א חסידישע יונגערמאן באשרייבט זיין סיפור

א חסידישע יונגערמאן באשרייבט זיין סיפור

איך גיי יעצט באשרייבן מיין לעבן כדי אז איהר זאלט הערן דברים כהוויתן אין בעזרת השם וועט איהר דורך דעם קלוגער ווערן אין פארשטיין וואס איך און אנדערע גייען אדורך.

אז מען קוקט מיר אהן וואלט נישט מעגליך געווען זיך פארצושטעלן וואס איך בין אלץ אדורך און וואס איך גיי נאך אלץ אדורך. איך בין א חסידישע יונגערמאן פין א חסידישע משפחה, געלערנט אין א חסידישע חדר, ישיבה, און כולל, ערליכע חסידישע עלטערן וואס שטאמען פון רבי'שע און רבני'שע משפחות; א גרויסער יחסן. איך האב אין ישיבה גאנץ פיין געלערנט, זיך פארהערט, זיך געווייקט ביים רבין'ס טיש, זיך דערקוויקט מיט חסידישע ספרים... אויפוואקסנדיג האט מיר גארנישט געפעלט ברוחניות ובגשמיות ב''ה; אבער פארט בין איך אדורך שבעה מדורי גיהינום פין יסורי הנפש וואס בעז''ה האלט איך מיך נאך אינמיטן ערהוילן פון די שרעקליכע פיין און פלאג, איך וועל עס פארציילן בקיצור, דברים כהווייתן:

אנגעהויבן האט זיך עס...

די ווארט וואס מען זאגט נאך אויף ''ביכל'' אז דאס איז ר''ת ''כל באיה לא ישובון'' האב איך מיר ביטער געלערנט עלי ועל צווארי, די ביכלעך וואס מיין מאמע זאל זי זיין געזונט פלעגט אהיים ברענגן פון די גוי'אישע לייברעריס פלעג איך אינמיטן די נאכט ארויס גנב'ענען פון איהר צימער, אדורך ליינען במשך די נאכט אין דערנאך צוריק לייגן. מן הסתם איז פון די דאזיגע ביכלעך געקומען מיין ערשטע ידיעה אין די ענינים ווען איך בין אלט געווען מן הסתם בערך 10-11 יאר, און פון דאן בין איך שוין פארכאפט געווארן.

אין ישיבה קטנה און שפעטער אין ישיבה גדולה פלעג איך שטענדיג זוכען און טרעפן אלע סארט שמוציגע זאכען... דער געפיל און הנאה איז געווארן די עצה צי א יעדער פראבלעם וועס פלעגט נאר אויפקומען, למשל: זיך געשלאגן מיט'ן חבר, נישט געקענט ביים פארהער, פארלוירן די היט, א.א.וו.... די עצה איז אלע מאל גיווען שמוץ.

אזוי זענען מיינע בחורישע יארן פאריבער מיט ירידות ועליות ועוד ירידה ועוד עליה. און וויבאלד די תאווה ברענט טאקע האט זיך עס נישט אפגעשטעלט ביי דעם, עס האט מיר אלץ געצויגן צו נאך א נידריגערע אין נאך א נידריגערע דרגא... און ווי חז''ל זאגן ''משביעו רעב''. אבער א יעדער ירידה האט געבראכן נאך א גדר וואס איך האב מיר אליין נישט געקענט פריער פארשטעלן. נאר בחסדי השם בין איך געבליבן מיט'ן יודישן חסיד'ישע צורה וואס האט מיר אנגעהאלטן די חצוניות אז עס זאל כאטשיג זיין א כלי וואס זאל נאך קענען צוריק פארראכטן ווערן.

