באדייט פון "תפסיק":

דער מעטאד וואס איז א קאָמבינאַציע פון רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע שריט
ווי טיפער אונזער אדיקשאן איז, דארפן מיר נוצן עקסטרעמערע מיטלן מיט וואס זיך צו צווינגען אפצושטעלן אונזער אויפפירונג. דער מהלך איז איינס פון די שטערקסטע מעטאדן וואס העלפן פאר ארטאדאקסישע אידן וואס זענען אדיקטעט, און עס האט שוין ארויסגעהאלפן זייער אסאך מענטשן. עס קען זיין אז פאר די וואס זייער אדיקשאן איז שוין אויף זייער א הויכן שטאפל וועט דאס נישט העלפן, אבער פאר רוב פרומע מענטשן האט דער מעטאד געהאלפן וואונדערליך. דער פאקט איז דאך, אז דערנאך וואס מען איז שוין ליידער דורכגעפאלן און אונזער תאוה איז שוין ערפולט געווארן, פרעגן מיר זיך אליינס: 'וואס גייט מיט מיר פאָר? פארוואס קען איך מיך נישט באהערשן? איך האב זיך נעכטן מקבל געווען אז איך וועל דאס בשום אופן נישט טון נאכאמאל, און שוין בין איך ווידער דורכגעפאלן. בין איך דען א קליין קינד וואס קען זיך נישט קאנטראלירן?! ווי לאנג נאך וועל איך זיין פאראליזירט קעגן מיינע אינסטינקטן? האב איך נאך אויסזיכטן אפצושטעלן מיין אויפפירונג? בין איך א 'מלאך' אדער א 'גלח'? האב איך יראת שמים - אדער נישט?
חלק א': וואס האלט אונז נישט צוריק?
די ערשטע זאך וואס מיר דארפן טון, איז מודה זיין אז הגם איך גלייב אין די פאלגענדע זאכן, האט דאס נישט באוויזן מיך אפצוהאלטן פון דורכפאלן,
:כאטשיג איך גלייב אז
- דאס איז איינע פון די הארבסטע עבירות
- איך פארשמיר מיט דעם מיין נשמה
- איך בין מפזר ניצוצות קדושות צווישן די קליפות (וואס דאס איז גורם אריכת הגלות)
- "איך פארליר מיין סייעתא דשמיא אין לעבן (ווי דער פסוק זאגט "כי יראה בך ערוות דבר ושב מאחריך)
- איך רייס אפ מיין קשר מיטן רבוש"ע
- איך דערווייטער מיך פון רוחניות
- איך פארשווער אויף מיר די מעגליכקייט פון תשובה טון
- דאס איז מיר גורם זיך צו שפירן ווי א "צבוע'ניק" ביי אלע אנדערע מצוות וואס איך בין מקיים
- איך צעברעך דעם "יסוד-פודאמענט" פון מיין גאנצע רוחניות'דיגע געבוי
- מיין ווייב און קינדער שפירן אז איך בין נישט בשלימות אין מיין יודישקייט
- די סארט התנהגות איז שטארק עלול מיך אראפצושלעפן צו ערגערע עבירות
- איך רייס מיך אפ פון עולם הבא
- משיח איז אט דא - ווי אזוי וועל איך אים קעגן גיין
מיט דעם אלעם וועט דאס מיך נישט צוריקהאלטן:
- פון צו קוקן אויף דברים אסורים
- פון מוז"ל
- אפילו איך וועל שווערן אויפצוהערן, וועל איך פריער אדער שפעטער מפיר זיין די שבועה, ווייל מיין תאווה איז שטארקער פון דעם
עס מיינט נישט אז מיר האבן נישט מורא פון השי"ת, נאר דער פאקט איז, אז אונזער שטערקסטער רצון איז אויך נישט גענוג שטארק ווען עס האנדלט זיך מיט אן אדיקשאן.
דאס איז וואס רבי יוחנן בן זכאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "יהי רצון שתהא מורא שמים עליכם כמורא בשר ודם". און די תלמידים האבן אים געפרעגט: "רבי עד כאן?" האט ער זיי צוריקגעענטפערט: "הלוואי!" איר זאלט וויסן, ווען א מענטש איז עובר אן עבירה זאגט ער "נאר א מענטש זאל מיך נישט כאפן". אפילו די גרעסטע צדיקים וואס האבן געציטערט פאר'ן באשעפער מיטן גאנצן הארץ און האבן געהאט גרויס יראת שמים, האבן זיך געשפירט הילפסלאז ווען זיי האבן זיך געפינען אין געגנווארט מיט אזא נסיון.
