די דרייצנטע כלי: קבלות, שבועות און נדרים

די דרייצנטע כלי: קבלות, שבועות און נדרים

לייג צו קאפ: דער דאזיגער כלי קען זיין גאר א גרויסער הילף, אבער עס קען אויך זיין גאר מסוכן און ווייטאגליך. עס ווענדט זיך צו מען נוצט עס ריכטיג און מיט שכל, אדער מען נוצט עס איבערגעאיילט און אן קיין אחריות. דעריבער זאלסטו זיך קיינמאל נישט באנוצן מיט דעם כלי גלייך נאך א פאל ווען דו ביסט פארווייטאגט און מיואש, נאר דוקא נאכ'ן ווארטן אביסל אויף א צייט ווען דו האסט מער ישוב הדעת. און אפילו דעמאלס זאלסטו זיך נאר באנוצן מיט דעם אויב דו האסט גוט איבערגעטראכט דעם גאנצן ענין.

נישט קיין חילוק צו עס איז א שבועה, א קבלה אדער א נדר. קיין איינס פון די איז נישט געמאכט געווארן זיך צו באנוצן אז מיר זאלן מער קיינמאל נישט דורכפאלן. מיר גייען נישט שווערן אז מיר גייען בלייבן ריין אונזער גאנצע לעבן, מיר גייען נישט מאכן א נדר אז מיר גייען מער קיינמאל נישט דורכפאלן און מיר גייען נישט מאכן א קבלה צו געבן א גרויסע סכום געלט פאר צדקה אויב מיר גייען אמאל אין אונזער לעבן פאלן. אויב איז דאס דער וועג וויאזוי מיר גייען זיך באנוצן מיט דעם, איז נישט דא קיין שום אויסזיכט אז מיר זאלן מצליח זיין. אנשטאט דעם וועלן מיר זיין נאך מער אנטוישט און פארביטערט, אז נישט נאר זענען מיר געפאלן, נאר מיר האבן נאך עובר געווען אויף דעם גאר הארבן איסור פון א פאלשע שבועה.

און דאס איז דערפאר ווייל די תאוה קען צומאל זיין זייער זייער שטארק, שטערקער אפילו פון אונזער מורא – און אונזער שטערקסטער ווילן – נישט עובר צו זיין אויף אזא הארבע עבירה ווי שווערן פאלש.

נאר וואס יא? מיר קענען זיך באנוצן מיט דעם צו באפעסטיגן אונזערע גדרים. מיר קומען פון דעם שטאנדפונקט אז מיר ווילן חלילה נישט עובר זיין אויף אונזער שבועה און דער איסור פון שבועת שוא איז זייער הארב ביי אונז. דערפאר קענען מיר זיך באנוצן מיט א שבועה זיך ארויסצוהעלפן אין אונזער פארמעסט מיט די תאוה.

פון דעם ערפארונג פון פילע וואס האבן דאס פראבירט שטעלט זיך אויס אז דער בעסטער וועג זיך צו באנוצן מיט דעם כלי איז, עס צאמצושטעלן מיט די צענטע כלי.

למשל: לאמיר זאגן אז מיר האבן געמאכט א קבלה אז איידער מיר פאלן מוזן מיר לויפן פאר צען מינוט, אבער למעשה, ווען עס קומט דערצו און דער תאוה כאפט אונז אן, טוען מיר נישט מקיים זיין אונזער קבלה נאר מיר פאלן, אן צו לויפן פריער פאר צען מינוט. אין דעם פאל גייען מיר נישט מאכן א שבועה אז מיר גייען נישט פאלן, נאר מיר גייען שווערן אז מיר גייען נישט פאלן איידער מיר גייען לויפן פאר צען מינוט. (דאס הייסט, איידער מיר גייען מקיים זיין אונזער קבלה, נישט קיין חילוק וואס דער קבלה איז, צו לויפן, צו לערנען א בלאט גמרא, זאגן א געוויסן סכום קאפיטלעך תהלים, וואס אימער מיר האבן אפגעמאכט).

אויף דעם אופן איז דא פיל מער שאנסן אז דער שבועה זאל העלפן, ווייל עס רעדט זיך דאך נישט פון א געראנגל פון א שבועה אקעגן די תאוה זעלבסט, נאר פון א פראבלעם פון גיין לויפן פאר צען מינוט אדער עובר זיין אויף א שבועה.

עס איז אבער זייער וויכטיג אז דער שבועה זאל זיין זייער ספעציפיש און אויך זאל עס זיין באגרעניצט צו א געוויסער צייט (אוודאי איז נאך אלץ דער ציהל מחדש צו זיין דעם שבועה נאך די באשטימטע צייט). דאס וועט אונז צוריק האלטן פון אריינפאלן אין פראבלעמען וועלכע וועלן נאר ערגער מאכן און אראפוועגן אויף אונזער געוויסן וואס דאס וועט אונז נאר שלעפן טיפער אראפ.

עס זענען דא פארשידענע סארטן נדרים און שבועות און עס איז זייער וויכטיג צו טרעפן דעם ריכטיגן נוסח וואס איז צוגעפאסט פאר דיין יעצטיגן מצב, כדי אז דו זאלסט טאקע באקומען דעם גרעסטן תועלת פון דעם, און נישט אז דו זאלסט זיך חלילה סתם פארהאנקערן מיט א פראבלעמאטישער שבועה, אדער מיט א הבטחה אויף עפעס וואס דו קענסט נישט איינהאלטן.