האיש מקדש

אלץ חתן איז ב''ה די חומה געווען שטערקער, איך האב זיך אנגעגרייט צום חתונה בקדושה ובטהרה. אבער נאך די חתונה ווען עס איז ערמעגליכט געווארן צו זיין א נבל ברשות התורה, זענען אלע אלטע תאוות, הרהורים, דמיונות, געפילען, פארמישטקייטן, און זכרונות צוריקגעקומען ווי די מים הזידונים, און איך בין געווען צו שטארק נשתרש בחטא צו האבן א מעגליכקייט פון זיך אנטקעגן שטעלן; בין איך טאקע באלד טיף צוריקגעפאלן נאך אסאך ערגער ווי פריער. איך פלעג זיך ארויסלאזן פון שטוב צו גיין אין כולל צו אין ביהמ''ד, און שפעטער צו די ארבעט און פלוצלינג, כאילו רגלי מוליכות אותי, פלעג איך זיך טרעפן אין שמוציגע ערטער, צי אין א ליידיגע פארקינג-לאט מיט א די.ווי.די. מאשין וואס איך האב מיר איינגעהאנדעלט ווען איך האב נאך אפיציעל געלערנט אין כולל, און בשעת מיין ווייב איז געגאנגען ארבעטן פלעג איך פארברענגן שעות איבער שעות, גאנצע פארמיטאג'ס אין שטוב זיך פארשמוצן די אויגן מיט די ערגסטע שמוץ. איך האב עס געניצט צו זעטיגען דעם יצה''ר פאר א פאר חדשים, חרטה געהאט, תשובה געטון, ארויסגעווארפן דעם די.ווי.די. אין דאמפסטער אריין, נאך א צוויי שעה מיט די תאווה פלאקערנדיג, צוריק אריינגעקראכען אינעם פארסרוכעטן דאמפסטער און עס ארויסגעשלעפט, גענוצט פאר אפאר חדשים, חרטה געהאט, תשובה געטוהן, עס צעריסן און צעבראכן, אריינגעווארפן טיף אין דאמפסטער, און א טאג דערנאך געלאפן קויפן א נייע, וחוזר חלילה...

געכאפט ביים גניבה

איין טאג פאר עטליכע יאר צוריק מן הסתם ווינטער תשס''ג, האב איך בטעות געלאזט דעם די.ווי.די. מאשין אינדערהיים אויפ'ן טיש און מיין ווייב האט עס געטראפן, נאך קולות אין וויינערייען האב איך בלית ברירה צוגעשטומט צו גיין פאר ''העלפ'' צו וועם זי וועט הייסן. מיין ווייב האט זיך נאכגעפרעגט, אנגערופן דעם רב אין יענעם עסקן ביז זי איז אנגעקומן צום נאמען פון איינער פון די גרעסטע ''מומחים'' אויף שלום בית. א איד א תלמיד חכם מיט א דעת תורה, א ראש ישיבה פון די איינער פון די בעסטע ישיבות, א בעל דרשן נפלא, וואס טוט שוין אינעם חינוך\שלום בית\חכמת הנפש פעלד לאנגע יארן, מען רופט איהם פון אלע עקן וועלט ונהנים ממנו עצה ותושיה...

איך בין געגאנגן צו איהם מן הסתם 12-15 מאהל, מיר האבן פיין פארברענגט אין געשמועסט, געלערנט דעם מוסר ספר אין יענעם הלכה, א שטיקל נ''ך איך דברי חיזוק פון ספרי חסידות א.א.וו. איך האב איהם דערציילט פון מיינע תאוות אין מכשולות, אין ער האט געגעבן דעם עצה מיט יענער חיזוק ווארט... בקיצור פארברענגט על הא ועל דא אבער וויבאלד נישט איך און נישט ער האבן געכאפט אז מען האנדלט דא פון א מצב פון ''נשתרש בחטא'' (אדיקש'ן בלע''ז), אין אפילו ווען יא וואלט ער אויך דאן נישט געוויסט ווי אזוי מיר צו העלפן, בין איך שנעל נמאס געווארן פון אויסגעבן נאך א הונדערטער און נאך א הונדערטער אויף סתם שמועסן און איך האב גע'טענה'ט צו מיין ווייב אז די פראבלעם איז שוין פאריבער און אויפגעהערט צו גיין.

נעשה לו כהיתר

די אלטע טבע וואס איז שוין געווארן א חלק פון מיין מציאות איז ווידער ארויפגעשווימען און זיך געפאדערט זיינס, און איך האב זיך אריינגעלייגט די קאפ און מח אין כל דבר אסור. פאר שעות אין שעות נאכאנאנד, פארגעסענדיג פון בורא מיט'ן תורה, פון ווייב אין קינדער, פון שאף אין רינדער פון כבוד, פון יחוס, פון פרנסה. ווי שפעטער א יאר אלץ מער פארזונקען און פארכאפט בין איך געווארן, איך פלעג אפמאכן אז: "עד כאן, די דאזיגע ליניע וועל איך זיכער קיינמאל נישט אריבער גיין", און יעדעס מאל וואס איך פלעג אדורך פאלן פלעג איך אריינפאלן אין א פארביטערטע מרה שחורה, א טאג א מלאך- א טאג א גלח, מצד אחד האב איך געהאט אזוינע דערהויבענע רצונות און שאיפות, ווען דער בורא כל עולמים האט מיר חונן געווען א זמן פון גדלות פלעג איך פילען אזוי וואויל, ערליך, דערהויבן און הייליג; אבער גייענדיג אויפ'ן גאס אפאר מינוט דערויף, איז אלעס אוועקגעפלויגן כלא היה.

