די "היט דיינע אויגן" פראגראם אויפ'ן שפיץ גאפל

ערשטע אפשאצונגען

"היט דיינע אויגן" נוצט אן אייגנארטיגע צוגאנג צו העלפן מענטשן. דער וועג וויאזוי מיר קענען דאס באווייזן, איז וויבאלד מיר האבן איינגעזען אז ס'זענען דא פארשידענע שטאפלען אינעם קאמף פאר "שמירת עינים" און פאר א לעבן פון קדושה וטהרה. אין די פאלגנדע שורות וועלן מיר אדרעסירן די "8 שטאפלען" פון עדיקשאן, און וואס מיר רעקאמענדירן פאר יעדן שטאפל באזונדער.

 

די 8 שטאפלען

level1

"איך מוטשע מיך מיט שמירת עינים, תאוות און פאנטאזיעס (אזוי ווי רוב מענער").

אונזער רעקאמענדאציע:

פילטערס: לייגט ארויף א גוטן פילטער אויף אלע אייערע כלים וואס האט אינטערנעט. אויף אונזער וועבסייט קענט איר טרעפן גוטע פילטערס. אויך קען מען הערן די ליסטע פון פילטערס אויף א ספעציעלן האטליין. פאר מער אינפארמאציע קענט איר זיך פארבינדן מיט אונזער "פילטער גבאי" אויף This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it , אדער שיקט א פארלאנג פאר פילטער-הילף דורכ'ן נוצן אונזער "Help-Desk" סיסטעם און אונזער "טיעם" וועט זיך פארבינדן מיט אייך. מיר רעקאמענדירן אז איר זאלט געבן דעם פעסווארד פאר אייער ווייב, א גוטער חבר, אדער פאר אונזער פילטער-גבאי.

טעגליכע חיזוק:

שרייבט אייך איין צו באקומען די טעגליכע "שמירת עינים" חיזוק אימעילס, וואס וועט אייך געבן טעגליכע טיפס און חיזוק וויאזוי בייצוקומען די היינטיגע נסיונות, אפהיטן אייערע אויגן, האנדלען מיט די פאנטאזיעס, קעמפן מיט'ן יצר הרע, א.א.וו.

טעלעפאן חיזוק: Join the daily ‘Shmiras Ainayim’ phone conference shiur for tremendous chizuk and down-to-earth advice on how to learn to guard our eyes in today’s world. You can also download over 100 previously recorded shiurim in MP3 format, to listen to in your spare time, or while commuting.>

ליין מאטעריאל: מיר האבן אויף אונזער וועבסייט הונדערטער חיזוק ארטיקלען וואס קען אייך געבן חיזוק און פארשידענע עצות וויאזוי צו האנדלען מיט אייער פראבלעם. די ארטיקלען זענען צעשפרייט אינעם "טיפס" אפטיילונג, דער "פראגע און ענטפערס" אפטיילונג, און אנדערע אפטיילונגען.

וואפנט אייך אָן: אויף אונזער וועבסייט קענט איר טרעפן ארטיקלען, שיעורים, פון בארימטע מחנכים, רבנים און עקספערטן, אייך צו האלטן אינפארמירט איבער די רוחניות'דיגע סכנות פון די היינטיגע טעכנעלאגיע.

איש את רעהו: בקרוב וועלן מיר עפענען אונזער "פריווענשאן פארום", וואו איר וועט קענען אויסטוישן אייערע געדאנקען מיט בעלי בתים, עלטערן, און מחנכים, וואס עס זענען די בעסטע עצות צו האנדלען מיט די נסיונות פון אונזער דור, סיי לגבי אונז אליין און סיי לגבי אונזערע קינדער

 

level1"איך בין למעשה שוין דורכגעפאלן עטליכע מאל, אבער איך גלייב אז איך קען מיך איינהאלטן אויב איך וועל אריינלייגן אביסל כוחות זיך מתגבר צו זיין און בלייבן פעסט."

