כ' סיון התשע"ח

זיך פארמעסטן, נאר אויף פיר און צוואנציג שעה

זיך פארמעסטן, נאר אויף פיר און צוואנציג שעה

זייער אפט געבן מיר אויף נאך איידער מיר הייבן אפילו אן, וויבאלד מיר קוקן אויף ווייטער און מיר זעען אן אומענדליכן קאמפף און מיר באקומען קאלטע פוס. אין אנדערע פעלער מאכט זיך אז מיר הייבן טאקע אן דעם פראצעדור, אבער ווען עס מאכט זיך א שווערע טאג געבן מיר אויף און מיר זענען נישט מצליח זיך צו האלטן, ווייל מיר מאכן זיך אזא חשבון אין קאפ: "וואס וועט עס מיר שוין העלפן אז איך וועל בלייבן ריין היינט, אז מארגן וועל איך דאך סייווי פאלן?". אזוי קומט אויס אז מיר ליידן שוין היינט, צוליב דעם מורא איבער וואס וועט זיין מארגן, בשעת ווען באמת הייבן מיר נישט אן צו וויסן וואס גייט זיין אין פינף מינוט ארום.

איינס פון די וויכטיגע שינויים וואס מיר דארפן מאכן אין אונזער גאנצער צוגאנג צו דעם נושא, איז זיך אויסצולערנען צו צוטיילן אונזער פארמעסט אויף קלענערע חלקים, צו זיין פונקטליכער, אויף קלענערע 'יוניטס' פון מאקסימום פיר און צוואנציג שעה יעדעס איינע. דער אויבערשטער האט אזוי באשאפן די וועלט אז די צייט ווערט צוטיילט אויף דריי טיילן, די פארגאנגענהייט (עבר), די יעצט (הווה) און דער צוקונפט (עתיד). דער וועג וויאזוי דער באשעפער האט עס געמאכט איז, אז דעם פארגאנגענהייט קען מען נישט טוישן, בשום אופן, דעם צוקונפט קען מען נישט לעבן יעצט, די איינציגסטע זאך וואס מיר קענען לעבן, און האבן סיי וועלכע השפעה אויף דעם, איז דער יעצט. דער הווה. יעצט און דא. די וועלט איז נישט אויסגעשטעלט מיט איין לאנגע טאג וועלכע ציעט זיך און ציעט זיך אן קיין סוף, נאר אויף אן אופן אז די צייט ווערט צוטיילט אין טעג, אזוי אז מיר זאלן זיך קענען פארמעסטן יעדן טאג מיט די זאכן וועלכע ליגן פאר אונז היינט, און אז מיר זאלן קענען איבערלאזן די דאגות פונעם צוקונפט פאר דעמאלס. מיר קומען זיך נישט אפנארן מיט א ליגנט אז עס איז נישטא קיין מארגן, נאר פשוט אז מיר פארנעמען זיך יעדן טאג מיט וואס עס ליגט פאר אונז היינט, אין דעם טאג.

פאקטיש טוען מיר יעצט פונקט דאס פארקערטע פון וואס מיר האבן געטון ביים פאלן. ווייל אויך דעמאלס האלטן מיר זיך אין איין זאגן "נאר פאר היינט", "נאר פאר יעצט", נאר דארטן טוען מיר עס כדי זיך צו בארואיגן פון אונזערע שולד געפיהלן כדי מיר זאלן קענען ווייטער פאלן, און יעצט גייען מיר זיך באנוצן מיט אט דעם זעלבן מעטאד, כדי אויפצוהערן צו פאלן.

כמעט אייביג פלעגן מיר זיך זאגן פאר יעדע נפילה, "דאס מאל גייט זיין דאס לעצטע מאל", און מיר האבן זיך צוגעזאגט אז "מארגן הייבן מיר אן פונדאסניי", און מיר גייען קיינמאל מער נישט דורכפאלן... לאמיר דאס אפטייטשן אויף פלעין אידיש, אן קיין פענסי ווערטער: "נאר פאר היינט גיי איך פאלן". אלזא, יעצט גייען מיר זאגן פונקט דאס פארקערטע: "נאר פאר היינט גיי איך נישט פאלן!". אויף דעם אלטן וועג, האט זיך מעגליך געמאכט אמאל אז מיר האבן איינגעהאלטן דעם צוזאג אז "מארגן וועל איך נישט פאלן", אבער גאר אפט איז דער הבטחה נישט בייגעשטאנען דעם טעסט פון צייט, און מארגן זענען מיר יא געפאלן!". יעצט גייט עס ארבעטן ענליך צו דעם, ווען מיר טוען זיך צוזאגן אז "נאר פאר היינט" גיי איך בלייבן ריין, מיינט דאס נישט זיכער אז מארגן גיי איך פאלן, עס מיינט נאר אז "היינט גיי איך נישט פאלן", ווידער דעם פארמעסט פון מארגן גיי איך איבערלאזן פאר מארגן.

