די צענטע כלי: נייע געוואוינהייטן

די צענטע כלי: נייע געוואוינהייטן

א שלעכטע געוואוינהייט, אזוי ווי יעדע געוואוינהייט, ווערט אויסגעפירט ארום פארשידענע אומשטענדן און זאכן וועלכע טוישן זיך ארום אונז, וואס רוב מאל באמערקן מיר זיי ניטאמאל ווייל מיר לייגן נישט צו קיין קאפ צו דעם. רוב פון אונז האבן קיינמאל נישט אנאליזירט אין וועלכע מצבים מיר פאלן און וועלכע שוועריגקייטן האבן צוגעברענגט דעם פאל. מיר האבן סתם אזוי אנגענומען אז מיר פאלן ווייל מיר קענען נישט ביישטיין דעם נסיון, בשעת ווען פאקטיש פאלן מיר צוליב פארשידענארטיגע סיבות וועלכע קענען זיין פארבונדען מיט אונזער שטימונג, פארשידענע זאכן וועלכע דרוקן אויף אונז (ארבעט, פאמיליע אד"ג), געוויסע ערטער אדער געוויסע פעולות (א געוויסע נייעס וועבסייט וכדו') אא"וו.

מיר גייען נישט אצינד אויסשטעלן א מאפע פון אלע זאכן וועלכע קענען אונז טריגערן און צוברענגען צו פאלן, נאר מיר גייען פרובירן צו טוישן די תוצאות דורך זיך איינהאנדלען נייע געוואוינהייטן.

אין דעם דאזיגן כלי איז גאר קריטיש צו קענען אידענטיפיצירן דעם כוואליע פון לאסט, דעם טריגער, אין אירע פריעסטע שטאפלען, ווייל אויב מיר ווארטן לענגער און מיר הייבן זיך שוין אן צו באנוצן מיט לאסט, וועט שוין זיין צו שווער אויפצוהערן. דערפאר לערנען מיר זיך אויס צו רעאגירן גלייך ווען מיר שפירן דעם ערשטן סימן אז עס קומט א פאל. און מיר רעאגירן נישט מיט אנטלויפן און אוועקשטופן דעם רייץ, נאר מיט איר איינטוישן מיט אן אנדערע פעולה וואס וועט ערזעצן דעם געוואוינהייט פון זיך באנוצן מיט לאסט.

יעצט טוען מיר זיך נישט פארמעסטן מיט לאסט, מיר פרובירן נישט יעצט זיך צו צווינגען נישט צו פאלן. דאס איינציגסטע וואס דער כלי פארלאנגט איז, צו טון איין זאך וואס מען האט אפגעמאכט פאראויס, און דאס טוען מיר זיך צווינגען צו טוען פאר יעדן פרייז.

דאס ארבעט אזוי: מיר טוען באשליסן אויף א פעולה וואס דאס גייט זיין אונזער נייער געוואוינהייט וואס מיר וועלן פרובירן זיך איינהאנדלען, וואס דאס גייען מיר טון אנשטאט לויפן צו לאסט. לאמיר זאגן דאס גייט זיין לויפן פאר צען מינוט. קומענדיגע מאל וואס מיר גייען שפירן די לאסט כוואליע דערנענטערט זיך מוזן מיר זיך אנגארטלען און זיך ארויסלאזן אויף צען מינוט'יגן געלויף, אפילו אויב נאכדעם גייען מיר זיך יא באנוצן מיט לאסט און מיר גייען פאלן.

מיר טוען זיך נישט מתחייב זיין נישט צו פאלן, אבער מיר טוען זיך יא מתחייב זיין נישט צו פאלן איידער מיר גייען לויפן פאר צען מינוט. (פארשטייט זיך אז עס מוז נישט זיין דוקא דאס, עס קען זיין סיי וועלכע פעולה, א געוויסע עקסערסייז, נעמען א קאלטן שויער, זאגן א געוויסע סכום קאפיטלעך תהלים, לערנען א בלאט גמרא, אנרופן א פארשטענדליכן חבר און אים פארציילן, וגו'.)

אזוי ווערט אונזער פארמעסט מיט לאסט פיל גרינגער, ווייל מיר ארבעטן נישט צו פארמיידן יעדן פאל, מיר ארבעטן נאר איר אפצושטופן ביז נאך וואס מיר טוען א געוויסע, געזונטע, פעולה. עס איז פיל גרינגער ווען מיר קענען זיך זאגן אז אויב נאך די פעולה וועלן מיר נאך אלץ שפירן ווי מיר מוזן, וועלן מיר דעמאלס פאלן, אבער צוערשט וועלן מיר פרובירן עפעס אנדערש.

גאר אפט, נאכ'ן אפשטופן דעם תאווה און טון עפעס אנדערש, ווערט דער רייץ שוואכער און מיר ווערן באפרייט דערפון. אבער אפילו אין די פעלער וואס מיר פאלן יא נאכ'ן טון די פעולה, האבן מיר נאך אלץ געהאט א גרויסען פארדינסט, אז מיר האבן אנגעהויבן טוישן דעם געוואוינהייט.

אויב מיר זענען צוגעוואוינט צו אנטלויפן צו לאסט יעדעס מאל וואס מיר שפירן אביסל עמאציאנעלער דרוק, וועלן מיר יעצט אנהייבן איינצופירן א נייעם געוואוינהייט, אז יעדעס מאל וואס מיר שפירן דעם דאזיגן אומבאקוועמען געפיל וועלן מיר טון אט די פעולה וואס קען אונז באפרייען און לוינט זיך בכל אופן (אנשטאט לאסט וואס באפרייט אונז טאקע מאמענטאל, אבער פאדערט דערנאך א הויכן פרייז).

ווי מער מיר וועלן שטיין אויף דעם און אויספירן דעם נייעם געוואוינהייט, אלס גרינגער וועט עס זיין פאר אונז דאס קומענדיגע מאל צו קלויבן דעם נייעם געוואוינהייט אנשטאט אויטאמאטיש לויפן צו לאסט.