("דורכגעפאלן" מיינט אז מיר קוקן אומאויסגעהאלטענע זאכן, און/אדער הוז"ל ר"ל, ווי אויך אומאויסגעהאלטענע קשרים מיט אזעלכע וואס איז פארבאטן עפ"י הלכה, און ביים היימישן ציבור דארף דאס באהאנדלט ווערן אלס א סימן אויף א 'טיפערער עדיקשאן')

אונזער רעקאמענדאציע: (אין צוגאב צו די פריערדיגע)

דין וחשבון: אינסטאלירט א Reporting Software אויף אייער קאמפיוטער וואס דאס וועט האלטן חשבון אויף יעדע "סייט" וואס איר באזוכט און וועט שיקן א ליסטע פון אלע צווייפלהאפטיגע סייטס וואו איר האט באזוכט צו אייער חבר אדער רב/משפיע, וכדומה - א מענטש וועמען איר רעספעקטירט און איר וואלט זיך געשעמט אז ער זאל וויסן אז איר האט באזוכט יענע ספעציפישע סייטס. מיר וואלטן רעקאמענדירט איר זאלט נוצן וועב-חבר (webchaver.com), אי-בלעסטער (Spectorsoft.com) אדער puresight.com (דאס איז א צוזאמשטעל פון א פילטער און א "רעפארטינג פראגראם"). איר קענט געבן די פעסווארדס פאר אונזער "פילטער גבאי".

השקפה: ליינט דעם "Attitude & Perspective" השקפה: ליינט דעם צווייטן חלק פונעם GYE האנט-בוך, צו פארשטיין וויאזוי דער קאמף ארבעט, און וויאזוי איר קענט נוצן די שוועריגקייטן צו וואקסן און ווערן שטערקער אין אייער אידישקייט.

גדרים וסייגים: בויט אויף שטארקע גדרים פאר שמירת עינים, צב"ש: גייט נישט אויף פלעצער וואס ברענגט נסיונות; גייט נישט אויף אזעלכע וועבסייטס ווי facebook, YouTube, מאוויס, מאגאזינען, א.א.וו. (ליינט tool 3 פון די  GYE פראגראם).

 

level1"איך קען מיך איינהאלטן פון דורכפאלן פאר א לענגערע צייט (מער פון 90 טעג), אבער למעשה פאל איך דערנאך צוריק אריין אינעם גרוב."

אונזער רעקאמענדאציע (אין צוגאב צו די פריערדיגע):

איינזען דעם אמת: "עדיקשאן" מיינט: א זאך וואס איר ווילט אפשטעלן אבער איר קענט נישט. איר דארפט אננעמען דעם פאקט אז איר האט אן עדיקשאן. עס זענען דא פארשידענע שטאפלען פון עדיקשאן, אבער טאמער ווייסט איר שוין אז איר האט אן עדיקשאן, וועט די ארבעט זיין גרינגער.

שטערקערע טעגליכע חיזוק: Sign up שרייבט אייך איין צו באקומען די "ארויסגיין פריי" טעגליכע חיזוק אימעילס און איר וועט יעדן טאג באקומען טיפס, עצות און פערזענליכע געשיכטעס פון אנדערע מענטשן אינעם פראגראם וויאזוי זיך ארויסצודרייען סוקסעספול פון די עדיקשאנס.

נעמט אנטייל אין אונזער פארום: דורך ליינען אויף אונזער פארום די מיטמאכענישן פון הונדערטער אידן וואס פלאגן זיך מיט די פראבלעמען, וועט איר איינזען אז איר זענט נישט אליין. ווי אויך וועט איר זיך קענען אויסלערנען די עצות און טאטקטיקן וואס האבן געהאלפן פאר אזויפיל אנדערע אידן.

שטארקע גדרים: מאכט אייך אליין שטארקע גדרים, צב"ש זאכן וואס איר דארפט טון בעפאר איר ערלויבט זיך צוריק אריינצופאלן, אדער מאכן קבלות צו טון עפעס א שווערע זאך אויב איר פאלט אריין.(זעט עצה 7 פון די GYE פראגראם).

ערנסטערע שמירת עינים גדרים: איר דארפט אנהייבן צו ארבעטן שטערקער אויף זיך. איר דארפט אנערקענען ווי גרינג איר ווערט צוגעצויגן צו די זאכן, און אנהייבן צו מאכן גדרים, פרובירן צו פארמיידן פלעצער מיט תערובות, נישט קוקן קיין מאוויס, צייטונגען, מאגאזינען, און אפילו נישט-אידישע נייעס און ענטערטעינמענט וועבסייטס.