די גמרא אין קידושין (דף פא ע"א) פארציילט א מעשה מיט רב עמרם חסידא: א געפאנגענע פרוי איז אנגעקומען קיין נהרדעא, און מען האט איר געהאלטן אין די בוידעם פון רב עמרם חסידא. כדי קיינער זאל נישט קענען צוקומען צו איר האט מען אוועקגענומען דעם לייטער וואס פירט ארויף צום בוידעם. ביינאכט האט אריינגעשיינט א לעכטיגקייט אינעם בוידעם און עס האט רעפלעקטירט אויף די צורה פון די פרוי, און רב עמרם האט געזען די שיינקייט פון די פרוי.
פארציילט די גמרא אז רב עמרם איז אריינגעפאלן אין א נסיון, און ער איז געלאפן ברענגען א לייטער, און ער האט געשלעפט אליין דעם לייטער וואס נארמאל האבן דאס צען מענטשן געדארפט שלעפן. ווען ער איז שוין געווען האלב אויבן צו די פרוי, האט ער זיך געגעבען א האסטיגן שטעל אפ, און זיך גענומען שרייען: "עס ברענט א פייער אין די הויז פון רב עמרם!" און אלע מענטשן פון שטאט זענען זיך צוזאמגעלאפן.
ווען די גאנצע שטאט איז אהין אנגעקומען און די רבנן האבן געזען וואס דא האט פאסירט, אז עס ברענט נישט קיין פייער אין די הויז נאר רב עמרם האט דאס געטאן כדי זיך צו ראטעווען פון דעם נסיון, האבן זיי געזאגט פאר רב עמרם: " מיט דיין אויפפירונג האסטו פארשעמט די רבנן!" האט רב עמרם זיי צוריק געענטפערט: "עס איז בעסער צו פארשעמט ווערן אויף דער וועלט ווי איידער אויף יענע וועלט".
פון די מעשה זעען מיר אז אויך דער גרויסער צדיק, קדוש אלוקי, וועלכער האט געציטערט מיט'ן גאנצן הארץ פאר אן עבירה, האט געוואוסט אז זיין יראת שמים וועט נישט זיין גענוג זיך צו קענען שטארקן אויף די תאוה פון זנות. זיין גרויסער יראת שמים האט אים בלויז געטריבן צו טון די אויפפאלנדע שריט און אזוי האט ער זיך געקענט ראטעווען. און נאך אזעלכע ענליכע מעשיות טרעפן מיר אין חז"ל - זע מער דערוועגן אינעם GYE האנטבוך חלק ב' (יסוד #2)
קורץ-טערמיניגע נאכפאלגן וואס טוען אונז שאדן מאכן, האלט אונז נישט אפ פון דעם
ווי למשל אפילו:
- עס צעברעכט מיך
- איך פארליר צייט פון ארבעט
- עס פעלט מיר שעות פון שלאף
- איך פארדין ווייניגער
- איך פארליר מיין נאנטן קשר מיט מיין ווייב
- איך פיל מיך דערווייטערט פון מיינע קינדער
- איך האב צו קיינעם נישט קיין צייט א חוץ צו מיר
- אלעס דרייט זיך ארום דער קומענדיגער געלעגנהייט
- איך שפיר מיך ווי א קנעכט צו מיינע תאוות
לאנג-טערמיניגע נאכפאלגן וואס קען אונז שאדן מאכן, האלט אונז נישט אפ פון דעם,
:ווי למשל עס קען פאסירן אז
- 'איינער וועט דערווישן מיינע 'מעשים טובים
- איך קען פארלירן מיין גוטע נאמען
- איך קען פארלירן מיין פאסטן
- איך קען פארלירן מיין ווייב
- איך קען פארלירן מיינע קינדער
- מיינע קינדער וועלן לכבוד דעם האבן פראבלעמען מיט שידוכים
- מעגליך מיינע קינדער וועלן דארפן פיסכילאגישע הילף צוליב זייער מיטמאכענישן
- איך שפיר אז איך גיי טון ערגערע זאכן
- איך קען נאך אנקומען אין תפיסה
- איך קען איבערכאפן מחלות
- עס קען צוברענגן צו וועלן שטארבן אדער חלילה זיך נעמען דאס לעבן
חלק ב': וואס קען אונז יא צוריקהאלטן?
