אן אתרוג א הדר
א גוטע וואך און א גוט יאר אייך אלע. מען זאל האבן אויסגעבעטן אלסדינג!
איך האב קוים געקענט איבערלאזן מיין אתרוג דאס יאר הושענה רבא. וואס זאל איך אייך זאגן? געהאט א יופי פון אן אתרוג. אן עכטער הדר געווען! ממש א פראכט! עס האט גערעדט צו מיר ווי נאר איך האב אים גענומען אין האנט. א שיינער גידול, שיינער קאליר, ממש א משה'לע... ווען איך זאל עס לייגן אויפן טיש וואלט יעדע פארבייגייער געזאגט דאס איז משה'לע'ס. איך האב ניטאמאל געדארפט לייגן א נאמען דערויף... ס'משה'לע'ס הערליכער אתרוג! אקעי, עס האט געהאט א בלאט-פלעק דא און דארטן, שווארצע פינטעלעך, אבער בכלל נישט נראין לעינים. א ריכטיגער פרי עץ הדר!
איך דערמאן מיך ווען איך האב געוויזן מיין אתרוג פאר'ן דיין, האב איך אים געזאגט אז ס'איז א הערליכער גידול און ממש עס רעדט צו מיר, אבער עס האט אפאר בלאט-פלעקן דא און דארטן. זאגט ער מיר, עה, מען זעט עס ניטאמאל! ווייז איך אים אפאר שווארצע פינטעלעך, זאגט ער מיר, וואס קוקסטו מיט פארגרעסערונג גלעזער? נישט אזוי קוקט מען אן אתרוג! מען האלט דאס אפגערוקט פון אויג בערך אזא 12 אינטשעס און אזוי קוקט מען. די אלע זאכן זענען בכלל נישט נראין לעינים און קוק נישט דערויף. עס איז א הדר פון אן אתרוג, הערליך! יעדער אתרוג אויב וויל מען שטארק, קען מען טרעפן זאכן. מען קוקט אויבן-אויף. עס איז א שיינער גידול, א שיינער קאליר. ממש א הדר!!
און אזוי האב איך געשפירט א גאנץ יו"ט. עפעס דער אתרוג האט מיר אויסגעזען ווי משה'לע... איך האב עס אראפגעלייגט נאך הלל און איך האב געשפירט אז איך לייג אראפ משה'לע... מען בענטשט אתרוג, און איך פיל איך האלט משה'לע... איך קען זיך נישט שיידן דערפון.
*
פארגאנגענעם שמחת תורה אינדערפרי, איך זיץ זיך אזוי פארזונקען אין מיינע מחשבות אין מיין קליין ס'מעדרישל, בשעת ווען אלע אתרוגים מאכן דעם וועג צום ספר תורה און מען ברכו'ט אין גרויסן. פלוצלינג דערוועק איך מיר פון טיפן שלאף מיט א קנאקעדיגן ברכו את השם המבורך!!! איך ווענד מיינע בליקן צום בלעמער וועלענדיג באטראכטן דעם כאראקטער פון דער נאנט. דער זעט אויס צו דער זאך. איך מוז זען ווער דער אתרוג איז. דער ברכו איז געווען ממש מושך את הלב. דער מוז זיין א הדר פון אן אתרוג. לאמיך כאפן א נענטערן בליק דערויף. איך גיי צו נענטער. אה ער?! ס'גאנצע?!?! ער האט דאך בלאט-פלעקן מיט שווארצע פינטעלעך... שוין, צוריק צו מיין פלאץ.
דאן הייבט מיך אן די מחשבה בושעווען אין קאפ. איין מינוט! איין מינוט! נישט אזוי קוקט מען אן אתרוג האט מיין דיין געזאגט!!! מען קוקט אפגערוקט אזא 12 אינטשעס. אויבן אויף איז ער א שיינער גידול, שיינער קאליר. ס'מאכסט דיך נאריש? יעדן אתרוג אז די וועסט קוקן מיט א פארגרעסערונג גלאז, וועסטו טרעפן. לאז אפ. קוק אויף די גוטע חלקים, ער איז א הדר!!!! א פראכט פון אן אתרוג!!!!!
יא, דאס איז די מציאות. יעדער אתרוג האט זיך זיינע שוואכקייטן אויב באטראכט מען עס פונדערנאנט. איינס האט א קלאפ דא, דארטן, א שווארצע פינטעלע אויבן אדער אונטן, בלאט פלעקן, אביסל קרום פון אויבן אדער אונטן, אן א גארטל מיט א גארטל. ס'אלץ איינס. ווען מען קוקט פונדערווייטנס זענען זיי אלע שיינע אתרוגים.
הייליגער באשעפער, ארויסגייענדיג פון דעם יו"ט אשא כפי אל השם:
דו האסט הערליכע אתרוגים!! ממש א הדר!!! זיי זענען אלע ריכטיגע פרי עץ הדר!! א שיינער גידול, א שיינער קאליר, ממש א יופי פון אתרוגים. אמת טייל האבן א בלאט פלעק דא אדער דארט, קליין שווארץ פינטעלע אדער מערערע, אבער קיינע פון זיי זענען נישט נראין לעינים. באשעפער, קוק נישט מיט א פארגרעסערונג גלאז. נישט אזוי קוקט מען אן אתרוג. מען קוקט אויבנאויף, און עס שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען העליכע אתרוגים יעדע איינע פון זיי!!! באמת א שיין פאלק וואס דו האסט! אן אתרוג וואס מען באטראכט אים פון דער נאנט איז ער פול מיט שווארצע פינטעלעך און פלעקן, אפשר אביסל קרום אויך. אבער אזוי ווי דער אתרוג מאכט דעם וועג צום ספר תורה, אה! דער ברכו את השם המבורך!!! דאס ריין פינטעלע צופלאקערט זיך. עס פלאמט אויף יעדן פארשלאפענעם אתרוג, און מיט געגועין צושרייט מען זיך צום טאטן אין הימל, אוי איך האב דיר אזוי ליב טאטע! ברכו את השם המבורך!!! דאס הייסט אן אמת'דיגע הדר!!! האסט דיך נישט אויף וואס צו שעמען, האסט א הייליג פאלק, א שיין פאלק, פרי עץ הדר!!!
(קרעדיט: עד כאן)