דער וואונדער קינד...
ס'אמאל געווען א מעשה ביי איינע פון די גער'ע רבי'ס (דאכציך ביים בית ישראל), ס'האט זיך ארומגעדרייט שמועות איבער איבער א וואונדער קינד וואס איז קוים א יאר אלט און ער טוט זיך אן א טלית און מאכט מיט די הענט אינטערסאנטע תנועות און דערנאך שאקעלט ער זיך ווי כאילו ער וויל דאווענען.
די שמועות זענען אנגעקומען צום רבי'ן זאגענדיג אז ס'דא עפעס א הייליג קינד, דער רבי האט עס אוועקגעמאכט, און האט געלאזט רופן די טאטע פונעם קינד אז ער וויל רעדן צו אים דעריבער, דער אינגערמאן איז געקומען מיט איין שמחה אז דער רבי וויל רעדען צו אים וועגען זיין וואונדער קינד.
למעשה, זאגט עם דער רבי "אינגערמאן הער אויף צו דאווענען ביחידות אינדערהיים, זאלסט קומען יעדען טאג אין בית המדרש", דער אינגערמאן איז געווארען שאקירט פונעם רבין'ס ווערטער, היתכן ווי ווייסט דער רבי אז ער דאווענט אינדערהיים? און וואס האט דאס מיט'ן קינד א שייכות, האט אים דער רבי מסביר געווען אז דער קינד איז נישט קיין שום וואונדער קינד, ער זעט נאר יעדן טאג דעם טאט'ן דאווענען אינדערהיים מיט טלית און דערנאך טוט ער אן תפילין ער דרייט מיט די הענט אהער און אהין, ס'איז געווען אינטערסאנט פאר'ן קינד האט ער עס נאכגעמאכט.
אלה תולדות נח, נח!
פעסט פארווערד צו 2015, מעשה שהיה מיין קליינער (קוים א יאר) זעט מיך זיצענדיג ביים שרייב טישל קום ער צו לויפן מיט איין שמחה, איך פריי זיך אז ער פרייט זיך אזוי צו מיר, הייב איך עם שנעל אויף, כ'האב גע'מיינט כ'וועל ווייטער קענען שרייבן און קליקען אויפ'ן מייזל,
ביזדערווייל מיין קליינער שטרעקט אויס די האנט צום מייזל, געב איך עס אם אין די האנט, אבער ער איז נישט צופרידען ער לייגט עס צוריק אויפ'ן טיש און פאנגט ריקן דעם מייזל אהער און אהין און דערנאך קליקט ער דערמיט, און קוקט מיט פארגעניגען אויפ'ן סקרין אז זאכען פארן אהער און אהין, און שמייכלט זיך אונטער אויפ'ן קול פאר'ן גרויסן עררייכונג זיינער אז ער קען שוין פונקט ווי טאטי! און פארשטייט זיך אז דערנאך האט ער בשום אופן נישט געלאזט ארויסנעמען דעם גליקליכן מייזל פון זיינע האנט.
שוין כ'האב זיך בארואיגט אז ס'נאר דעם מייזל, וואס ווען, קום איך אהיים שפרונגט ער ארויף אויף מיר מיט איין שמחה, שוין מ'געט צוריק אביסל ליבשאפט, און ער פאנגט גלייך אן אריינשטופן די האנט אין וועסטעל טאש ווי דער סעלפאן ליגט, כאפט עס ארויס גיך, כ'האב געמיינט ער וויל עס סתם האלטן.
ביזדערווייל שפרינגט ער אראפ פון מיר און זעצט זיך אוועק אויף דער ערד, און פאנגט אן מיט ביידע הענט צו קוועטשען די קנעפעלך פונעם קיבארד כזקן ורגיל, יא ער ריקט דעם מיטלסטער באטן ארויף און אראפ און לאכט זיך אונטער און מ'קען דעם סעלפאן נישט ארויס שלעפן פון זיינע האנט, ער איך פרייליך ביז גאר דהיינו ער שיקט א טקסט אזוי ווי טאטי!
ס'געווען זייער קיוט, יעדער האט געשריגען וואוו!! סאו קיוט!! אבער נאך אפאר מינוט האט מיר געכאפט א סקרוך אין די ביינער, ער איז קוים א יאר און ער מאכט מיך פונקטליך נאך, וואס וועלן מיינע גרויסע מיך נאכמאכן???
אלה תולדות נח, נח!
אייערע קינדער זענען און טון (עפ"י רוב) וואס איר טוט!
טייערע אידן טראכט אריין אויב וואלט איר געזען אייער זון - בחור טוט וואס איר טוט וואלט איר הנאה געהאט דערפון אדער נישט? אויב נישט, דעמאלט'ס זאלט איר עס אויך נישט טון, ער וועט אייך פונקטליך נאכמאכן, רעדט זיך נישט אייער זון זעט נישט וואס איר טוט, אדער ער וועט עס נישט נאכטון.
ס'קען זיין אז צומאל לאזט מען זיי טאקע נישט טון וואס איר טוט, דאס מיינט נישט אז ער וויל עס נישט טון, די מינוט ער וועט האבן דעם געלענגהייט ווער ער עס נאכמאכן.
ממילא דאס קומענדיגע מאל איר וואלט ארויס נעמען דעם סעלפאן און גיבן א שמייכל צו עס פון א גיט ווערטעל וואס איר ליינט דארט, אדער פון צוריק שרייבן זייער א וויכטיגע מעסידזש אויף אייער וואטס'אפ גרופ, געדענק אייער קינד זעט דאס און ער וועט אויך פרובירן צו האבן די גוטע זאך וואס טאטי שמייכלט אלס דערצו, און ער וועט אויך קענען שמייכלן.
(קרעדיט: נא שכל - אייוועלט)