מיינע ריינע "צעהן"
לכבוד ידידי וכו' מו"ה שמעלקא טויב הי"ו.
כ'האב געליינט וואס די האסט געשריבן איבער "נאכאמאל" (געשיקט געווארן אויף אונזערע אימעילס אין די פארגאנגנהייט. איר קענסט דאס טרעפן אויף אונזער סייט ביי די ארכיוון); ס'איז מיר באמת א חיזוק. איך לייען עס טאקע נאכאמאל און נאכאמאל און כ'נעם זיך פאָר נאכאמאל און נאכאמאל. אבער יעצט וויל איך דיר עפעס פרעגן:
ס'איז באקאנט אז דער הייליגער רבי ר' הערש פון רימנוב זי"ע האט געזאגט אז זיינע עלטערן זענען געווען פשוטע שניידער, און זיי האבן אים אויסגעלערנט "אלטע פאררעכטן און נייע נישט קאליע מאכן". ס'איז זייער הייליג און טייער, אבער כ'וויל דיר פרעגן טאקע אויף דעם: איך גלייב שוין יא אין וואס די זאגסט מיר אז דער רבוש"ע וויל מיר און אז ער מעקט אלעס אויס, און פון איין רגע אויף די צווייטע ווער איך א צדיק גמור כאילו לא היה, אבער וויאזוי גייט מען פון יעצט און ווייטער? וויאזוי קען איך זיך א עצה געבן מיט די "נייע נישט קאליע מאכן"? איך שפיר אז ס'איז א שטיקל "טובל ושרץ בידו", אויב איך טוה תשובה "נאכאמאל" און איך האב נישט קיין "געים פלען" וויאזוי זיך צו "פרעזעווירן" נישט קאליע צו מאכן די נייע נשמה, די רוח חדשה?
מיין חבר שמעלקא, ביטע זאג מיר א ווארט-צוויי זיך צו שטארקן בעיקר בנושא "נייע נישט קאליע מאכן". אלטע פאררעכטן האב איך שוין געליינט; טון תשובה, ס'הייסט עזיבה חרטה און קבלה. אבער אויף די קבלה אויף די נייע, ווי געט מען זיך א עצה?
א דאנק פאר פאראויס ( - )
תשובה ינחלו כבוד חכמים, חברי המנוח על ליבי זה כבר הרבה שנים, עוסק בדברים נחמדים, תשובה ומעשים טובים יחדיו משולבים, דורש ומבקש דרך אל השי"ת באותם הימים, שכבר אין דורש ואין מבקש ברשות הרבים. על כן אענהו משום כבודו בדברים, כיד ה' הטובה עלינו ובעזרת בורא עולמים.
חבר יקר ואהוב, אספר לך מעשה אמיתי:
ווען איך בין נאך געווען זייער קליין האט די זעליגע מוטער-מיינע כסדר געבעטן איר מוזניק'ל שמעלקא זיך צו פיצן די ציין.
פאר צוויי נעכט און איין פרישטאג האב איך עס געטאן כמצווה עלי על ידי אמי מורתי, אבער... שמעלקא האט נישט קיין געדולד זיך צו בראשן די ציין! אלס בחור אין ישיבה מאכט זיך אמאל א גוטס, כ'גיי אריין אין "קענטיען" און כ'קויף א פעקל "טשוטשוס", ס'קומט פינף זיסע שטיק אין א געפעק, און שמעלקא גייט אריין א דזשוק אין קאפ אלע חמשה חומשי טשוטשוס אויף איין מאל צו קייען און שלינגן...
אוי אוי אוי, כי יפתח איש בור מקיים געווען, און געמאכט אפאר לעכער אין די צעהן. צום דענטיסט קום איך אַן, "טאוב שמעלקא" ווערט צום טישל גערופן. מיט וואקלדיגע טריט גיי איך אריין, כ'ציה זיך אויס אויפ'ן עלעקטעריק טשעיר און אויפ'ן ערשטן בליק זאגט מיר דער אלטער דענטיסט "די מוזט אנהייבן בראשן דיינע צעהן צופרי און ביינאכט, ס'איז נישט קיין מאלפע געשעפטן". געמאכט א פילינג, צוריק אין ישיבה, געבראשט איינמאל די צעהן, מקיים צו זיין דעם הבטחה פון ורפא ירפא, און ואיננו... גענוג געווען מיט די משוגעת'ן!
עוד ישמע בערי יהודה וכו', שמעלקא האט בעז"ה חתונה, זיין חשובע עקרת הבית זאגט אים דעם דריטן טאג פון די שבע ברכות: מיין טייערע מאן, מיין בן תורה וכו', כולל אינגערמאן, פרנסה-ברענגער און גארבעדזש-ארויסטראגער, דיינע ציין האבן פלעקן, און ס'וועט ווערן ערגער אויב די פיצט נישט די צעהן כאטש פאר'ן שלאפן גיין, ביטע טוה א טובה פאר דיין נייע באשערטע און הייב אָן נוצן די בלויע בערשטל.