וויפיל תהילים איך האב געזאגט, וויפיל הגדרות איך האב געמאכט, וויפיל בלעטער גמרא איך האב געלערנט, וויפיל טרערן איך האב פארגאסן, וויפיל קדושה איך האב מיר אנגעשעפט ביים רבין'ס טיש איז אלעס געווארן בטל ומבוטל אנטקעגן די איבערנעמענדיגע כח וואס די תאווה האט געהאט אויף מיר, איך האב געפילט ווי איך בין צוויי אנדערע מענטשן וואס וואוינען אינעם זעלבן גוף. איינער אן ערליכער, איידעלער, חסיד'ישער יונגערמאן וואס שטרעבט צו מחנך זיין זיינע קינדער על במתי התורה והחסידות, און דער צווייטער, א ווילדער צולאזטער גאסען יונג. איך האב פראבירט כל מיני אופנים זיך צו האלטען דעם גלייכגעוויכט, אבער זיך צו שלאגן מיט זיך אליין איז כמעט ווי אוממעגליך...

שלום בית טערעפי

מיט צוויי יאר צוריק, נאך שרעקליכע שלעגערייען מיט מיין ווייב, אין נאכן סטראשענן אז זי גייט מיר אפלאזן אין אנטלויפן פון מיר, בין איך געווען זיכער אז דער פראבלעם ביי אונז אין שטוב איז פשוט א שווערע שלום בית זאך, האב איך בלית ברירה אנגעהויבן גיין צו שלום בית טערעפי, וואס האט גארנישט געהאלפן וויבאלד אויב מען ווייסט ניטאמאל וואס די פראבלעם איז, ספעציעל ווען מען רעדט זיך איין אז מען ווייסט יא... ווי אזוי איז שייך צו האבן א הוה אמינא צו לייזען דעם פראבלעם?

איך פלעג טאקע גארנישט האבן דערפון, חוץ אפשר א שטיקל כפרה דורך די געלט הוצאה, צער, אין בושה. איך פלעג אהיימקומען אזוי אויפגערעגט אז מען האט ניטאמאל געקענט רעדן צו מיר פאר א גאנצע טאג דערנאך. איך פלעג זאגן פאר מיין ווייב אז איך פיל אז מען רעדט און רעדט און מען רעדט בכלל נישט צו מיר...

ער האט מיר געצה'ט צו אראפשרייבן 3 גוטע זאכן אויף מיין ווייב, אויף מיר אליין, א.א.וו., שפעטער האט ער בחסדי השם איינגעזעהן אז ער קומט גארנישט אהן מיט מיר האט ער מיר געשיקט צו א שטאטישע טעראפיסט וואס האט מיר געטראכט צו דייעגנאזן מיט עי. די. די. און ''קאמפאלסיוו דיסארדער'' און נאך שמות הנרדפים, ווייטער גערעדט און גערעדט אבער נישט אנגעקומען צום שורש. שפעטער האט מען געטוישט טעראפיסט און דערנאך נאכאמאל געטוישט, ביז דער פערטער מענטש האט מיר ענדליך צוגעשיקט צו א וועבסייט וואס הייסט דשי.וויי.עי. GUARDYOUREYES וואס דארט איז געווען די אתחלתא דגאולה.

אתחלתא דגאולה

ב''ה ראש חודש זמני תשובה ממשמשין ובאין (תמוז) תש''ע, האב איך עמטליך אנגעהויבן ציילען ניינציג טעג אויף GYE, היינט צוטאגס האלט איך שוין ב''ה איבער צען חדשים אן הוז"ל, אן רופן א שלעכטע טעלעפאן נאמבער, אן גיין צו א מקום זימה, אן נגיעות אסורות, אהן דיבורים אסורים. גייענדיג אין גאס פאל איך א סאך ווייניגער דורך מיט ראיות אסורות בטעות, און נאך אסאך וויניגער מיט הסתכלות אסורות בדוקא. מיין שלום בית האט זיך פארבעסערט מן הקצה למשנהו לטובה; מיין דאווענען איז היינט מיט אסאך מער דחילו ורחימו, מער בפנימיות אין נישט נאר מן השפה ולחוץ; מיין לערנען, אסאך ערנסטער און פלייסיגער; מיין גאנצע לעבן איז אסאך מער תוכנ'דיג, הייליגער און רואיגער; מיין קשר מיטן בורא כל עולמים אסאך שטערקער און קלארער. אין א יעדען פרט איז נאך דא א געוואלד צו פארבעסערן אבער איך פיהל אז פני וקרסולי מועדות אינעם גוטן ריכטונג. ואני תפילה לקל חי אז ער זאל מיך ווייטער פירען על דרך אמת, איך זאל שטייגן מעלה מעלה בקדושה ובטהרה בתוך שאר אחינו בני ישראל העומדים שבים ביד יצרם, אמן.