ליין מאטעריאל: ס איז ראטזאם אז איר זאלט אדורכליינען די הונדערטער ארטיקלען אויף אונזער וועבסייט, צב"ש דער "טיפס" אפטיילונג, "פראגעס און ענטפערס", "געשיכטעס" און נאך, זיך אויסצולערנען וויאזוי צו באקעמפן דעם עדיקשאן. גייט אויך צום "12 שריט" אפטיילונג אויף אונזער וועבסייט, וואו איר וועט זיך אויסלערנען די פרינציפן פונעם בארימטן פראגראם וואס העלפט זיך צו קענען ארויסדרייען פון אלע סארט עדיקשאנס. (זעט tool 15 פון די GYE פראגראם).

טרעפט אייך טעגליכע אקטיווטעטן אויסצופילן אייער צייט אויף פאזיטיווע וועגן: חז"ל זאגן "אין ההרהור מצוי אלא בלב פנוי מן החכמה". טרעפט נייע זאכן וויאזוי אנצופילן אייער ליידיגע צייט מיט 'גוטע' זאכן. איר דארפט נעמען שריט צו זען אז איר זאלט נישט שטיין ליידיג קיין איין מינוט. שטעלט אייך אויס א שעה-ביי-שעה סקעדזשועל, וואס זאל ארייננעמען אייערע נייע אקטיוויטעטן. אויך זאלט איר אנהייבן צו מאכן איבונגען טאג-טעגליך,  (זעט tool 5-6 פון די GYE Program). אויך כאפט א בליק אונזער “Kosher Isle” אפטיילונג on our וואו איר וועט טרעפן א ליסטע פון כשר'ע אקטיוויטעטן, כשר'ע וועבסייטס, אונטערהאלטונגען, שיעורים, און נאך.

 

level1"איך האב שוין אסאך מאל פרובירט, אבער געווענליך קען איך מיך נישט איינהאלטן פון דורכפאלן פאר א לענגערע צייט (מער פון 90 טעג)."

אונזער רעקאמענדאציע (אין צוגאב צו די פריערדיגע):

שטרעבט צו עפעס העכערס: ביי דעם שטאפל איז וויכטיג צו טרעפן אנדערע זאכן וואס וועלן אייך ברענגען צופרידנהייט און א שטרעבן צו א העכערן לעבן. טרעפט עפעס וואס זאל אייך נישט בלויז האלטן פארנומען, נאר ס'זאל אייך אויך אויפהייבן ברוחניות, צו העלפן זיך און אנדערע. צב"ש קענט איר זיך אריינלייגן אין א חסד פראיעקט; ארבעטן פאר אייער קהלה אדער ביהמ"ד; העלפן מענטשן צו טרעפן ארבעט און אנדערע אקטיוויטעטן וואס וועלן אייך ברענגען אינערליכע צופרידנהייט און אייך האלטן פארבינדן מיט דער וועלט אז איר זאלט נישט זיין אליין. (זעט עצה 5 פון די GYE פראגראם).

גייט צושטייטליך: חז"ל זאגן אונז "מרעיבו שבע, משביעו רעב" (אז מ'לאזט אים הונגערן, איז ער זאט. אז מ'מאכט אים זאט איז ער הונגעריג). ווי מער איר וועט זיך נאכגעבן אייער תאווה, אלץ מער וועט איר ווערן צוגעבינדן דערצו. הייבט אָן דאס צו רעדוצירן צוביסלעך דורכ'ן אראפשטעלן שטרענגע גרעניצן. לייגט צו איין טאג, און דערנאך נאך א טאג, וואס איר וועט זיך איינהאלטן, און צוביסלעך וועלן אייערע גרעניצן ווערן ברייטער און שטערקער. (זעט עצה 8 פון די GYE פראגראם און ליינט אויך these inspiring excerpts פונעם ביכל "The First Day of the Rest of My Life").

די "ניינציג-טעג רייזע":הייבט אָן נאכצופאלגן אונזער "90 טעג פראגראם", זיך צו האלטן ריין פאר 90 טעג און זיך אפגעוואוינען פון די שלעכטע עדיקשאנס. מיט אונזער פראגראם קענט איר האלטן חשבון אויף א ספעציעלן לוח און איר וועט באקומען אסאך חיזוק ווען איר דערגרייכט צו א פרישן שטאפל. (זעט עצה 9 פון די GYE פראגראם).

