הבהרה: דוב איז א באקאנטע פיגור אויף די ענגלישע וועבזייטל פון GYE. ער איז 18+ יאהרן סאבער וואס איז אין ריקאווערי דורך SA. ער שרייבט אסאך אויך יענע זייטל. אזוי אויך ווערט טעגליך געשיקט זיינע ווערטער אין די ענגלישע אימעיל אונטער די קעפל: DAILY DOSE FROM DOV. דעם ארטיקל איז איבערגעטייטשט געווארן דורך לומד. לומד האט געפריווט זיך צו האלטן צו זיין אויסשפראך און צו דוב'ס סגנון הכתיבה. דעריבער וועט איר זעהן אז עס שטימט נישט טייל מאהל די סדר הכתיבה. מטבע הדברים, ווען א זאך ווערט איבערגעטייטשט, קען זיך מאכן אז די מכיוון פון די כותב ווערט פארדרייט, דאס איז אויף די אחריות פון לומד.
Powerlessness
(מאכטלאזיקייט)
איינער האט געפרעגט דוב:
וואס מיינט powerlessness אין די 12 סטעפ פראגראם?
דוב ענטפערט:
Powerlessness מיינט, פשוט אז איך טראכט באמת אז איך קען נישט לעבן אן עקטן אויט אויף מיין לאסט.
מעהר פונקטליכער מיינט עס, איך טויג נישט אויף צו ניצן און ענדזשויען לאסט.
איך פיל פארזיכערט אז איך קען עס טוהן, ממילא פראביר איך כסדר צו הנאה האבן פון לאסט - אבער ווען אימער איך טוה דאס, ווער איך פארוויקלט אין וויכטיגע טיילן פון לעבן, און איך ווער גאהר שטארק ציקלאפט.
מיינע יאהרן פון פראבירן ניצן לאסט, האט פארדארבן מיין קאפ, באציאונגן, און דאס גאנצע לעבן.
און דאס אלעס וואס איך טוה צו די זעלבע צייט וואס איך פראביר און שלאג זיך צו סטאפן, האט מיר גיצייגט און אויפגעוויזן, אז ווען איך טוה אנטייל נעמן און הנאה האבן פון לאסט, נעמט עס איבער מיין גאנצע טאג. איך וועל נעמען ריזיקעס און פארלירן זעלבסט ריספעקט, און מיינע באציאונגען ווערן מעהר עקלדיג .
דעריבער האב איך צום סוף געמוזט ווערן סאבער. נישט ווייל איך האב געהאט אן אייגינעם רצון, אדער צוליב יראת שמים, ניין, עס איז פשוט צוליב ווייל דאס צו טוהן אויף "מיין" וועג, איז צו א גרויסע חורבן.
אויב איך (דוב) וואלט געקענט הנאה באופן מוצלח, און געקענט עקטן אויט מיינע סעקסואלע פאנטאזיעס, וואלט איך עס געטוהן, מן הסתם רוב מענער וואס מוטשען זיך מיט ז"ל געווענטליך, וואלטן אויך אזוי געטוהן, אויב זיי קענען - כאטש זיי קענען עס נישט מודה זיין, טייל רופן דאס אפיקורסות, אבער אודאי מיינט דאס נישט אז דאס איז נישט די פאקט. איך גיי "דיך" נישט נער'ן אדער נער'ן דעם "רבונו של עולם", אדער "זיך" אליינס נער'ן- די אלע יאהרן פון פראבירן צו קאנטראלירן און ענדזשויען די לאסט, האט מיר איבערצייגט בלתי שום ספק אז איך פיל אז איך דארף עס. אז איך פיל איך מוז עס האבן, און ווען אימער איך האב געפריווט, האט עס געמאכט א חורבן אין יעדעס אספעקט פון מיין לעבן. די משמעות פון דעם איז, אז איך האב נישט קיין שום שטארקייט און מאכט איבער לאסט. איך קען עס נישט ניצן מוצלח'דיג. און דאס איז גאהר ווייטאגלעך.