די הילף וואס מענטשן וואס זענן פארכאפט אין שמוץ קענען געניסען דורך GYE איז אויסערגעווענליך! די ערשטע מאל האב איך דערהערט אז איך בין פשוט פארכאפט  -אז איך האב אן אדיקשאן! און אויב איך וועל אריינלאזן דעם יצה"ר אפילו מיט אן אויגן-בליק כמימרא איז שוין פארפאלן און דערנאך! און איך האב געלערנט:

* אז שמירת עינים מיט מסירות נפש וועט מיך ראטעווען דאס לעבן!

* אז אן שמירת עיניים וועל איך בלייבן אונעם זומפף אויף אייביג!

* אז תורה מיט חסידות אליין וועט מיך נישט קענען ראטעווען!

* אז עס זענען דא נאך מענטשן אויפ'ן וועלט וואס האבן דעם פראבלעם!

* אז מענטשן אין ערגערע מצבים ווי מיר זענען בעז''ה ארויסגעקראכן דערפון צו ווערן ריין פאר לאנגע יארן!

* אז ''באהבה תליא מלתא'', צו אריינברענגען ''ואהבת את השם אלוקיך בכל לבבך, נפשך ומאודך'', און ''אין אש קודש ואש הדיוט משתמשים בכלי אחד''!

און נאך אסאך פראקטישע, פאקטישע, בדוק ומנוסה'דיגע רעיונות עצות והדרכות דורך צענדליגע טויזענטער מענטשן וואס בדידהו הווא עובדא מנסיונות חייהם. עס איז געווען כמים קרים על נפש עיפה! איך האב מיר ממש דערקוויקט אין אויפגעלגעבט!

GYE

איך וועל פראבירן באשרייבן די חלקים פון GYE וואס האבן מיר פערזענליך געהאלפן, אבער יותר ממה שכתבתי לפניכם יש כאן:

* 90 טעג – א צעטל ווי מען האלט חשבון אווי מען האלט אין די מלחמת היצר מיט אן אויסגעשטעלטע חשבון און מהלך. אנהייב האב איך עס גענוצט צו האלטן חשבון וויפיל טעג איך בין נישט דורך געפאלן אין גראבע עבירות, למשל: הוז"ל, ניבול פה, קלות ראש. שפעטער אויף מער דקות, למשל: ראיות אסורות, הרהורים, מחשבות קדושות, מרבה שיחה.

* טעלעפאן גרופעס – ווי חברים מקשיבים נעמען זיך צוזאם און רעדן זיך דורך און ליינען דורך ליטעראטור פון מענטשן און ארגאניזאציעס וואס לערנען אויס ווי זיך אן עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם.

* האנטביכלעך – שוין דא איבערגעשריבן און אידיש. איז מסביר בטוב טעם ודעת וואס דער פראבלעם איז, פון וואס עס קען אלץ קומען, ווי אזוי עס אנצונעמען, זיך אן עצה צו געבן, פיהל מיט דברי חיזוק והתעוררות פון דברי חז"ל, ראשונים, אחרונים, חסיד'ישע אין מוסר ספרים בסדר ובהדרגה מן הקל אל הכבד פאר אלע מדריגות אין אופנים פון פארכאפטקייט.

* חברים – ווי באוויסט אין צעטיל קטן פין רבי'ן ר' אלימלך זצ"ל אין סעיף י"ג שרייבט ער: "לספר בכל פעם לפני המורה לו דרך השם, ואפילו לפני חבר נאמן, כל המחשבות והרהורים רעים אשר הם נגד תורתנו הקדושה, אשר היצר הרע מעלה אותן על מוחו ולבו וכו' ולא יעלים שום דבר מחמת הבושה. ונמצא על ידי סיפור הדברים שמוציא מכח אל הפועל, משבר את כח היצר הרע שלא יוכל להתגבר עליו כל כך בפעם אחרת, חוץ מעצה הטובה אשר יוכל לקבל מחברו שהוא דרך השם, והיא סגולה נפלאה". ב''ה איך האב דורך GYE זיך אנגעבינדן אין אפאר חברים וואס איעדע מאל וואס עס מאכט זיך א שוואכע מינוט קען איך זיין בקשר מיט זיי אין אפשוואכן דאדורך דעם כח היצר.