די ערשטע זאך וואס מיר דארפן טון, איז מודה זיין יעצט אז מיר זענען רעאליסטיש וואו מיר האלטן. לאמיר זיך פרעגן: וואסערע זאכן וועט אונז יא קענען צוריקהאלטן – סיי רוחניות'דיגע און סיי אנדערע ביטערע נאכפאלגן.
פון רוחניות'דיגן שטאנדפונקט, טראצדעם וואס אונזער תאוה ברענט גאר שטארק וועט דאס אונז נישט קענען ברענגען אז:
- מיר זאלן אויך מחלל שבת זיין כדי אנצוקומען דערצו.
- אויב דער איינציגסטער וועג צו עררייכן די תאווה אין די קומעדיגע 24 שעה וועט זיין נאר דורך עסן א סענדוויטש מיט חזיר פלייש, וועלן מיר קענען אויסהאלטן די 24 שעה און מיר וועלן עס נישט עסן.
- נאכדעם וואס מיר האבן עובר געווען און זיך נאכגעגעבן די תאווה, זענען מיר נישט גרייט אוועקצואווארפן אונזער גאנצע יודישקייט. פארקערט, מיר שפירן זיך גאר שלעכט מיט אונזער התנהגות און אונז ווילן מיר באמת זיין גוט. אויב וואלט געווען א מעגליכקייט צי דרוקן א קנעפל וואס זאל אפשטעלן אונזער התנהגות, וואלטן מיר דאס געטון.
וואס צייגט אונז דאס? אז אונז האמיר נאך א הייליגער ניצוץ אין זיך. עס איז נאך דא אין אונז אביסל יראת שמים. אפשר נישט גענוג אז עס זאל אונז צוריקהאלטן פון טון זאכן, אבער גענוג שטארק אז עס זאל אונז גורם זיין צער און עגמת נפש לאחר המעשה און אונז מאכן וועלן פטור ווערן דערפון אינגאנצן, און אויך בעפאר דעם וועט עס אונז צוריקהאלטן פון זינדיגן אויב דער מדובר איז פון גאר הארבע עבירות ווי חילול שבת אדער עסן טריפות. זעען מיר פון דעם אז עס איז יא דא עפעס רוחניות'דיגע זאכן וואס קען אונז צוריקהאלטן, בפרט אויב די תאווה ברענט נישט דעמאלטס גאר שטארק.
יעצט לאמיר אריינקלערן, וועלכע ביטערע נאכפאלגן וועט אונז יא אפהאלטן צו טון די מעשים
- אויב די האסט אנגעהויבן צו טון עפעס און איינער עפנט די טיר פונעם צימער, וועסטו ווייטער ממשיך זיין?
- אויב יעדעס מאל וואס דו גיבסט דיר נאך די תאווה וואלסטו געשפירט א שטארקער שטאך, וואלסטו ממשיך געווען?
- אויב וואלט אן עלעקטעראנישער אויג אבזערווירט אלס וואס דו טוסט און דיין ווייב אדער דיין רבי קענען מיטהאלטן דורך דעם וואס דו טוסט, וואלסטו ממשיך געווען?
- אויב יעדעס מאל נאכן דאס טון וואלט דיר שלעכט געווארן, אזש אז מ'דארף דיך אריינפירן אין שפיטאל און פארבלייבן דארט 2 שעה און באקומען טריעטמענטס כדי צוריקצוקומען צו די כוחות – וואלסטו ממשיך געווען?
פון די אלע זאכן זעען מיר אז עס זענען דא זאכן וואס איז בכח אונז צוריקצוהאלטן, נאר עס דארף נאר זיין גענוג שטארק.
סך הכל: אפילו די אלע זאכן וואס מיר האבן אויסגערעכנט צום ערשט וואלט אונז טאקע נישט צוריקגעהאלטן פון טון די מעשים, איז אבער נאך דא זאכן וואס קען אונז נאך יא צוריקהאלטן – סיי רוחניות'דיגע און סיי מענטשליכע.