דער "תפסיק" מעטאד: הייבט אָן צו שטודירן און צו נוצן דעם "תפסיק" מעטאד (זעט Tool 10 פונעם GYE פראגראם). דאס איז איינע פון די שטערקסטע מעטאדן וואס ארבעט ביי היימישע אידן וואס פלאגן זיך מיט שוואכערע עדיקשאנס. דער מעטאד וועט אייך אויסלערנען וויאזוי צו באלאנסירן אייער יראת שמים - וואס טוט נישט ליידער צופיל אויף ווען מ'האט אן 'עדיקשאן' - מיט שטארקע אייגן-באשטימטע שטראפן. דורכ'ן באלאנסירן די צוויי זאכן אויפ'ן ריכטיגן וועג, ווי ס'ווערט ערקלערט אינעם "תפסיק" מעטאד אפטיילונג, קענט איר זיך אויפבויען א שטארקן גדר זיך צו באשיצן פון די עדיקשאנס און אירע נאכווייען. (זעט אויך The TaPHSiC Method Made Simple).

נעמט אנטייל אין די GYE מיט די טעלעפאן קאנפערענצן: GYEפארמאגט אריבער 30 phone conferences איבער די וואך, כמעט יעדן טאג פון דער וואך - צופרי, נאכמיטאג און ביינאכט! דורכ'ן מיטהאלטן די טעלעפאן קאנפערענצן פון א גרופע אנדערע אידן וואס פלאגן זיך מיט'ן זעלבן פראבלעם און ארבעטן אויף א פראגראם זיך צו ערהוילן, וועט איר באקומען די פרישע האפענונג פאר א רפואה, זעענדיג אז איר זענט נישט אליין אויפ'ן שלאכט-פעלד. איר וועט אייך אויך אויסלערנען די פארשידענע עצות וואס האבן געארבעט פאר אנדערע מענטשן. GYE האט טעלעפאנישע קאנפערענצן כמעט יעדן טאג - אינדערפרי, נאכמיטאג און ביינאכט.

 

level1"איך האב שוין פרובירט אלע פריערדיגע עצות, פון די ערשטע פיר שטאפלען, און איך קען נאך אלץ נישט אפשטעלן מיין עדיקשאן."

אונזער רעקאמענדאציע (אין צוגאב צו די פריערדיגע):

צו נוצן 'אנאנימע חיזוק דורכ'ן קאמפיוטער' אויף די פאלגנדע וועגן:

פארום: איר קענט שרייבן אויף אונזער פארום און איר וועט באקומען חיזוק פון אנדערע מענטשן אין אונזער געמיינדע. איר קענט פארציילן אייער געשיכטע, מיטטיילן אייער פארשריט, אפעלירן פאר הילף ווען איר שפירט א שוואכקייט, און מחזק זיין איינער דעם צווייטן. דער פארום איז א געוואלדיגע חיזוק פאר הונדערטער מענטשן וואס זענען פונקט אינעם זעלבן מצב ווי איר זענט.

טשעט רומס: שמועסט געשמאקט מיט אנדערע אין אייער מצב דורכ'ן GYE chat-rooms (איר מוזט זיין א מעמבער זיך צו באנוצן מיט די סערוויס, שרייבט אייך איין דא).

סאושעל נעטווארקס: איר קענט צוזאמשטעלן א גרופע פון "פריינד" וואס איר וועט שטיין אין פארבינדונג מיט זיי דורך GYE'ס "סאשעל נעטווארק" סיסטעם (בקרוב אי"ה).

שאפט אייך א שותף: אונזער GYE’s partner/sponsor system פראגראם וועט אייך העלפן פארשאפן א שותף מיט וועם איר וועט קענען שטיין אין פארבינדונג טעגליך דורך אימעיל אדער טשעט, און איר וועט זיך אזוי קענען מחזק זיין איינער דעם צווייטן. (צו געניסן פון דער סערוויס דארפט איר זיין א מעמבער. איר קענט זיך דא אויפסיינען.)

 

level1"איך האב שוין פרובירט אלע פריערדיגע עצות פון די ערשטע פינף שטאפלען און איך קען נאך אלץ נישט אפשטעלן מיין עדיקשאן."

אונזער רעקאמענדאציע (אין צוגאב צו די פריערדיגע):

צו נוצן 'אנאנימע טעלעפאנישע חיזוק' אויף די פאלגנדע וועגן:

די GYE האטליין: רופט אריין אונזער האטליין אויף 646-600-8100 צו באקומען צוטריט צו אונזערע עקספערטן.

