנט מיט וואס אנצופולן די צייט, וואס זאל אונז מאכן שפירן בעסער, מער לעבעדיג, אדער א הרגשה פון סיפוק. און אזוי הייבן מיר אן ארום צו שווימען אויף דעם אינטערנעט, ביים אנהייב איז עס אויף נייטראלע סייטס, אבער פון דארט איז שוין דער וועג גאר קורץ און שנעל זיך אנצוהייבן צו גליטשן אויף אראפ ביז מיר געבן א טראסק אינגאנצן. און אלעס ווייל מיר האבן געזוכט עפעס זיך צו מאכן שפירן בעסער, ווייל די געפיהל פון לאנגווייליגקייט איז צו שווער און מיר האבן געוואלט פטור ווערן דערפון.
מערערע פארשונגען האבן געוויזן אז דאס געפיל פון איינזאמקייט און לאנגווייליגקייט איז אזוי שווער, אז מענטשן זענען גרייט אדורכצוגיין ווייטאגן, און זיך אפילו אליינס אנברענגען די ווייטאגן, אבי צו פארטרייבן די מאנאטאנע געפיהלן.
אין א שאקירנדע שטודיע האבן פארשער גענומען מענטשן (מיט זייער צושטימונג) און מען האט זיי איינגעשפארט אין א צימער, אינגאנצן אליינס. אן גארנישט. נישט קיין בוך, און אוודאי נישט קיין קאמפיוטער אדער א סעלפאן, מען האט זיי געלאזט אליינס מיט זייערע מחשבות. אבער אלע פון זיי האבן זיך אפגערעדט אז עס איז זיי געווען שרעקליך שווער צו זיין אזוי אליינס מיט זיך. נאכדעם האט מען יעדן פון די מענטשן געגעבן אן עלעקטרישן שאק, ווען מען האט זיי געפרעגט וויאזוי דאס האט געשפירט האבן זיי געזאגט אז עס איז געווען זייער ווייטאגליך, אזוי שטארק האט דאס וויי געטאן, אז רוב פון זיי זענען גרייט צו באצאלן געלט אז זיי זאלן נישט דארפן נאכאמאל אריבערגיין דעם ווייטאג.
אינעם לעצטן פאזע פון דעם שטודיע האט מען נאכאמאל אריינגעפירט די מענטשן אין א צימער, אינגאנצן אליין. אבער דאס מאל האט מען זיי מיטגעגעבן איין זאך, די מאשינקע וואס קען זיי גיבן אן עלעקטרישן שאק. און מען האט זיי געזאגט, אז זיי קענען זיך געבן אן עלעקטרישן שאק, אויב זיי ווילן, אויף צו פארטרייבן אביסל דאס לאנגווייליגקייט. צוויי דריטל פון די מענער, און א פערטל פון די פרויען, האבן אויסגענוצט דעם געלגענהייט און זיך געגעבן א שאק, אדער מער פון איינס. איינצעלנע פון די האבן זיך אפילו געגעבן צענדליגער שאקס. אבי נישט צו שפירן דעם ווייטאג פון איינזאמקייט און לאנגווייליגקייט. און דאס אלעס אין ווייניגער פון א האלבע שעה.
און דאס איז פונקטליך וואס מיר טוען צו זיך אליינס. מיר געבן זיך עלעקטרישע שאקס כדי נישט צו שפירן די שווערע געפיהלן פון איינזאמקייט און לאנגווייליגקייט.
אז מיר פארשטייען אז לאנגווייליגקייט איז אונזער שונא, דארפן מיר דאך זעהן וויאזוי מען קען אים באקעמפפן. איינס פון די בעסטע וועגן אים צו באקעמפפן איז דורך גאנץ א פשוט'ן אופן. מען גרייט זיך צו א רשימה, א ליסטע פון זאכן וועלכע מיר וואלטן ווען געוואלט טאן.
וויפיל מאל האבן מיר זיך שוין געהערט זאגן: "איך וואלט אזוי שטארק געוואלט אפלייענען דעם ביכל", אדער ווען מיר הערן איבער עפעס אינטערעסאנטע פעולות אדער האביס וואס געוויסע מענטשן האבן און מיר זאגן אז "ווען איך וואלט ווען נאר געהאט צייט", וואלט איך ווען געטון... נעם די אלע סארט זאכן און שטעל צאם א רשימה פון זיי. האלט עס ביי דיר אין טאש און לייג כסדר צו צו דעם. מאך פריאריטעטן, וועלכע איז דיר חשוב'ער און וויכטיגער ווי די אנדערע. און יעצט, מיט דעם ליסטע אין די האנט, יעדעס מאל וואס עס מאכט זיך דיר אביסל ליידיגע צייט, נעם ארויס די רשימה פון טאש און קוק עס איבער, נוץ אויס יעצט די איבריגע צייט צו טון איינע פון די זאכן.
עס איז וויכטיג אז די רשימה זאל פארמאגן מערערע זאכן ווייל מיר קענען נישט אויסרעכענען לאנגווייליגקייט, ער רוקט זיך אן אין פארשידענע זמנים און אין פארשידענע מצבים, און נישט אלעמאל וועלן מיר קענען טון וואס מיר האבן זיך צוגעגרייט אויב עס איז נאר איין זאך. לייענען א בוך איז א גוטע זאך, אבער צומאל איז די צייט און די וועטער מער צוגעפאסט אויף צו גיין כאפן א לויף, אדער אנדערע עקסערסייז. גיין אויפזוכן אן אלטן חבר פון די קינדער יארן, מיט וועמען מיר האבן שוין לאנג נישט גערעדט איז גאר חשוב, אבער נישט אלעמאל קען מען עס טון און נישט אלעמאל זענען מיר אין דעם ריכטיגן גיסטע דערפאר. וועגן דעם איז וויכטיג צו האבן א קאלירפולער רשימה, און די זאכן וואס מיר שרייבן דארט זאלן מיר שרייבן מיט דעטאלן.
יעדער רעיון קען צוטיילט ווערן אין עטליכע חלקים, און מיר זאלן יעדן חלק ארויסשרייבן. מיר דארפן יעצט נוצן אונזער מחשבה צו שרייבן און דעטאלירן די זאכן, ווייל ווען עס קומט אן די שווערע מינוט און מיר טרעפן זיך אין א מצב פון איינזאמקייט און לאנגווייליגקייט, דעמאלס ארבעט אונזער מח נישט גענוג שטארק אז מיר זאלן קענען דעמאלס טראכטן וואס צו טאן. דעמאלס דארפן מיר עס האבן גרייט אויפן פאפיר. אויף אזא אופן קענען מיר זיך שטענדיג באנוצן מיט דעם און זיך שפארן פיל אנגסט און ווייטאג.