פארשטייט זיך אז אויף "טויבע" אויערן זענען אירע ווערטער געפאלן. גייט אדורך א שיינע פּאָר יאר, און "דער דענטיסט רופט מיך אַן", דאס מאל נישט מיט די פארצייטישע טעלעפאון, נאר ער שיקט זיינע מעלדונגן גלייך מיט לעיזער אריין צו מיר אין מויל. - שרעקליכע יסורין, יסורין שאינם של אהבה יתירה... מיט אסאך ביטול תורה ותפלה ומלאכה. בלית ברירה מאכט מען אן אפוינטמענט, מ'גייט אהין אין צייט און ווי א גרויסע טאטע ליגט מען אויפ'ן כסא דדינא און מ'לאזט דעם ציין-שניידער טוען כל מה שלבו חפץ.
ברוך השם, די יסורין זענען אוועק, אבער נישט דא ענדיגט זיך עס. מיין בני בית איז געווארן אזוי איבערגענומען אז איר תכשיט ליידט און זי האט געמאכט אן אפוינטמענט פאר א "קליען ענד עקזעם". אוי וויי וויי, א"ך (21) לעכער האט מען דארט געפונען; פארשמירטע צעהן פון ציגארעטלעך (כ'האב אמאל געבלאזן...) און קאלע סאדע (אזוי זאגט ער; גיי לייקן), כ'וועל שוין ווארטן אויף קומענדיגע גלגול פאר שיינע ווייסע צעהן.
אבער ניין זאגט דער דענטיסט. ער נעמט מיך אויפ'ן צימבל טיש, און מיט די גרעסטע מאס אכזריות האט ער געפיצט און געריבן אויף די צאן. אפאר מינע זייפן און כעמיקאלן - דאס מאכט ווייס און דאס נעמט אראפ; דאס איז זייער גוט פאר אזאליכע פלעקן וכו'. ס'איז געקומען בלוט, אבער, אבער, א בריה חדשה אין מיין מויל אריין1 כ'קוק אין שפיגל (פאסט נישט עכט פאר שמעלקא!) און כ'זעה נישט מיינע ציין, עפעס איז דא געשען: ווייסע שיינע שטיקער ליגן מיר אין מויל.
וואס זאל איך דיר זאגן חבר זיסער, זינט דאן בראָש איך מיינע צעהן ערב ובוקר אָן א אויסנאם, איך וויל דאך זיי ריין האלטן, כ'האב געמיינט אז איך "וועל שוין נישט האבן ריינע צעהן" און דערווייל "האב איך יא" און איך וויל עס נישט פארפאטשקען.
נישט די מאמע, נישט דער דענטיסט, נישט די ווייב, נאר דאס שפיגל! ווייל ווען מען "זעהט" אז מ'האט ריינע צעהן, גלוסט זיך עס אנצוהאלטן!
נאר אצינד איז מיין פראגע: ווי נעמט מען א שפיגל פאר די נשמה? ווי קענען מיר זיך שפיגלן און זען אונזערע ריינע הערצער נאכ'ן דאווענען, נאך אונזער תשובה, נאך אונזער הרהורים צום רבוש"ע?
דער הייליגער רבי ר' בונם זי"ע זאגט אז "ווען א איד זאל קענען זעהן זיין נשמה פארן לערנען און וויאזוי עס זעהט אויס נאכ'ן לערנען וואלט נישט געווען קיין בחירה אויף נישט!"
לדעתי ליגט אין דעם דער הסתר פנים. ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא, ווייל אזוי זעהט מען קוב"ה אויף טריט און שריט. נאר מיר זעען נישט אונזער אייגענעם לעכטיקייט, דער אור הגנוז בתוך כל אחד ואחד מישראל.
וזה יהיה מענה לשאלתך, וויאזוי קען מען נייע נישט קאליע מאכן? אויב מ'וועט גלייבן באמונה שלימה אז מ'איז געווארן ריין, און נישט נאר מ'וועט גלייבן, נאר מ'וועט עס "זעהן" (visualizing), מ'וועט עס זעהן מיט'ן עין הרוחני, מ'וועט זיך עס פארשטעלן נישט נאר זאגן, זיך עס מצייר זיין באמת, וועט זיין אסאך גרינגער בעז"ה "נייע נישט קאליע צו מאכן". און בעיקר, א תפלה טוען צו יעדע צייט, טאטע זיסער האלט מיר נאנט צו דיר!
אלה דברי ידידך מנוער, המצפה לשמוע ממך בשורת טובת כל הימים, הק' שמעלקא טויב.
(קרעדיט: שמעלקא טויב/אייוועלט)