הקדמה: א פראבלעם אדער אן אדיקשאן?

הקדמה: א פראבלעם אדער אן אדיקשאן?

דער פראבלעם פון לאסט אין דעם אינטערנעט עפאכע איז געווארן, אין די לעצטע צוואנציג יאר, אן אלוועלטליכער פראבלעם. עס איז שוין לאנג נישט די רעדע נאר פון א הארבער הלכה'דיגער איסור, די רעדע איז פון א ערנסטער מגיפה, וועלכע שטעלט אין א סכנה דאס גאנצע פאמיליען לעבן, די ארבעטספעהיגקייט פון דעם מענטש, דעם גאנצן עמאציאנעלן לעבן זיינעם און א גאנצע רייע פון פארשידענע ערשיינונגען ביי מיליאנען מענטשן איבער די וועלט.

דער מצב איז נאך פיל ערגער. מען רעדט נישט פון א פראבלעם פון א שלעכטן געוואוינהייט, אפילו נישט אזאנס וואס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען דערפון, נאר מען רעדט פון א מציאות אז דאס באנוצן זיך מיט לאסט ווערט איבערגעקערט צו א גענצליכער, פולשטענדיגער אדיקשאן מיט אלע אירע איבלען און ווייטאגען, לכל פרטיה ודקדוקיה.

אבער איידער מיר גייען אריינגיין און ערקלערן וואס פונקטליך איז דער גדר פון אן עדיקט און וואס זענען די וועגן וויאזוי מען קריכט ארויס פון דעם, איז זייער וויכטיג ארויסצוברענגען, אז קיינער זאל זיך נישט יאגן אנצוקלעבן אויף זיך דעם טיטל "עדיקט". אזא זאך טאר נישט געטוהן ווערן לייכטערהייט, עס פאדערט אסאך פארשטענדעניש און דאס בעסטע איז אז מען זאל דאס אדורכרעדן מיט א פראפעסיאנעל וואס קען זיך גוט אויס אין דעם פעלד פון אדיקשאן. ספעציעל פאר יונגע מענטשן, אדער בחורים, איז גאר וויכטיג אז זיי זאלן זיך נישט אפ'פסק'ענען אלס עדיקטס, אפילו אויב עס געלונגט זיי נישט אויפצוהערן זיך צו באנוצן מיט לאסט, און אפילו אויב זיי ווילן זיך באנוצן מיט די כלים וועלכע זענען ספעציעל געציהלט זיך צו ערהוילן פון אדיקשאן. אנשטאט זיך אנטאן דעם טיטל עדיקט, זאלן זיי פשוט רעדן איבער זייער 'פראבלעם' און איבער דעם מציאות אז זיי זענען נישט מצליח אויפצוהערן.

וואס איז דאס אדיקשאן? אויב מיר זאלן דאס וועלן מסביר זיין אין קורצע ווערטער, וועלן מיר שרייבן אזוי: יעדע סארט אדיקשאן האט דריי אייגענשאפטן: 1. דאס אוממעגליכקייט זיך אויפצוהערן צו באנוצן דערמיט, טראץ די שלעכטע נאכפאלגן (נעגאטיווע געפיהלן, דאס מעגליכקייט אז מען וועט געכאפט ווערן, די שווערע שאדן דורך פארלירן צייט פון די ארבעט און פון לערנען, אא"וו). 2. א שטענדיגער געברויך צו העכערן דעם דאזע, בכמות, אדער באיכות (מער שעות אויפן קאמפיוטער, שטערקערע סארט לאסט, אא"וו). 3. א שרעקליכער שוועריגקייט אנצוגיין אין לעבן אן דעם באנוץ (א געפיהל ווי מען ווערט ממש געצוואונגען עס צו טוהן, מען שפירט ממש א "חוב" עס צו טוהן, אא"וו).

בדרך כלל, ווען מיר הערן דעם ווארט "עדיקט", קומט אונז ארויף אין קאפ א געדאנק איבער א שיכור, אדער איינער וואס איז אנגע'דראג'ט, וועלכער ליגט ערגעץ פארווארפן אין א ווינקל פון גאס, אן קיין הויז און אן קיין משפחה. אבער דער דאזיגער בילד איז ליידער זייער ווייט פון דעם אמת'ן געשטאלט פון אן עדיקט – סיי וועלכער סארט עדיקט.

אפילו צווישן די וועלכע זענען אדיקטעד צו אלקאהאל און דראגס זענען נאך פארהאן זייער אסאך וועלכע זענען מצליח אנצוהאלטן זייער אויסערליכן, אנשטענדיגן אויסקוק. זיי פארמאגן א משפחה, א דזשאב, צומאל אפילו א גוט גייענדיגן ביזנעס, חברים און א מקום אין די קהילה, און נאר זיי (און צומאל נאך אפאר מענטשן) ווייסן דעם אמת, אז פאקטיש זענען זיי עדיקטעד. זיי קענען נישט אויפהערן, זיי דארפן שטענדיג פארגרעסערן דעם דאזע, און ווען זיי באקומען נישט זייער פארציע – טוען זיי מיטמאכן שרעקליכע יסורים וועלכע ווערן כסדר ערגער און ערגער.

אלע כלים אין דעם ביכל ביז אהער, האבן זיך פארנומען מיט געווענליכע מענטשן וועלכע זענען אריינגעפאלן אין אן אומבא'טעמ'טן מצב, אין וועלכען זיי דארפן זיך פארמעסטן מיט א שוועריגקייט אויפצוהערן זיך צו באנוצן מיט לאסט. מען קען דאס אנרופן יצר הרע, א שלעכטע געוואוינהייט, אדער א שווערע פארמעסט אין שמירת עיניים, אבער סוף פסוק איז די רעדע איבער א פארמעסט וועלכען מען קען געווינען. אויב עס וועט אנקומען צו א מצב אז עס וועלן ליגן אויפן וואגשאל, פון איין זייט אז זיין פאמיליע זאל צופאלן (אויב ער הערט נישט אויף), און פון די צווייטע זייט אז ער מוז אויפהערן, וועט דער געווענליכער מענטש אויסקלויבן זיין פאמיליע און ער וועט מצליח זיין אויפצוהערן.

עס וועט אים נישט זיין גרינג, און עס איז כמעט זיכער אז ער וועט נישט אנקומען דערצו אן א גליטש אדער צוויי, און מעגליך אפילו אז ער וועט דארפן הילף פון א טעראפיסט, אבער די ציהל וועט אים זיין גענוג חשוב און גענוג וויכטיג, און ער וועט איינשפאנען אלע זיינע כוחות און מעגליכקייטן וואס מיר האבן אים פארגעשלאגן, און – ער וועט מצליח זיין.

אבער פון דא און ווייטער רעדן מיר מער נישט איבער נאך כלים און נאך אופנים וויאזוי מען קען איינשפאנען דעם כח פון דעם אייגענעם ווילן. פון דא און ווייטער רעדן מיר פון א פארמעסט פון גאר אן אנדערן סארט. מיר רעדן פון אדיקשאן.