אז מיר וועלן אריינטראכטן וועלן מיר זיך איבערצייגן אז פאקטיש טוען מיר שוין אזוי מיט גאר אסאך זאכן אין לעבן, אן דעם וואלטן מיר נישט געקענט אנגיין מיט'ן לעבן, ווען מיר האבן נישט קיין גאראנטי אויף דעם לאנגען טערמין. למשל, ווען איינער קויפט א הויז און נעמט ארויס א מארטגעזעש; ער האט נישט קיין אהנונג אויב אין דרייסיג יאר ארום – אדער אפילו אין צען אדער צוואנציג – וועט ער פאקטיש קענען באצאלן דעם מארטגעזש. איי, וויאזוי נעמט ער ארויס אזא מארטגעזש און שרייבט אונטער צעטלעך אז ער איז זיך מתחייב צו באצאלן יעדן חודש פאר די קומענדיגע דרייסיג יאר. די זעלבע פראגע קענען מיר פרעגן אויף יעדן לאנג-טערמיניגן קאנטראקט. מיר נעמען אן א דזשאב און מיר פארפליכטן זיך צו טון דעם דזשאב יעדן טאג. איי פון ווי ווייס איך אויב איך וועל עס קענען אויספירן אינעם עתיד.

נאר וואס דען, מען קוקט אויף דעם היינט. היינט קען איך, און עס לייגט זיך אויפן שכל אז קומענדיגען חודש וועל איך אויך קענען, און דעם חודש דערנאך אויך, נעם איך זיך אונטער און איך שרייב אונטער דעם קאנטראקט, כאטש איך ווייס פאקטיש אז איך האב נאך נישט יעצט די געלט. פאר די געלט פון קומענדיגן חודש וועל איך זיך דעמאלס זארגן און איך וועל דעמאלס ארבעטן דערפאר.

די זעלבע זאך דארף זיין ביי אונז דא אויך. איך דארף נאר קוקן אויב איך קען זיך יעצט אונטערנעמען, "אויף היינט", צו בלייבן ריין. אויב קען איך בלייבן ריין אויף היינט, דאן קען איך מיך דאס אונטערנעמען. אויב היינט קען איך טון אלעס אין דער וועלט צו בלייבן ריין אין דעם היינטיגן טאג, בין איך אקעי. אפילו איך ווייס נישט וואס וועט זיין מארגן און וויפיל איך וועל מצליח זיין אין דעם צוקונפט. דאס דארף נישט זיין מיין דאגה יעצט.

ווען מיר צוטיילן דעם פארמעסט אויף קליינע פארציעס פון פיר און צוואנציג שעה, איז פיל גרינגער מצליח צו זיין, ווייל מיר קענען זיך פרעגן יעדן טאג די פראגע: היינט, און נאר אויף היינט, קען איך בלייבן ריין? יעדער איינציגער מענטש קען בלייבן ריין אויף איין טאג, און יעדער איינער קען זיך באנוצן מיט די אלע כלים דא און מיט די הילף כדי אריבער צו גיין איין טאג ריין. נישט אז מיר זאגן: "איך גיי בלייבן ריין היינט און מארגן גיי איך פאלן", נאר "איך גיי בלייבן ריין היינט, און מארגן וועלן מיר זיך זארגן פאר מארגן".

דאס צוטיילן דעם פארמעסט אויף קלענערע שטיקעלעך איז א בעסערע און געזונטערע צוגאנג צו דעם גאנצן ענין, און עס קען אונז גאר אסאך ארויסהעלפן צו טון די ריכטיגע פעולות יעדן טאג, אן דעם וואס מיר זאלן זיך בידיים צוגרינד לייגן דעם הווה צוליב דעם מורא און חשש איבער דעם עתיד.