איינס פון די שטערקסטע שטריכן פון אונזער פראבלעם איז איינזאמקייט. עס איז קיין שום וואונדער נישט אז אין דעם היינטיגן, טעכנאלאגישן, עפאכע איז דער אינטערנעט באנוץ פאר לאסט געווארן אזא ריזיגע אינדוסטריע, וויבאלד דאס טוט ערמעגליכן אומענדליכע מעגליכקייטן זיך צו באנוצן מיט פארנאגראפיע אן דעם וואס איינער זאל וויסן דערפון. אזוי בלייבן מיר איבער מיט א ריזיגן לאסט פון נעגאטיווע געפילן, וואס אין שפיץ פון זיי געפונט זיך דאס איינזאמקייט, און ווערט נאכגעפאלגט דורך בושה, שולד און חרטה געפיהלן, און דאס אלעס אינאיינעם באשאפט אין דעם מענטש דער שרעקליכער געפיל פון א צוטיילטער פערזענליכקייט.
איין מינוט, ווער בין איך? איז דער אמת'ער איך דער וואס יעדער קען אינדרויסן, אדער איז גאר דער אמת'ער איך דער שוואכלינג וואס פארלירט יעדעס ברעקל קאנטראל ווען ער זיצט קעגן איבער א קאמפיוטער און ווערט גענצליך פארזונקען אין לאסט.
און דאס איז אמת פאר יעדן איינעם פון אונז וואס מוטשעט זיך אויף סיי וועלכן לעוול, צו ער איז פארהייראט אדער א בחור, יונג אדער אלט. מיר אלע לעבן מיט די געדאנקען וועלכע פארפאלגן אונז כסדר אז מיר זענען די איינציגסטע אין דער וועלט וועלכע זענען אזוי נידריג געפאלן, ציטערנדיג אז ווען און אויב מיר וועלן געכאפט ווערן וועט קיינער מער נישט וועלן האבן קיין שייכות מיט אונז, און דער איינזאמקייט, אלעמאל זענען מיר איינזאם.
ווען מיר וואלטן נאר געקענט דורכברעכן דעם מויער פון איינזאמקייט און זיך עפענען פאר אנדערע מענטשן וואס וועלן אונז פארשטיין, ווען מיר וואלטן נאר געקענט דערציילן פאר אן אמת'ן חבר איבער אונזערע שוועריגקייטן, וואלט דער רייץ פון די תאוה און דער קראפט וואס דאס האט איבער אונז, פיל אפגעשוואכט געווארן.
ווען דאס וועט נישט זיין מער אזא שרעקליכע סוד וואס מען מוז באהאלטן, ווען מיר וועלן זיך באפרייען פון די קייטן פון שרעק און איינזאמקייט, וועט דער תאוה אויטאמאטיש נישט זיין אזוי שטארק און מעכטיג, ווייל עס וועט פארלירן דעם באהאלטנקייט וועלכער גיט אים דער אויסקוק פון דעם שרעקעדיגן, פארבאטענעם סוד וואס איז שרעקליכער פון סיי וועלכע אנדערע זאך.
אבער וויאזוי קענען מיר פארציילן אזעלכע זאכן פאר אנדערע מענטשן? אסאך מענטשן צווישן אונז האבן געזאגט אז זיי וועלן ליבערשט שטארבן ווי איידער זיך אריינצולייגן אין אזא סכנה פון ליידן די בושות און קאנסעקווענצן פון פארציילן פאר אנדערע מענטשן.
אונזער גוטער בשורה פאר אייך היינט איז, אז דער ערפארונג פון די וואס האבן דאס שוין געטון ווייזט אויף אז עס איז דא א וועג פטור צו ווערן פון דעם ריזיגן סוד, אן דארפן פארלירן אונזער לעבן, אונזער כבוד אונזער פאמיליע אא"וו.
ערשטנס איז וויכטיג צו געדענקען אז אזא טריט טוט מען נישט איבערגעאיילט, נאר נאך זיך ערנסט איבערקלערן און אפוועגן יעדן פרט דערפון, עס איז ראטזאם זיך איבערצורעדן מיט אונז פאר דעם. אזא סארט אנטפלעקונג, אויב עס ווערט געמאכט נישט ריכטיג, אדער פאר דעם נישט ריכטיגן מענטש, נישט נאר וואס עס וועט נישט דערגרייכן זיין ציהל, נאר עס קען זייער מעגליך שטארק שאטן.
דאס בעסטע איז אויב מיר קענען דאס פארציילן פאר אן אנדערן מענטש וועלכער פארמעסט זיך אליינס מיט דעם זעלבן סארט פראבלעם, אזוי ארום וועלן מיר האבן מיט זיך א מענטש וועלכער פארשטייט און קען אונז ארויסהעלפן (אנשטאט די מענטשן וועלכע פארשטייען טאקע נישט דעם פראבלעם און קענען זיך אויסדרוקן זייער נישט ריכטיג), וואס וועט היטן אויף אונזער סוד, ווייל ער איז דאך אינעם זעלבן שיף ווי אונז. רבנים, מדריכים און נאנטע חברים קענען אויך זיין צוגעפאסט צו דעם, אויב מיר פארלאזן זיך אויף זיי אז זיי וועלן נישט פארציילן און אז זיי וועלן אונז פארשטיין. (אבער עס איז וויכטיג צו וויסן אז אפילו ביי זיי מאכט זיך זייער אפט אז זיי פארשטייען נישט, און ווייסן נישט דעם וויכטיגקייט פון האלטן דעם סוד.)
און נאך איין טיפ צום שלוס: דער שרעק פון געכאפט ווערן האט אונז נישט צוריק געהאלטן פון פאלן. און כאטש מיר זענען אלעמאל געווען זיכער אז מיר וועלן קיינמאל נישט געכאפט ווערן, איז אבער דער ווייטאגליכער מציאות נישט אזוי, און גאר אסאך זענען יא געכאפט געווארן און געליטן די ביטערע נאכפאלגן. דערפאר דארפן מיר זיך אליינס פרעגן: וואס איז בעסער, אז מיר זאלן געכאפט ווערן בשעת מיר האלטן אין מיטן א מיאוס'ער נפילה, אדער אז מיר זאלן זיך אליינס אויפדעקן דורכ'ן זוכן הילף? יא, ביידע וועגן האבן זיך זייערע סכנות, אבער דער בחירה ליגט אין אונזערע הענט.