פילע שטודיעס וועלכע זענען דורכגעפירט געווארן איבער עדיקטס וואס האבן זיך ערהוילט האבן אנטדעקט אז די וואס זענען אנגעקומען אין ריקאווערי צוזאמען מיט זייער פרויען האבן א פיל גרעסערן אויסזיכט זיך צו ערהוילן.
וואס מיינט דאס? צו דארף די פרוי זיך אויך ערהוילן פון עדיקשאן? און דער תירוץ איז זייער א הילכיגער יא. אפגעזעהן פון דעם צו די פרוי האט געוואוסט איבער דעם אדיקשאן די גאנצע צייט אדער זי איז נאר געוואר געווארן ווען דער מאן איז אנגעקומען צו ריקאווערי, איז עס א פאקט אז מען רעדט דא פון א ערנסטע, עמאושאנעל טראומא.
אין צוגאב צו דעם צענטראלן פראבלעם: אדיקשאן – סיי וועלכע אדיקשאן, און ספעציעל אדיקשאן צו לאסט אויף סיי וועלכען פארנעם – איז א מחלה וועלכע שעדיגט די אינטימע באציאונגען אויף זייער א ערנסטען פארנעם. און בדרך כלל קומען צו צו דעם פילע אומגעזונטע באציאונגען אזוי ווי אנהענגיגקייט (דעפּענדענסי / קא-דעפּענדענסע), קאנטראל און אנדערע פראבלעמען וועלכע שעדיגן דעם צוזאמענלעבן פון א מאן און פרוי.
אין פילע פעלער האבן די פרויען געוואוסט איבער די אדיקשאן פון זייערע מענער, און דעמאלס איז עס כמעט אלעמאל געווארן נאך ערגער. טייל פרויען זענען געווארן – קעגן זייער ווילן – די פאליסלייט פון זייערע מענער, פרובירנדיג אים צוריקצוהאלטן פון פאלן, אנדערע זענען אזוי צושטערט געווארן פון דעם עמאושאנעלי אז זיי האבן פשוט נישט געקענט ווייטער אנגיין מיט'ן לעבן, און ווידער אנדערע האבן זיך פשוט איינגעשפארט אין זיך אליינס מורא האבנדיג צו זעהן דעם אמת'ן מצב אזוי ווי עס איז, ווייל זיי האבן געוואוסט אז זיי קענען גארנישט טון דערצו, און גלייכצייטיג האבן זיי נישט פארמאגט די כוחות הנפש זיך צו פארמעסטן מיט דעם פראבלעם.
דערפאר, כאטש וואס די פרוי דארף זיך נישט ערהוילן פון דעם עצם אדיקשאן, דארף זי זיך אבער יא ערהוילן פון דעם שווערן מצב צו וועלכן די אדיקשאן האט איר געברענגט. כאטש וואס דער עיקר קרבן פון דעם אדיקשאן איז דער מאן, ווערט אבער די פרוי אויך שטארק געשעדיגט.
עס זענען פארהאן אסאך פרויען פון עדיקטס וועלכע זאגן אז זייער איינציגסטער פראבלעם איז דער אויפפירונג פון זייער מאן, און ווי נאר דאס וועט זיך אויפהערן און ער וועט זיך ערהוילן וועט אלעס זיין גוט. אבער אזא סארט צוגאנג איז גרייזיג. עס איז נישט דא קיין איין פרוי וואס דארף נישט האבן הילף און שטיצע ווען מען לעבט מיט א מאן א לאסט עדיקט.
די עיקר ציל פארוואס א פרוי זוכט ריקאווערי איז זיך צו פארבעסערן איר אייגענע לעבן. אבער צוזאמען מיט דעם, איז דאס פאקטיש די בעסטע זאך וואס זי קען טון פאר איר מאנ'ס ריקאווערי. א פארפאלק וועלכע טיילט מיט די זעלבע אינטערעסן אין ריקאווערי, און זיי זענען שותפים אין דעם זעלבן רוחניות'דיגן רייזע פון ארבעטן אויף זייערע מידות, נעמען אחריות און שטייגן, זענען זייערע אויסזיכטן פאר א גוט לעבן פיל גרעסער פון די פון א פארפאלק אין וועלכען דער מאן מאכט דעם רייזע אליינס און די פרוי האט נישט קיין טייל אין דעם.
עס איז זייער וויכטיג ארויסצוברענגען אז די פערזענליכע ריקאווערי רייזע פון די פרוי איז איר פריוואטע זאך. עס איז נישט ראטזאם אז דער מאן זאל איר דרוקן דערצו, און אוודאי איז נישט כדאי אז דאס זאל ווערן א סיבה צו מחלוקת צווישן מאן און פרוי. אבער אויב עס איז מעגליך, איז כדאי און ראטזאם אז די ריקאווערי זאל זיין א קאפל אונטערנעמונג און זיי זאלן זיין שותפים אין דעם.
עס איז דא א ספעציעלע פארום אין דעם ענגלישן וועבסייט פון "היט דיינע אויגן" פאר פרויען פון עדיקטס. די פארום ווערט געפירט דורך פרויען פון עדיקטס און נאר זיי האבן צוטריט צו דעם.
קליקט דא צו גיין צו דעם ספעציעלן פארום
אין געוויסע פעלער איז כדאי אויך צו גיין צו קאפל'ס טעראפי ביי א פראפעסיאנאל, כדי צו פארבעסערן די קאמיוניקאציע און פארשטאנד צווישן די פארפאלק, און זיך אויסצולערנען זיך פארמעסטן מיט דעם ווייטאגליכן פארגאנגענהייט וועלכע שוועבט ווי א וואלקן העכער זייער לעבן און שטערט צו בויען א אפענעם קשר וועלכע העלפט ביידע שטייגן אין לעבן.
עס זענען פארהאן ערטער ווי עס קומען פאר לעבעדיגע מיטינגען ספעציעל פאר פארפעלקער וועלכע טוען זיך ערהוילן. אין די מיטינגען קען מען הערן ווי די פארפעלקער טיילן מיט איינער מיט'ן צווייטן זייער עקספיריענס אין דעם נושא פון ערהוילונג אין דעם פארהייראטן לעבן, וויאזוי זיך צו פארמעסטן מיט דעם טאג טעגליכן לעבן און כסדר גיין העכער אין העכער. אזוי קען מען זיך לערנען פון אנדערע אין דעם פאקטישן לעבן.