פאר דעם איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט טיעף אריינטראכטן איידער דו נעמסט דעם דאזיגן שריט, און אזוי אויך איז וויכטיג צו לייענען דעם קומענדיגן ביישפיל.

צוליב דעם הארבקייט פון דעם גאנצן ענין פון א שבועה אדער א נדר, און צוליב דעם וואס עס איז א קאמפליצירטער ענין איז וויכטיג צו לייענען ביזן סוף איידער מיר באשליסן זיך צו באנוצן מיט דעם דאזיגן כלי.

ווען עס קומט צו א שבועה אדער א נדר קען יעדער קליינער טויש אין דעם לשון גורם זיין א שינוי אין דעם גאנצן שבועה און צוברענגען שווערע הלכה'דיגע שאלות און פראבלעמען, דערפאר איז זייער וויכטיג אז מען זאל נישט אליינס מחליט זיין אויף דעם לשון פון דעם שבועה נאר מען זאל זיך צוערשט אדורכרעדן מיט איינעם וועלכער האט שוין ערפארונג אין דעם ענין.

אין "היט דיינע אויגן" האט זיך אנגעזאמעלט אסאך ערפארונג במשך די יארן, פון מערערע חברים וועלכע האבן זיך באנוצט מיט דעם מיטל און מיר וועלן עס זייער גערן מיטטיילן מיט אייך. איר זענט העפליך איינגעלאדענט זיך צו פארבונדן מיט אונז אויף gabbai@guardyoureyes.org (אנאנימערהייט, פארשטייט זיך) און מיר וועלן אייך העלפן אנקומען צו א נוסח וואס וועט זיין סיי אויסגעהאלטן און סיי אויף אן אופן וואס וועט אייך העלפן, ווי איידער אייך אריינפירן אין פרישע פראבלעמען.

מיר וועלן אייך דא געבן א ביישפיל פון א כלליות'דיגער שבועה וואס איר קענט נוצן אזוי ווי עס איז אדער קענט איר עס ארום טוישן לויט אייער געברויך:

איך שווער אז ביז (פיל אריין דעם טאג און אפשר אויך דעם שעה), אויב איך וועל פאלן, לויט די פאלגענדע תנאים:

1. איך וועל מוציא זרע לבטלה זיין בכוונה ווען איך בין געהעריג אויף; 2. איך וועל קויפן פארנאגראפיע, געדרוקטע אדער דידזשיטעל (מאגאזינען אדער ווידיאוס וכדו'); 3. איך וועל במכוון ארויפגיין אויף פארנאגראפישע וועבסייטס, פארומס, טשעט סייטס, (פאר בילדער, מאלערייען, קארטונס, ווידיאו קליפס, אודיא אדער עראטישע (erotic) לייען מאטריאל, און איך וועל קוקן, לייענען אדער זיך צוהערן צו די זאכן פאר מער ווי א האלבע מינוט; אריינגערעכנט בילדער אדער סערוויסעס פון דעיטינג סייטס; 4. איך וועל זיך באנוצן, מיט, אדער זוכן אנליין סיי וועלכע אנדערע סעקסשועל סערוויסעס.

דעמאלס, אויב אין די צוויי שעה איידער דעם פאל האב איך זיך פארבונדן מט איינעם פון די חברים אין "היט דיינע אויגן" און איך האב גערעדט אויפן טעלעפאן מיט איינעם און איך האב אים פארציילט וואס איך וויל טון, און איך האב אויך מקיים געווען מיין קבלה פון 10 קאפיטלעך תהלים, דעמאלס וועל איך ביז א וואך געבן 50 דאלער פאר צדקה. אויב איז עס שבת אדער יום טוב דארף איך נישט רופן אויפן טעלעפאן.

אויב אבער איך האב נישט געטון די אויבנדערמאנטע דריי זאכן (אדער צוויי זאכן אום שבת אדער יום טוב) אין די צוויי שעה איידער איך בין געפאלן, דעמאלס מוז איך געבן ביז א וואך 150 דאלער פאר צדקה.

אויב איך וועל מוזן באצאלן דעם קנס פון 50 דאלער מער ווי דריי מאל אין דעם באשטימטן צייט וואס איך האב באשטימט פאר דעם שבועה, ווערט די שבועה אויטאמאטיש בטל פון יענע רגע און ווייטער. אויב מאכט זיך און איך מוז באצאלן דעם גרויסן קנס פון 150 דאלער אפילו נאר איין מאל אין דעם באשטימטן צייט וואס איך האב באשטימט פאר דעם שבועה, ווערט דער שבועה בטל פון יענע רגע און ווייטער.

אויב בין איך געפאלן און איך האב נישט געדענקט אז איך האב געמאכט דעם שבועה, אדער אויב איך האב פארגעסן א טייל פון דעם שבועה, דעמאלס מוז איך נאר באצאלן 50 דאלער קנס. אויב בין איך באמת ובתמים נישט זיכער אז איך בין געפאלן, דעמאלס דארף איך נישט באצאלן קיין שום קנס.

אויב איך בין נישט זיכער, און איך בין מסופק אין סיי וועלכען פרט פון דעם שבועה, געב איך איבער דעם כח און דעם רעכט פאר א מענטש פון "היט דיינע אויגן" אויסצוהערן און מחליט זיין לויט זיין שיקול הדעת.