12-סטעפס טעלעפאנישער קאנפערענץ: באקומט די שטויס-קראפט דורך א גרופ סופארט. באטייליגט אייך אין די GYE’ס 12-Step phone conferences גענצליך אנאנימעס, וואו עס ווערט אויסגעשמועסט דער פראגראם וואס באשטייט פון די 12" סטעפס" צו א גענצליכע ערהוילונג, און איר וועט ארבעטן צוזאמען מיט אסאך אנדערע אידן אינעם זעלבן מצב, לויט די אנווייזונגען פון א פראפעסיאנאלן אנפירער. דער בארימטער פראגראם האט שוין געהאלפן מיליאנען מענטשן איבער דער וועלט זיך ארויסצורייסן פון אלע סארט שלעכטע עדיקשאנס. GYE האט טעלעפאנישע קאנפערענצן כמעט יעדן טאג - אינדערפרי, נאכמיטאג און ביינאכט!

א ספאנסער: פארשאפט אייך א ספאנסער דורך אונזער GYE’s partner/sponsor system. א ספאנסער איז עמיצער וואס איז שוין ריין פאר 90 טעג און ער איז גרייט אייך ארויסצוהעלפן און זאגן די עצות וואס האט אים געהאלפן.

טעלעפאן פארבינדונג שותף: אונזער פראגראם וועט אייך העלפן פארשאפן א שותף מיט וועם איר וועט קענען שטיין אין פארבינדונג דורכ'ן טעלעפאן וויפיל ס'פעלט זיך אויס, און איר וועט זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן (דורכ'ן GYE’s partner/sponsor system).

שטעלט צאם א טעלפאן-נומערן ליסטע גרופע: איר קענט אויך האבן א גאנצע גרופע פון פריינד וועמען איר קענט רופן ווען איר שפירט א שוואכקייט. איר קענט שיקן א פריוואטן מעסעדזש צו אייערע פריינד אויפ'ן פארום צו בעטן זייער נומער, אדער קענט איר זיך אנשליסן אין Duvid Chaim’s phone group צו באקומען צוטריט צו זיין טעלעפאן גרופע (מאמענטאל א גרופע פון אריבער הונדערט מענטשן).

די GYE טעלעפאן געמיינדע: באטייליגט אייך אין די ‘GYE Phone community’ און באקומעט צוטריט צו הונדערטער טעלעפאן-נומערן פון מענטשן וואס מוטשענען זיך אזויווי אייך און וואס זוכן אויך צו רעדן צו אנדערע און אזוי זיך מחזק זיין.

 

level1"איך האב שוין פרובירט אלע פריערדיגע עצות פון די ערשטע זעקס שטאפלען און ס'מיר נאך אלץ נישט געלונגען אפצושטעלן מיין עדיקשאן."

אונזער רעקאמענדאציע (אין צוגאב צו די פריערדיגע):

צו נוצן אנאנימע 'לעבעדיגע (לייוו) חיזוק' אויף די פאלגנדע וועגן:

לייוו 12-סטעפ גרופעס / GYE גרופעס: נעמט אנטייל אין א לעבעדיגע "סופארט גרופ" וואו איר קענט אייך ארויסגעבן פאר אנדערע מענטשן פנים אל פנים. טרעפט א 12-Step גרופע אין אייער געגענט, אדער שרייבט אייך איין צו מיטהאלטן א לייוו GYE גרופע אין אייער געגנט (coming soon). שטארקט אייך אויף אייער בושה און עפנט אייך אויף פאר אנדערע מענטשן אינעם זעלבן מצב, און איר וועט זען אז איר זענט נישט אליין. מיט'ן כח הרבים קענט איר אינאיינעם באקעמפן די גייסטישע מחלה, וואס איז אסאך מאל פיל שטערקער ווי אונז .אויך קענט איך סאך גרינגער ארבעט אויפ'ן "12 סטעפס פראגראם" דורך א גרופע.