ווען מענטשן (אונז) זאגן אז זיי קענען זיך נישט 'שלאגן מיט דעם עדיקשאן', וואס מיינען זיי מיט די ווארט שלאגן אדער געווינען, באמת? איך מיין אז בשעת זיי שלאגן זיך און וויינען וועגן דעם, ווילן זיי נישט באמת אז זיי זאלן מעהר נישט קענען וואטשן פארן און מעסטערבעיטן. יא, עס קען זיין אז זיי טראכטן אזוי, אבער עס איז א ליגנט און א פאנטאזיע. עס איז איראניש, אבער אנשטאט דעם, וואס פראבירן זיי באמת צו טוהן? עס צו קאנטראלירן און הנאה האבן דערפון, אזוי אז עס זאל קענען געניצט ווערן אלץ א לעצטע ריזארט, אויף ווען מיר וועלן באמת פילן אז מיר דארפן עס באמת, די פאנטאזיע זאגט אונז אז עווענטואל, וועלן מיר זיך אויסלערנען וויאזוי עס צו טוהן אהן דעם וואס עס זאל אונז קאנטראלירן, מיר וועלן זיך אויסלערנען צו זיין די מושל אויף אונזער אייגענע לאסט.
מיר האבן אזא פארדרייטע פשט אין 'הכובש את יצרו' הכובש מיינט אז מיר האבן קאנטראל אויף אונזער שונא, און דאס איז אונזער באהאלטענע האפענונג. דאס קען זיין די סיבה פארוואס אסאך סאקסאהאליק'ס ווערן קיינמאל נישט סאבער, א נארמאלע איד קען קאנטראלירן זיין לאסט, אבער אויב איינער איז אן עדיקט, כנראה איז עס אוממעגליך, נו, ס'איז געפערליך די מצב? עס איז שווער אהנצונעמן? אבער נו, לעבן איז סתם אזוי נישט קיין לייכטע זאך.
עס הערט זיך משוגע און אבסורד? למעשה, לאמיר אוועקלייגן די דינייעל (הכחשה) אויף א זייט, א סאך פון אונז- ספיציעל דיע וואס האבן זיך אליינס פיינט, צוליב די ריבוי הזרע וואס זיי האבן משחית געווען - האבן גאהר א שטארקע לאסט און תאוה צו ווערן באליבט ביים בורא עולם. ממש אזויווי א צדיק- איך דארף זיין אזוי ווי איינער פון די גאהר גרויסע צדיקים, אויכעט!
פונקט אזויווי מענטשן טענה'ן זיך עד אין סוף מיט געוויסע געשוויסטער, קינד אדער עלטערן,- די געשלעג קאפ אויף קאפ גייט אהן פאר יאהרן, צענדליגע יאהרן, און טיילמאל א גאנצע לעבן, כאילו אז דורך געווינען די לעצטע ארגיומענט, אדער מאכן די גוטע נקודה, וועט זיך עס צום סוף ענדיגן, יענעם איבעררעדן, אדער גאהר יענעם טוישן- דאס גייט אזוי פאר צענדליגע יאהרן... עס איז קראנק.
אבער מיר טוהן עס פשוט ווייל מיר ווילן נישט סארענדערן.
די אנדערע זייט פון 'איש בחטאו ימות' מיינט אז מיר אלע זענען פאראנטפארטליך פאר זיך אליינס- און דאס איז ווייל דער בורא ווייסט אז קיינער קען נישט פאררעכטן א צווייטע, מיר קענען יענעם מוכיח זיין, אבער מיר קענען יענעם נישט פארעכטן, יענער מוז זיך אליינס פאררעכטן, און מאכן החלטות וואס איז אים נוגע, און די זעלבע גייט אהן ביי אונזערע קינדער. בנוגע אן עדיקט, איז אבער די פאקט אז ער קען זיך אליינס אויכעט נישט פאררעכטן, ער קען שוין נישט זיין דער מושל אויף די לאסט. סך הכל קען ער עס אויפגעבן. ער קען מחליט זיין אז פאר מיר ארבעט נישט קיין לאסט, אפילו א קליין ביסל.
קען זיין אז דאס מיינט POWERLESSNESS. אז מען זעהט איין אז מיר קענען שוין נישט האבן קיין לאסט אפילו קיין כל שהוא.
(קרעדיט:דוב איבערגעטייטשט דורך חברינו היקר לומד אויף אונזער פארום)