|
|
מעלדונגען |
 |
|
מיר ווילן זיך שטארק באדאנקן פאר די וואס געבן אוועק פון זייער צייט אונז ארויסצוהעלפן צוזאמשטעלן די חומר פאר די אימעל'ס
ה"ה חברינו היקר
סאלאמאן
וואס האט זיך ספעציעל אנגעשטרענגט אהער צושטעלן די היינטיגע אימעל לזיכו הרבים
"זכות הרבים תלוי בו"
|
|
קורץ און שארף |
 |
|
די גאנצע תורה וואס איז געגעבן געווארן פאר מענטשן בעלי בחירה רעדט נאר פונעם 'הוה', פונעם 'יעצט'!
ווייל דער 'עבר' איז דאך שוין געווען און ס'איז נישט שייך מער צו מצווה זיין דערויף, ווידער אויפ'ן 'עתיד' קען מען דאך זיכער נישט דן זיין ווייל ס'איז דאך נאכנישט אינעם רשות פונעם מענטש. אבער דער בעל דבר דרייט איבער די זאכן פון איין עק ביז'ן אנדערן: ער איז מבלבל דעם מענטש איבער'ן 'פארגאנגענהייט' און ער דערשרעקט אים איבער'ן 'צוקונפט', און אזוי גזל'ט ער צו פון אים דעם טייערסטן זאך, דעם 'יעצט'!... (הגה"צ רי"מ שכטר שליט"א לקט אמרים ח"א עמ' מ"א, וע"ש לגבי מצות תשובה שהוא עבודת 'ההוה')
(קרעדיט: חברינו היקר סאלאמאן אויף אונזער פארום)
|
|
פון די חבריא
|
 |
|
"יעדן טאג" - א פרישע פארדינסט!
היום הזה ה' אלקיך מצוך - "בכל יום יהיו בעיניך חדשים כאילו בו ביום נצטוית עליהם".
איך האב געהערט פון רבי שרגא האגער - קאסובער רבי שליט"א: דאס איז נישט קיין חיזוק ווערטער... דאס איז פשוט אמת! אז דער באשעפער האט באשאפן דיהיינטיגע טאג, מיינט אז ער ערווארט צו האבן פון דעם היינטיגן טאג עפעס ריוח! א געשעפט וואס מאכט נישט קיין ריוח, האלט מען נישט אפן...
"המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשי בראשית", יעדע רגע איז דער באשעפער מחדש די בריאה. ער גיט חיות און קיום פאר די בריאה יעדע רגע, אויב וואלט ער נישט צוגעגעבן נאך א רגע חיות פאר די בריאה, (און פאר יעדע מענשט בפרטיות), וואלט די בריאה נישט געהאט קיין קיום יעצט.
דאס מיינט אז ער דארף עפעס פון מיר די יעצטיגע מינוט!
און אזוי טאקע איז דא די כח זיך מחדש זיין יעדן טאג, אפגעזעהן וויאזוי נעכטן האט אויסגעזעהן, קען מען יעצט זיין גוט, ווייל דאס איז דאך די מציאות אז דו ביזט נתחדש געווארן די רגע, דורך דעם באשעפער, פאר די תכלית פון די יעצטיגע טאג/מינוט/רגע...
(קרעדיט: חברינו היקר קטן שנולד אויף אונזער פארום)
|
|
התחזקות
|
 |
|
וואס מען לערנט פון די וואכעדיגע סדרא?...
"א מענטש דארף אנערקענען זיין געוואלדיגע חשיבות!"
דער ערשטער כלל אין עבודת ה' איז, אז דער מענטש דארף איינזעהן און וויסן דאס געוואלדיגע חשיבות פון אידישע קינדער, מען קען זיך ניטאמאל מצייר ווי גרויס און מעכטיג דאס איז! אפילו דער יצר הרע קומט איינרעדן דעם מענטש אז ער איז א נידריגע ברי', און זיינע מצות און מעשים טובים, אדער זיין התגברות אויף נסיונות, האבן נישט קיין שום חשיבות, זאל ער אים נישט אויסהערן!
