די דאזיגע כלי גייט מיט איין שריט ווייטער ווי די פריערדיגע, אין די כלי פרובירן מיר ווייטער צו צוברעכן אונזער צוים פון איינזאמקייט און טרעפן א מענטש וואס וועט אונז פארשטיין. אזוי ווי אין די פריערדיגע כלי, דארפן מיר זיך דא אויך זייער גוט דורכטראכטן איידער מיר גייען אויסקלויבן דעם ריכטיגן קאנדידאט פאר אונז, ווייל מען רעדט דא פון זייער א פארטרויליכע מיסיע פון אונזער זייט. מיר מוזן זוכן איינער וואס וועט אונז פארשטיין און שטיצן, נישט איינער וואס וועט נישט פארשטיין און מעגליך גאר קריטיקירן.
וואס מיר זוכן בעצם, איז נאך א מענטש וואס ער זאל זיין א שותף אין אונזער רייזע. דאס קען זיין א חבר וואס פארמעסט זיך אליינס מיט א ענליכע פראבלעם, אדער אפילו איינער וואס האט נישט אליינס דעם פראבלעם, אבער ער פארשטייט אונז און "איז גרייט" אונז צו באגלייטן אין דעם פראצעדור.
אין דעם יעצטיגן פאזע זוכן מיר נישט א פסיכאלאג וועלכער זאל אונז העלפן, און נישט קיין רב וועלכער וועט אונז לערנען ווי תשובה צו טאן, מיר זוכן נאר די שטיצע און פארשטאנד וואס פעלט אונז אזוי שטארק אויס.
ווי עס שטעלט זיך ארויס פון די ערציילונגען פון פילע יוגנטליכע, איז איינס פון די זאכן וועלכע האט זיי דאס מערסטע געשטופט זיך צו באנוצן, מער ווי סיי וואס, אפילו ווען עס האט זיך נאך גערעדט פון געציילטע נפילות, וואס אזוי פיל אנדערע פארמעסטן זיך מיט דעם, איז געווען דער געפיהל אז קיינער פארשטייט זיי נישט און דער אומגעזעטיגטער געברויך פאר שטיצע.
ווען מיר זענען אליין, מיט אונזערע נעגאטיווע געפיהלן און אונזערע געדאנקען איבער פאלן, אן קיין מעגליכקייט דאס צו פארציילן פאר קיינעם צוליב דעם פחד אז מען וועט אונז נישט פארשטיין, קומען מיר צוריק איין מאל און נאכאמאל זיך צו באנוצן מיט לאסט, ווייל דארטן געפונען מיר פארשטאנד און שטיצע, כאטש פאלשע. און אזוי דרייט זיך דער כישוף ראד ארום און ארום.
ווען מיר וואלטן ווען נאר געהאט איינעם פאר וועמען מיר קענען דערציילן, ווען מיר זאלן ווען באקומען שטיצע און פארשטאנד טראץ אונזערע נפילות, איז זייער מעגליך אז מיר וואלט זיך אליינס געקענט מקבל זיין פיל גרינגער, און זיך פיל בעסער געקענט פארמעסטן מיט די נפילות. אן דעם וואס פון א פאל זאל ווערן אן איינפאל (א חורבה).
איידער מיר גייען אויסקלויבן דעם מענטשן מיט וועמען מיר וועלן זיך דורכרעדן און בעטן פון אים שטיצע, דארפן מיר אריינלייגן אסאך מחשבה אין דעם און דאס נישט טון איבערגעאיילט, ספעציעל אויב מיר האבן נישט קיין ערפארונג מיט אויסקלויבן מענטשן וואס מען קען זיך פארלאזן אויף זיי. ארייננעמען אין אונזער פארמעסט דעם נישט-ריכטיגן מענטש קען גאר שטארק שעדיגן, צומאל קען זיך מאכן אז מיר פארציילן פאר איינעם וואס ווערט שפעטער א "שלעכטער חבר". דערפאר איז ראטזאם צו אויסצוקלויבן א ריכטיגער מחנך, אדער אן אנדערער מענטש וואס מיר זענען זיכער און איבערצייגט אז ער וועט אונז העלפן.
ווען מיר טרעפן דעם מענטשן וואס מיר זוכן, וועלן מיר אים דערציילן דעם פראבלעם וואס מיר האבן און מיר בעטן הילף פון אים. דאס קומענדיגע מאל וואס מיר שפירן זיך אטאקירט פון ליידיגקייט אדער ווען דער כוואליע פון לאסט פארפלייצט אונז, וועלן מיר זיך פארבונדן מיט אים און אים דערציילן וואס מיר גייען אריבער. בדרך כלל וועלן מיר נישט דארפן מער ווי א פארשטאנדיגע אויער אדער שטילע חיזוק.
אבער אפילו אויב מיר האבן זיך נישט פארבונדן איידערן פאל, אדער אז מיר האבן זיך יא פארבונדן און מיר זענען דאך געפאלן, וועלן מיר זיך נאכאמאל פארבונדן מיט אים נאך דעם פאל. מיר וועלן אים פארציילן איבער דעם שווערן פארמעסט, אויף דעם פאל און דעם ווייטאג וועלכע קומט נאך דעם. עס קען זיין אז מיר וועל זיך שעמען און האבן שולד געפיהלן, אבער דאך וועלן מיר זיך שטארקן און זיך פארבונדן מיט אים, טאקע כדי ארויסצונעמען דעם שטאך פון דעם פאל און צו פראבירן גיין ווייטער.
אויב עס וועט זיין א דרויסנדיגער וואס וועט אונז אונטערהאלטן און אונז פארשטיין, וועט עס פיל גרינגער מאכן פאר אונז אליינס זיך מקבל צו זיין און גרייט זיין צו גיין ווייטער אנשטאט אריינפאלן אין זעלבסט רחמנות. אנשטאט איינזינקען אין דעם בלאטע פון זעלבסט רחמנות און זיך כסדר פארהאלטן, וועלן מיר שפירן מיטלייד און פארשטאנד.
מיר זוכן נישט אז איינער זאל אונז זאגן אז עס איז אקעי אויב מען פאלט, און אוודאי זוכן מיר נישט אז מען זאל אונז זאגן ווי שרעקליך עס איז (דאס קענען מיר בעסער), מיר זוכן אז מען זאל אונז מקבל זיין, מען זאל פארשטיין וואס מיר גייען אריבער און מען זאל אונז געבן חיזוק און שטיצע ווייטער צו גיין און זיך פארמעסטן.