* טעגליכע חיזוק עי-מעיל'ס – מדי יום ביומו שיקט GYE ארויס 3 פארשידענע סארט חיזוק EMAILS וואס דאס דערמאנט מיך שטענדיג זיך ווייטער צו האלטן.

* איטערנעט פארום - להוציא בלעו מפיו פונעם יצר הרע איז די פארום (FORUM ( ווי מען קען זיך דורך שמועסן מיט אנדערע אין דעם זעלבען מצב, הערן עצות און חיזוק, זיך אויסרעדן דאס הארץ ווען עס גייט שווער, שרייבן און לייענען דברי תורה והדרכה, אדער סתם שמועסן און פארברענגן אין א היימישע אטמאספערע על טהרת הקודש מיט געשמאקע חברים. און במקום וואס איך פלעג פארברענגען מיט שמוץ און גירוי היצר, קען איך היינט פארברענגען אויף גוטס.

* באשיידענקייט - קיינער דארף נישט וויסען ווער איך בין אויף GYE. די מניעה וואס איך פלעג שטענדיג האבן פון זיך אויסצורעדן מחמת בושה איז נישטא וויבאלד איך קען האבן א פארזענליכע קשר מיט חברים, מומחים, וכדו' אן צו דארפן דערציילען ווער איך בין, ווען נישט דעם וואלט איך נאך יעצט געהאלטן אלעס ביי מיר אין קאפ און אין הארץ באהאלטן...

* מומחים אויפ'ן געביט – די עצות וואס איך באקום וויסענדיג אז זיי קומען פון די גרעסטע מומחים אויף דעם פראבלעם מאכט עס גרינגער אז איך זאל זיי אננעמען און פראבירן אויסצופירן.

* נסיון החיים - אנדערע וואס זענען אדורך ערגערע מצבים ווי מיר אין זענען שוין ארויסגעקראכן פון דעם, זיי האבן פראבירט און אליין געזעהן וואס ארבייט יא אין וואס נישט. זייערע עצות פיל איך זענען פי כמה מער ווערד ווי די עצה והדרכה וואס איך פלעג באקומען פון טעראפיסטן, רבנים און מומחים,

* ליין מאטריאל -  ווי פריער געשריבן גלייך איך שטארק צו ליינען, דעריבער איז מיר גאר שטארק צוניץ געקומען די פילע בלעטער, צעטלעך, קונטרסים, ספרים, ביכלעך און מעשיות וואס איך האב מיר אנגעזאמעלט פון די כשר'ע אין ניצבארע ליטעראטור וואס איז גרייט צום באנוץ אויף  GYE.

* שאר ענינים - עצות והדרכה לגבי שלום בית, שבת קודש, לימוד התורה, עצבות, עצלות, אהבת השם, חינוך פון די קינדער, צניעות, קדושה, מדות טובות בין אדם לחבירו, ועוד ועוד עד אין לשער האב איך קונה געווען דורך GYE, צו אויפ'ן FORUM אדער אויף דעם טעלעפאן ליין און די טעגליכע אי-מעילס וכדו'. מיין לעבן איז בעזהי"ת היינט פילפאכיג פארבעסערט לטובה אין אלע געביטן, און אלץ א דאנק די הייליגע ארבעט פון די ארגאניזאציע GYE.

* רעדן קלאר –  GYE האט מיר געגבן די מעגליכקייט פון הערן קלארע דיבורים הן בעניני קדושה, הן בעניני תורה ותפילה. איך האב דערהערט אז די קהילות אדער חסידות'ן וואס מען וועט נאר רעדן ברמיזה וועגן קדושה ענינים לאזן אפן ברייטע טירן פאר'ן יצר זיך אריינצוכאפן, איך האב געהערט אפענע רייד אויף אהבת השם, יראת השם, צניעות, חובת האדם בעולמו, זיך ברעכן די מדות, ווי אזוי זיך צו היטן די אויגן, א.א..וו.

יישר כח

הרבה יותר ממה שכתבתי לפניכם כתוב כאן, יעדער איינער פון אונז וואס האט זיך געטראפן דאס פלאץ אויף GYE קען עקסטער באשרייבן גאנצע מגילות וואס האט איהם פערזענליך געהאלפן, עס איז מיר נאר געבליבן צו איבערגעבן א הארציגען דאנק אין לויב פאר  GYE, אין אנווינטשן א יישר כח פאר די מייסדים אין מסייעים פון דעם גרויסן אין הייליגן פראיעקט פון ראטעווען כלל ישראל אז עס זאל בלייבן דער עם הנבחר להשם, ימלא השם משאלות לבם לטובה אמן.