די זעלבע ווערטער שרייבט אין די וואכעדיגע סדרא דער הייליגער "חידושי הרי"ם" זי"ע (ליקוטי הרי"ם) אויף וואס חז"ל זאגן (ילקוט שמעוני וישב) אויפ'ן פסוק "וישמע ראובן ויצילהו מידם", אז ווען ראובן וואלט ווען געוואוסט אז דער באשעפער וועט שפעטער שרייבן אין די תורה די ווערטער "וישמע ראובן ויצילהו מידם", וואלט ער ווען גענומען יוסף אויף די אקסלען און אים געטראגן צום טאטן.
זאגט דער חידושי הרי"ם: די כוונה איז זיכער נישט בפשטות אז ראובן וואלט עס ווען געטוהן צוליב די גיאות אדער כבוד אז די תורה וועט אזוי שרייבן אויף אים. נאר די פאקט איז אז א מענטש ווייסט נישט ווי ווייט עס קומט אן זיינע גוטע מעשים, ממילא ווען ראובן וואלט ווען געוואוסט און איינגעזעהן אז זיינע מעשים קומען אן ביז צום הייליגן באשעפער, עד כדי כך אז ער וועט שרייבן אויף אים אין די תורה די ווערטער "וישמע ראובן ויצילהו מידם", דעמאלטס וואלט ער עס געטון מיט מער רצון און מער התלהבות!
דער חידושי הרי"ם ענדיגט צו:
"און אזוי איז ביי יעדע מענטש, אויב וואלט ער ווען געוואוסט ווי ווייט זיינע מעשים זענען גורם א טובה פאר אלע עולמות און פאר אלע נבראים, וואלט מען ווען געדינט דעם אויבערשטן מיט מער רצון און מער חשק!". (קונטרס "באר הפרשה" פ' וישב)
(קרעדיט: חברינו היקר סאלאמאן אויף אונזער פארום )
|
|
רעקאווערי שמועסן
|
 |
|
א עצה 'פאר ביז'ן קרעטשמע' זיך צו האלטן ריין...
ווען איך האב אנגעהויבן די 12 סטעפ פראגראם מיט סטיוו'ס-דוד חיים'סGYEקאנפרענס קאל האט סטיוו געגעבן אן הקדמה, היות די פראגראם איז א 'לאנג טוירם פראסעס', עס גייט נישט פון היינט ביז מארגן, און ניי געקומענע און די פראגראם ווינדערן זיך "פון וואו קען איך נעמען א טרינק פאר ביזן קרעטשמע"?... מען קען דאך נישט ווייטער אנגיין מיט אינזערע מעשים, ווייל אויב יא וועלן מיר נישט זיין מסוגל צו ארבעטן אויף די פראגראם.
האט ער געגעבן א עצה פארן ביזן קרעטשמע געבויט אויף די יסוד פון די פראגראם:
האט ער געזאגט אזוי, די מעשים וואס מיר טוהן אלס אדיקשן איז באמת זאכן וואס מיר אליין זענען אפגעפרעמט פון דעם, ווען מיר זענען בדעה צלולה פארשטייען מיר בכלל נישט ווי דאס קומט צו אונז, מיר פארשטייען זייער גוט וואס איז גוט און וואס נישט, און מיר ווילן דאס גוטס און נישט דאס אנדערע, נאר ווען אימער מיר זענען און די 'סייקעל אויפ קרעווינג' דאס מיינט אין די מצב וואס די מח ווערט אקאפירט מיט די אדיקשן זענען מיר בכלל נישט בעלמא הדין אינז זעמיר אין א באקס אן קיין שום פענסטער, און אזוי דרייען מיר זיך ארום און מיר זענען מסוגל צו טוהן זאכן וואס אפילו בגשמיות שיסן מיר זיך מיט דעם אליין די פיס.
מיר דארפן ארבעטן נישט אריינצופאלן אין די פארמאכטע באקס, כ"ש נישט אריין גיין דערין מיט ביידע פיס, אויף דעם האבן מיר נאך נישט פארלוירן אונזער בחירה!
ווי אזוי טוט מען דאס?
