איך וויל יא אבער איך וויל נישט; אט דאס איז בדרך כלל אונזער פראבלעם. איין טייל פון אונז קען נישט אן דעם, אבער דער אנדערע טייל אונזערער קען דוקא נישט מיט דעם. און רוב מאל, אפילו בשעת מען באנוצט זיך מיט די תאוה, בשעת מיר זענען אינגאנצן פארטוען אין די לאסט, איז נאך אלץ דא א טייל פון אונז וועלכער איז נישט מסכים און שטעלט זיך אנטקעגן דעם, וואס שרייט און ווארנט אונז אן איבער די גאר ווייטאגליכע נאכפאלגן און וואס פרובירט נאך – אפילו יעצט – אונז צוריק צו האלטן פון פאלן און צושמעטערט ווערן.
דער ביטערער פראבלעם איז נאר, אז כמעט אייביג פארלירן מיר אין דעם פארמעסט קעגן זיך אליינס.
אזוי ארום שפירן מיר זיך אינעווייניג צושפליטערט, און עס טוט זיך אנטוויקלען אין אונז איינס פון די נעגאטיווסטע און ווייטאגליכסטע געפיהלן: א צושפאלטענע פערזענליכקייט. כאילו ווי עס וואלט ווען געלעבט אין אונז צוויי באזונדערע מענטשן, וואס מען דארף ניטאמאל ארויסברענגען אז זיי זענען פונקט פארקערט איינער פונעם צווייטן.
עס איז נישט אז מיר ווילן פאלן, נאר פשוט אז אונזער רצון נישט צו פאלן האלט נישט אן בשעת ווען עס קומט אן דער "שעת המבחן", דער מינוט וואס מיר ווערן געשטעלט פאר דעם 'טעסט'.
די אנגענומענע צוגאנג פון פארשטארקן דעם כח הרצון קען העלפן אין געוויסע פעלער, אבער עס זענען דא פילע פעלער, וואס אפגעזעהן פון וויפיל ווילנסקראפט מיר וועלן מאביליזירן צו דעם, וועט עס נאך אלץ נישט העלפן און מיר וועלן דורכפאלן. ווייל דער פארקערטער כח הרצון וואס געפונט זיך אויך אין אונז (די וואס וויל אז מיר זאלן דוקא יא פאלן), וועט געוואונען. דאס איז דער פאראדאקס: מיר מוזן זיך אליינס געוואונען.
איין צוגאנג וועלכע האט פיל געהאלפן פאר אסאך חברים וועלכע האבן מצליח געווען צו בלייבן ריין פאר א לענגערע צייט איז דער פענאמען וואס ווערט אנגערופן "פארקערטע פעולות".
דער ציהל פון דעם איז נישט נאר צו ברעכן דעם כח הרצון, נאר דוקא צו טון פעולות קעגן דעם 'זיך'. קעגן דעם עגאו און דעם זעלבסט-צענטריסטישקייט (דער געדאנקענגאנג אין וועלכען דער מח פון דעם מענטש זעהט זיך אלס די וויכטיגסטע זאך, דער צענטערפונקט פון די בריאה, ארום וואס אלעס דרייט זיך און צו וואס אלעס דארף זיך צושטעלן) וועלכע טוען פיטערן יעדע סארט באנוצונג מיט לאסט אדער סעקס (און איז דער הויפט פראבלעם פון יעדן פון אונז וואס האט דערגרייכט דעם מצב פון אדיקשאן).
דער געדאנק דערפון איז באמת זייער פשוט: אפילו ווען אלעס זעהט אויס שטיל און רואיג און די תאוה זעהט זיך בכלל נישט אן אויפן האריזאנט, אפילו דעמאלס לייגן מיר אריין כוחות און מיר זענען זיך משתדל צו טון פארשידענע פעולות דוקא פארקערט ווי מיר וואלט געוואלט.
דאס קען זיין הילף אינדערהיים, ווי וואשן די געשיר, אויפרייניגן די דירה, אדער אפילו לייענען א מעשה'לע פאר די קינדער איידערן שלאפן גיין, גיין צו א שיעור, אדער סיי וועלכע זאך וואס מיר ווילן יעצט דוקא נישט טון. אזוי ארום טוען מיר זיך צוגעוואוינען צו טוען זאכן, נישט וואס מיר ווילן, נאר וואס מיר דארפן. וואס איז יעצט די ריכטיגע זאך צו טאן. און אזוי ארום הייבן מיר זיך אן איינהאנדלען א וועג אין לעבן וועלכע איז נישט באזירט נאר אויף אונזער רצון און קאנצענטרירט זיך נאר אויף "זיך", נאר עס גיבט אויך אן ארט פאר אנדערע מענטשן אין אונזער לעבן. נישט ווען עס שמעקט אונז, נאר טאקע דעמאלס ווען עס שמעקט אונז 'דוקא' נישט.
אויב וועלן מיר אבער לאזן די פארקערטע פעולות נאר אויף דעמאלס ווען די תאוה קומט אן אויף א באזוך, דאן וועט שוין זיין צו שפעט און לכאורה וועלן מיר נישט האבן קיין גרויסן ריווח פון דעם.
פונקט ווי ביי יעדע אנדערע אויפגאבע, איז דאס פראקטיצירן, פרעקטיס בלע"ז, זיך איינגעוואוינען אין דעם אין די תקופה איידער מיר קומען אן אהין, קריטיש וויכטיג, און אן דעם איז דא גאר קליינע אויסזיכטן אז מיר זאלן אויספירן דעם אויפגאבע מיט סוקסעס.
די פארקערטע פעולות זענען די עקסערסייזעס וואס מיר דארפן טון אויף צו פארקלענערן אונזער עגא און צו גיין דוקא קעגן אונזער עגאאיסטישער ווילן, און דאס וועט אונז העלפן אז בעת נסיון וועלן מיר זיין מער צוגעוואוינט, און מער גרייט, צו טון די ענדגילטיג-שווערסטע פארקערטע פעולה: צו זאגן פאר'ן 'זיך' א גרויסן ניין, אפילו ווען מיר ווילן באמת זייער זייער שטארק זאגן יא.