א גוטן צו אייך אלע חשובע ליינער, דא שרייבט צו אייך אייער'ס א חשובע ידיד וועלכע האט זיך געדרייט דא צווישן די הייליע חבריא וועלכע פארופן זיך מיטן פאסיגן נאמען 'היט דיינע אויגן', וואס זיי האבן פאר זיך איין איינציגע ציל ארויסצוהעלפן אונז געליטענע אזאלעכע וועלכע פארשטייען יעצט שוין באמת בעסער פון די רבנים מ'שטיינס געזאגט... און ווייסן וואס די פראבלעם פון אינטערנעט איז, בעסער פון סיי וועמען, דורכמאכנדיג אויף די אייגענע הויט און ביין דעם שוידערליכן מיטמאכעניש, מיין נאמען איז פארשטייט זיך שטרענג קאנפידענטשל אפגעהיטן געווארן, אבער מיין ניק דא אויף הד''א איז באקאנט אלס 'כרעמזל' אדער ווי טייל חבירים רופן מיר 'כרעמזעלע'.
אנגעקומען בין איך דא ליידער פארשמירט די אויגן מיט כל מיני עקלהאפטיגע זאכן וואס דער - בלאקירטע - אינטערנעט שטעלט אלס צו, די ערגסטע שבארג, אן קיין שום האפענונג, שוין נאכן אלעס פרובירן און ווידער דורכפאלן, די שמוץ האט אזא רייץ אזא כח, דער פשוט'ער בשר ודם האט פשוט נישט די יכולת צו שטיין אנטקעגן דעם, ווי קען דען א מענטש זיך שלאגן מיט א מלאך?
אזוי האב איך געמיינט... ביז ביז איך האב זיך אביסלע מער אנגעהויבן באקענען מיט אונזער הייליגע סייט, און אנגעהויבן אנטדעקן אז איך בין נישט אליינס, עס דרייען זיך ארום אין די גאסן נאך פילע כרעמזלעך נאר מיט אנדערע נעמען פארקלעמטע הערצער אבלו בלבו, און זיכן א וועג ארויס, דאס אליינס האט מיר גלייך געגעבן דעם געפיל פון רואיקייט און אביסל איינגעשטילט מיין אומבאהאלפנקייט.
אה, פון ווי נעמט מען די הארץ פון ווי נעמט מען די טינט, צו ארויסברענגען וואס הדא האט פון מיר געמאכט, פון א אינגערמאן וואס טראכט א גאנצן טאג פון דעי זונה און יענע פרוי, א אינגערמאן וועלכע קען נישט האלטן זיינע אויגן גראד אויב גייט א פרוי אנטקעגן איבער, א איד וועלכע האט נישט קיין שום פראבלעם צו קוקן און גיין ווי אימער אויף די אינטערנעט, א אינגערמאן וועלכע זיצט שעות טעגליך און קוקט און קוקט און קען נישט אויפהערן, א שגץ וועלכע ווען נישט עס האט זיך אים פשוט - ב"ה - נישט געמאכט א זונה אינטער די האנט וואלט ער שוין לאנג זיך געוואלגערט בבית זונים, בקיצור א שמוציגער אינגערמאן, אט אזוי האב איך אויסגעזעהן אריינקומענדיג צו הדא.
אה, ב"ה פון ווי נעמט מען די הארץ, פון ווי נעמט מען די טינט אויסצודריקן וואס פון דעם שגצל איז געווארן, אלעס אין זכות פון הדא און די טייערע חבירים הנמצאים פה, ב"ה מה נדבר ומה נספר ווי הייב איך אן וואס זאל איך אייך זאגן חשובע ליינער, איך בין א איש אחר לגמרי, מיין דאווענען איז מיט אמתע מחשבה, מיין גיין אין גאס איז אנדערש, שמוציגע קליפס ציען טאקע אבער איך ברויך נישט שווער ארבעטן מיר איבערצוצייגן נישט צו קוקן, מיין שלום בית פליסט על מי מנוחות, ב"ה, עס ציט מיר שוין כמעט נישט קיין פרעמדע נשים, בקיצור א גן עדן אויף דער וועלט במלא מובן המילה, עס איז מיר א געשמאק לעבן איך קען זיך שוין פארופן - אפי' איך בין נישט קיין כולל אינגערמאן - א אמתע בן תורה... א בן וועלכע פאלגט זיין טאטע.
בעיקיר וויל איך אייך ממציע זיין צו פראבירן צו גיין אויף די גליקליכע און שווערע רייזע פון די ניינציג טעג, איך וועל דיר זאגן ווי אזוי עס איז ביי מיר צוגעגאנגען, די ערשטע צוויי דריי טעג ביז בערך א וואך איז געווען נישט צו שווער די הותחדשות אז געווען היי לעוועל... דערנאך איז געקומען די שווערע חלק, די צווייטע דריטע וואך אין וועלכע עס ברענט די תאווה ווי הייסע קוילן, דאן קומען עטליכע רואיגערע טעג אין וועלכע מען האלט זיך שטארק פונעם פאקט אז מען האלט שוין דא ב"ה, דערנאך קומען עטליכענ גאר גאר שווערע טעג אבער נאכן דורך שוויצן דערזעהט מען זיך אין אן אנדער וועלט און פון דארט ביז די ניינציג איז א קליין שפרינגעלע, די ניינציג ווערט אפגעראכטן מיט גרויס פראכט און פרייד, די הארציגע וואונטשן פון די חבירים גיבן אריין דאזעס פון חיזוק ווייטער צו שטייגן, בערך ביי די 96 ווערט שווער נאכן 'ענדיגן די וועג', אבער אויב וועסטו וויסן אז די ביזט בכלל נישט פארטיג, נאר די ווילסט דערגרייכן די נעקסטע דרגה וועט עס גיין גרינגער בעזהשי"ת, ביי מיר איז די הויעכפונקט געווען די 140 בערך ווי אלע תאוות זענען צופאלן ווי א זייפן בלאז, און איצט שטיי איך ב"ה ריין און גליקליך און לייג אריין אסאך אסאך ארבעט זיך צו האלטן אויף ווייטער, די עיקור געדענק, די ביזט קיינמאל נישט פארטיג!!!!.
אילו פיני מלא שירה כים וואלט איך נישט געקענט גענוג אויסדריקן מיינע דאנק געפילן פאר די חשובע אנפירער פונעם הייליגן און קריטישן סייט, א סייט וועלכע מוז עקזעסטירן אן קיינע תירוצים!!!, טייערע חבר, פרוביר מיר נאכצומאכן איך זאג דיר צו אז די וועסט זיך אליינס נישט דערקענען.
זאל שוין דער בורא עולם העלפן אז מען זאל זוכה זיין צו די ריכטיגע לעכטיגע ריינע טעג בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.