מיר לעבן אין א וועלט, און מיר דארפן זעהן אז מיר זאלן בלייבן אין די וועלט ווי מיר לעבן פאקטיש... דאס מיינט: מיר לעבן צווישן מענטשן, צווישן ווייב און קינדער, צווישן חברים אין בית מדרש, האלט דיין מחשבה אפן מיט זיי!, ביסט אינדערהיים זיי אינדערהיים מיט זיי... טראכט פון זיי פאר דו קומסט אהיים... אנשטאט טראכטן פון זיך 'לאמיך שוין אהיים גיין עסן איך בין הינגעריג', טראכט אפשר קענסטו אסאך גרינגער מאכן פאר דיין ווייב ווען דו געסט איר א רוף און פרעגסט איר אויב זי דארף עפעס פון גראסערי... און אויב די טראכסט אליין וואס קען צוגעבן היינט ביי סאפער גיי אריין און געשעפט און קויף... טראכט וועלכע קינד האט נישט אזוי קיין הצלחה מיט זיין מלמד דעס יאר וואס גיי איך אים זאגן ווען איך קום אהיים, און פארגעסט נישט מיר קענען נאך בלייבן סעלפיש... ווייל מיר טוען עס פאר אינזער געזינט... די פוינט איז:
בלייב אנגעקניפט און געבינדן מיט אלעס ארום דיר דאן וועסטו נישט אזוי גרינג אריין פאלן און יענע אנדערע וועלט!
(קרעדיט: חברינו היקר עבודת הבורא אויף אונזער פארום)
צו ליינען די ווייטערדיגע המשך פונעם שמועס דרוקט דא:
|
אזויווי דער אידישער וועבסייט איז אונטער ערנסטע קאנסטרוקציע, און ווי איר זעט ארבעטן נישט געהעריג אלע לינקס און רוב אפציעס, בעטן מיר אנטשולדיגונג פונעם עולם. מ'האף מיר אי"ה בקרוב צוביסלעך דאס אלעס צו פאררעכטן, און צו קענען ווי אמשנעלסן קעגנקומען דעם ציבור מיט א שיינעם פארגעשריטענעם און העכסט-תוכנ'דיגער סייט, מיט רוב פונקציעס וואס עס איז דא ביי די ענגלישע.
כדי דאס אלעס אהערצושטעלן פאר אונזער אידיש-רעדנדן ציבור, נויטיגן זיך מיר שטארק אין נדבות פון אחינו בני ישראל נדיבי לב, בפרט פון אונזער ציבור וואס ווייסט און פארשטייט די וויכטיגקייט פון אזא ארגאניזאציע. דעריבער אפעלירן מיר בכל לשון של בקשה: ווער עס קען זיך מנדב זיין גרעסערע נדבות, אדער צי זיך אונטערנעמען חודש'ליכע פעימענטס, אדער סיי וועלכע איינמאליגע נדבה, זאל ביטע דאס אויספילן אויפ'ן ספעציעלן אידישן דאנעישאן בלאט https://guardyoureyes.com/yid/?option=com_jdonation
כדי דאס געלט זאל טאקע אנקומען צו אונזער אפטיילונג, ביטע מאכט זיכער אז איר זענט טאקע אנגעקומען צום אידישן אפטיילונג (צוליב טעכנישע סיבות קען מען אמאל אנקומען צו די היברו). אויך נעמט אין אכט אז ביי די אנדערע דאנעישאן אפציעס, חוץ ביי די קרעדיט קארד, זאל מען ביטע ארויסשרייבן FOR THE YIDDISH SITE כדי דאס געלט זאל אנקומען צו אונזער אפטיילונג
אין דעם זכות זאלט איר בכלל נישט דארפן צוקומען צו אונזערע סערוויסעס, און אויב שוין יא, זאלט איר זיך שנעל קענען ערהוילן און זיך היילן פון אלע פראבלעמען און מכאובים, און ס'זאל מקוים ווערן דעם "כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו"!
ביי דער געלעגנהייט ווילן מיר אויסדרוקן אונזער טיפן דאנק פאר די ווארעמע אידן וועלכע זענען אונז שוין אנטקעגן געקומען און בייגעשטייערט שיינע סכומים. השי"ת זאל זיי באצאלן כפל כפליים!
|
|