ברוכים הבאים, גאסט

הילף

עטליכע וויכטיגע נאטיצן:

כדי צו קענען שרייבן אויפ'ן פארום מוזטו זיין א רעגיסטרירטער מיטגליד אויף אונזער וועבסייט. עס נעמט בלויז געציילטע מינוט זיך צו רעגיסטרירן. זיך צו רעגיסטרירטן דרוק דא.

מיר האָבן אַ ספּעציעלע אָפּטיילונג אויפ'ן פאָרום פאַר פארהייראטע יונגעלייט (וואָס איז נישט אָפן פאר געווענליכע מיטגלידער), וואו אינגעלייט קענען דיסקוסירן נושאים וואס איז נישט באקוועם אדער אויסגעהאלטן צו שרייבן סתם אפן (צ.ב.ש. שלום בית און אנדערע פראבלעמען פון אדיקשאן וואס קלאפט אויס צווישן מאן און ווייב א.ד.ג.) אויב זענט איר חתונה געהאט, און איר ווילט האבן צוטריט צו דעם פאָרום, קענט איר זיך ווענדן צו אן אדמיניסטראטער אויפ'ן פארום אדער דורך שיקן אן אי-מעיל צו gye.yid@gmail.com.

 

וויאזוי צו נוצן דעם פארום

אזויווי ביי אסאך אנדערע זאכן, איז דא אויך ביי דעם פאָרום גילטיג דער כלל "ערפאַרונג איז דער בעסטער לערער". אין אנדערע ווערטער: דער בעסטער וועג זיך צו לערנען וויאזוי צו נוצן דעם פאָרום איז דורך נוצן דעם פאָרום!

די כללים און עצות וואס מיר שרייבן דא קען נישט דעקן יעדן שטריך וואס איז אלץ שייך איבער און ארום דעם פאָרום, אָבער דאָך וועלן מיר פּּראָבירן צו דעקן כאטש די וויכטיגע וואס איז נוגע, און די איבעריגע וועט מען זיך לערנען אליינס מיט דער צייט דורך זיך באנוצן דערמיט, אין א בחינה פון תן לחכם ויחכם עוד.

א) דער פאָרום פארמאגט פילע פאַרשידענע אָפּטיילונגען. יעדע אפטיילונג האט זיין אייגנארטיגן ציל. דער ציל פון יעדער אָפּטיילונג איז ארויסגעשריבן אונטער דער אָפּטיילונג-קעפל אויפ'ן הויפּט בלאט פונעם פארום. איידער דו עפנסט א נייע טרעד (נושא) באשליס און מאך קודם זיכער אונטער וועלכע קאטעגאריע אפטיילונג דיין טרעד געהער, צום ביישפיל: צו שרייבן אין די נושא פון דיינע ראנגלענישן און נסיונות, עפן דיין טרעד אונטער די אפטיילונג "רייסט זיך אפ", אדער אויב דו ווילסט ארויפברענגען עצות פאר אנדערע וואס דו האסט געזען אז עס ארבעט ביי דיר, דאן עפן דיין טרעד ביי דער אפטיילונג "אזוי איז עס מיר געלונגען", אדער אויף צו שרייבן א טעגליכן באריכט אין דיין וועג פון ריינקייט, עפן דיין טרעד ביי די נושא פון "אויפ'ן וועג צו 90 טעג". א.א.וו.

ב) איינמאל דו ווייסט שוין אונטער וועלכע קאטעגאריע-אפטיילונג דיין טרעד געהער, עפן אויף דעם נייעם טרעד דורך דרוקן אויבן אין יענע אפטיילונג דאס קנעפל "נייע טעמע". גיב קודם א נאמען פאר דיין טרעד (אין די ליניע וואו עס שטייט "נאמען פון די טעמע". דער נאמען זאל אנטהאלטן אין געציילטע ווערטער וואס די נושא איז. דערנאך הייב אַן צו שרייבן אינעם צווייטן קעסטל דיין ערשטער פאוסט (שמועס) פאר דיין נייעם טרעד (מער איינצעלהייטן איבער שרייבן פאוסטס ליין אביסל ווייטער דערוועגן).