א ספאנסער: איר קענט אויך דורכגיין דעם 12-סטעפ פראגראם מיט א פראפעסיאנאלן מענטש וואס מיר רופן א "ספאנסער". איר דארפט זיין גרייט נישט צו וועלן זיין "אין קאנטראל", נאר לאזן אן עקספיריענסד מענטש זאל אייך פירן און ווייזן דעם וועג און זיין גרייט צו טון וואס יענער וועט אייך זאגן. איר דארפט אייך טוישן פון זיין אן עגאאיסטישער מענטש צו א אונטערטעניגטער הכנעה'דיגער מענטש.

טעראפי: כאפט א בליק אויף די GYE’s therapist referral pages פאר א ליסטע פון טעראפיסטן און פסיכאלאגן וועלכע זענען טרענירט ספעציעל פאר עדיקשאן. זיי וועלן אייך העלפן צו טרעפן דעם שורש פון אייער פראבלעם און אייך העלפן ארויסקריכן פון אייערע עדיקשאנס און אויסלערנען צו טראכטן גראד.

 

level1"איך האב שוין פרובירט אלע פריערדיגע עצות פון די ערשטע זיבן שטאפלען און איך קען נאך אלץ נישט אפשטעלן מיין עדיקשאן. ס'קוקט אויס ווי ס'איז נישט מעגליך אז איך זאל מיך טוישן!"

אונזער רעקאמענדאציע (אין צוגאב צו די פריערדיגע):

סעקייעטריסטן/מעדיצינען: א סעקייעטריסט קען אייך פארשרייבן א מעדיצין וואס וועט העלפן רעדוצירן דעם שורש פונעם פראבלעם (צב"ש או-סי-די אדער דעפרעשאן) וואס איז מעגליך דער גורם צו די עדיקשאן פראבלעמען. (זעט עצה 18).

ריהעב: GYE האט א ליסטע פון ריהעביליטעישאן אפציעס, סיי פאר "אין-פעישאנט" און סיי פאר "אוט-פעישאנט", צו באהאנדלען דעם עדיקשאן. די ריהעב וועט אייך אריינלייגן אין א גענצליך-נייע אטמאספערע; וועט אייך צושטעלן פראפעסיאנאלע הילף; טעראפי; ווארקשאפס וכדומה, און אלעס אינאיינעם וועט איך קענען העלפן צו קענען בעז"ה ארויסגיין פונעם פראבלעם (זעט עצה 19).

לעצטע אפציע: אויב זענט איר אין א מצב וואס איר זענט א געפאר צו שעדיגן אנדערע ח"ו, איז דא א מעדיצינישער פראצעדור (chemical castration) וואס איז זיכער. עס האט ווייניג סייד-עפעקטס און איז נישט פערמאנענט. (זעט עצה 20).

 

עטליכע וויכטיגע נאטיצן איבער'ן GYE פראגראם אויפ'ן שפיץ גאפל:

1) חילוק צווישן "לעבנס-וויכטיג" און "רעקאמענדאציע”: רוב פון אונזערע עצות וואס מיר שלאגן פאָר אלס וויכטיגע עצות פאר די העכערע שטאפלען פונעם אדיקשאן, וועלן אויך העלפן פאר די וואס זענען אויף די נידריגערע שטאפלען. די וואס זענען אויף די נידריגערע שטאפעלן קענען רואיג טרייען די עצות פון די העכערע שטאפלען, אויב זיי שפירן אז ס'קען זיי העלפן, צב"ש רופן דעם GYE האטליין, אנטיילנעמען אין די פארומס און טשעט-צימערן, אנטיילנעמען אין דעם 12-סטעפ פראגראם אויפ'ן טעלעפאן, וכדומה. דאס גיין צו די "לייוו" 12-סטעפ גרופעס איז נישט רעקאמענדירט פאר די וואס זענען נאך אין די נידריגערע שטאפלען און קען אפילו ברענגען פראבלעמען.

2) אלגעמיינע עצות וואס קענען העלפן אין יעדן שטאפל: (1) 1) פרובירט צו היטן אייערע אויגן צוביסלעך. 2) שטודירט און ליינט דורך די GYE ארטיקלען און זעט וואספארא עצות ס'קען אייך צונוץ קומען. 3) פילט אָן אייער טאג מיט אקטיוויטעטן און צילן. 4) מאכט מער איבונגען און זייט אקטיוו. 5) בלייבט נישט אליין אין שטוב, וכדומה. 6) פארבינדט אייך (אפילו אנאנים) מיט אנדערע וואס האבן דעם זעלבן פראבלעם, דורכ'ן GYE נעטווארק.