ג) אויב ווילסטו צושרייבן נאך א פאוסט צו דיין טרעד, אדער אויב די ווילסט ענטפערן אויף וואס איינער האט געשריבן אין דיין אדער אין אן אנדערע טרעד, דאן זאלסטו נישט עפענען א נייע נושא דורך דרוקן "נייע טעמע". נאר בעסער גיי צו אונטן פון די פאוסט וואס די ווילסט ענטפערן דערויף, און דרוק אויף די קנעפל "ענטפער טעמע" אדער "שנעלע ענטפער" אין דארט שרייב אריין דיין פאוסט.

ד) די פארום האט די מעגליכקייט צו אויסשטעלן די ווערטער מיט פארשידענע אויסלייגן, צום ביישפיל ווי גרויס די אות זאל זיין, וועלעכע קאליר, דיק אדער דין שיעף אדער גלייך, אונטעגעשטראכן, און נאך. בשעת איר שרייבט די פאוסט וועט איר זעהן העכער דעם קעסטל ווי איר שרייבט, איז דא די אלע אויסוואהלן, די בעסטע וועג זיך צו לערנען די אויסוואהל איז דורכ'ן עס טוהן מערערע מאל און מיט ערפארונג דערלערנט מען זיך עס אויס (עס וועט גארנישט פאסירן אויב איר מאכט א טעות, ווייל מ'קען אייביג פארעכטן א אייגענע געשריבענע פאוסט) די אויסוואהל איז נאר דא אויב איר דריקט "ענטפער טעמע", אבער אויב דריקט איר "שנעלע ענטפער", דאן איז נישטא די אויסוואהלן.

ה) נאכן שרייבן די פאוסט, בעפאר איר שיקט עס ארויס צום פארום, קענט איר אייביג זען די פאוסט וויאזוי עס גייט אויסזעהן אויפן פארום, דורך דרוקן אויף די "פענע געצייג" וואס געפינט זיך צווישן די אויסוואהלן אויבן העכער די געשריבענע פאוסט, ווען די ביזט גרייט ארויסצושיקן דיין פאוסט דרוק דעם קנעפל "שיק ענטפער" וואס געפונט זיך אונטער די פאוסט.

ו) נאכן שיקן די פאוסט קענט איר עס אייביג פאררעכטן אדער צולייגן נאך ווערטער צום פאוסט, דורך דרוקן דעם "פאררעכט" קנעפל וואס געפונט זיך אונטער דיין פאוסט, פאררעכט און לייג צו, אדער נעם אראפ וואס די ווילסט, אזוי אויך קענסטו מאכן נייע אויסלייג אויסוואהלן, און ווען די ביזט גרייט עס צו שיקן מיט די פארראכטענע וועג, דרוק דעם "שיק ענטפער" קנעפל. (אדער קענסטו צום ערשט דרוקן די פענע געצייג צו זעהן פארדעם וויאזוי עס זעהט אויס, און דערנאך עס שיקן דורך דרוקן דעם "שיק ענטפער" קנעפל).

ז) אויב אינמיטן פאררעכטן, האסטו דיך בארעכענט עס צו לאזן אזוי ווי עס איז, און די ווילסט עס נישט פאררעכטן, דאן דרוק דעם "צו צוריק" קנעפל וואס געפינט זיך נעבן דעם "שיק ענטפער" קנעפל.

ח) אויב ווילט איר אראפנעמען/אויסמעקן סיי וועלעכע פאוסט איר האט געשריבן, קענט איר עס טוהן סיי ווען דורך דרוקן דעם "מעק אויס" קנעפל וועלעכע געפינט זיך אונטער אייער פאוסט.

ט) איר קענט צולייגן צו אייער פאוסט, א שמייכל פנים אדער פארשידענע סארט פנימ'ער צו אויסדרוקן אייער געפיל פון פרייד אדער טרויער א.ד.ג., סיי ווי אינמיטן שרייבן אייער פאוסט (צום ביישפיל: נאך א ווערטל, א לאכעדיגע פנים), סיי ווי איר ווילט צולייגן א פנים גייט אויף די אויסוואהל ליניע און וועהלט אויס פון די פנימ'ער, וועלעכע איר ווילט, (אויב ווייסט איר נישט אויף א פנים וואס עס מיינט דאן גייט ארויף אויף דעם פנים און פארן דרוקן שטיי דארט פארסעקונדע וועט זיך אויפשרייבן וואס די פנים מיינט).

גיי צו די קאטעגאריע

צייט צו מאכן א בלאט: 0.08 סעקונדעס