ווען איך בין אנגקומען צום ערשטן מאל צו דעם צוועלעף סטעפ פראגראם, בין איך געווען אין זיבעטן הימל. ענדליך האב איך געטראפן מענטשן וואס פארשטייען מיך, וואס ווייסן וואס איך גיי אריבער ווען איך לייד פון אומאויפהערליכע נפילות, וואס פארשטייען ווי שטארק איך וויל אויפהערן אבער עס גייט מיר נישט, און דאס מערסטע – איך האב געטראפן א לייזונג וואס ארבעט.
אין יענע תקופה האב איך זיך באקענט מיט נאך א חבר וועלכער איז אויך אריינגעקומען אין דעם פראגראם אין די זעלבע צייט ווי איך און מיר זענען געווארן זייער נאנט איינער מיט'ן צווייטן. נאך עטליכע חדשים פון גוטע פארשטריט און ריינקייט, האט יענער חבר זיך אנגעשלאסן אין נאך א צוועלעף סטעפ פראגראם – OA, פאר די וועלכע עסן זיך איבער אויף א צוואנגהאפטיגן אופן, ווייל ער איז געקומען צו די הכרה אז ער איז נישט סתם אזוי איבערוואגיק, נאר ער איז פשוט אדיקטעד צום טעללער און דערפאר עסט ער זיך אזוי איבער. ער האט אנגעהויבן ארבעטן די סטעפס אויף דעם עסן פראבלעם, און עס האט געארבעט; ער האט אויפגעהערט צו פרעסן, ער האט אנגעהויבן פארלירן וואג, און ער האט זיך געשפירט הפלא ופלא.
אבער דעמאלס פונקט, האבן אנגעהויבן געוויסע זאכן אין זיין לעבן גיין אביסל קרום, זאכן האבן אים אנגעהויבן קראצן אויף די געהירן און ער איז אריבער גאר א שווערע תקופה מיט זיין פרוי. און דער אמת איז אז ער האט זיך זייער שיין פארמאסטן מיט זיינע שוועריגקייטן. אבער פון די אנדערע זייט האט ער זיך געשפירט איינגעשפארט. ער האט געפיהלט אז אלע זיינע אנטלויף מיטלען זענען אים אוועק גענומען געווארן און ער געפונט זיך אין אזא סארט תפיסה. אין די פארגאנגענהייט, ווען ער האט געהאט א קריגעריי מיט זיין פרוי האט ער געהאט וואו צו אנטלויפן. אדער צו פארנאגראפיע אדער צום עסן. יעצט אבער האט ער נישט דאס און נישט דאס, און ער מוז זיך, אויף עפעס אן אופן, פארמעסטן מיט דעם גאנצן מאס פון ווייטאג, אן די הילף פון די אלע זאכן. ער האט זיך געשפירט ווי א מענטש וואס דארף אריבערגיין אן אפעראציע, אבער ער קען נישט פארנעמען קיין איינשלעף מאטריאל, און מען מוז דורכפירן דעם אפעראציע בשעת ווען ער איז פולשטענדיג אויף, און ער שפירט יעדן שטאך און יעדן שניט, און ער האט נישט גארנישט מיט וואס אפצושטילן דעם ווייטאג.
איין טאג רופט ער מיך, אנגעזעצט און פרוסטרירט ביז גאר. ער האט געהאלטן נאך א פרישן, מאסיוון אויסברוך מיט זיין פרוי און ער זאגט מיר אז ער איז פשוט נישט מסוגל אנצוגיין ווייטער. ער קען נישט אנטלויפן צו קיין פארנאגראפיע, ער קען זיך נישט א לאז טאן איבער א געשמאקן שטיק קוכן ווייל די קאלעריעס שטימען נישט מיט זיין עסן פראגראם און ער שפירט אז ער גייט פון זינען. נו, איך בין דאך קיינמאל נישט געווען אדיקטעד צום עסן, און דעריבער האב איך נישט געזעהן דעם מצב מיט דעם אמת'דיגן ערנסטקייט און איך גיב אים אזוי א זאג: מילא פארנאגראפיע איז טאקע באמת א פראבלעם, אבער עסן? נו וואס עט שוין זיין? וועסטו עסן אביסל, וועסט זיך בארואיגן, און מארגן וועסטו ממשיך זיין מיט דיין פראגראם...
צום באדויערן האט ער אנגענומען מיין עצה און האט זיך געזעצט עסן. די צרה איז נאר, אז די פשוט'ע אקט פון עסן, איז נישט געווען ביי אים דאס וואס עס איז ביי מיר. ביי אים איז דאס געווען צוואנגהאפטיגע עסן, און ער האט נישט מצליח געווען זיך צוריק צו כאפן מיט זיין עסן פראגראם. ער האט פרובירט איין מאל און נאכאמאל, ער האט געטוישט דיעטעס און פרובירט נאכאמאל. ער האט זיך אפילו געלאזט אפערירן צו פארקלענערן דעם מאגן, אבער עס נישט לאנג גענומען ביז ער איז אנגעקומען צוריק צו זיין פריערדיגן סייז.
נאר דעמאלס, ווען איך האב איינגעזעהן ווי ביטערליך ער ליידט זיך אן, האב איך אנגעהויבן פארשטיין דאס וואס איך האב נישט פארשטאנען ביז אהין. איך האב פשוט פארזעהן דעם ריכטיגן פראבלעם פון אדיקשאן. דער פראבלעם ליגט נישט אין דעם וואס פארנאגראפיע איז שלעכט (דאס איז אמת, אבער נישט דאס איז דער עיקר פראבלעם פון דעם אדיקשאן), נאר אין דעם עצם מציאות וואס דער מענטש האט פארלוירן קאנטראל. איך האב זיך דעמאלס געכאפט, אז ווען א מענטש פרובירט מיט אלע כוחות אויפצוהערן צו טון א געוויסע זאך, און מיט דעם אלעם פאלט ער אדורך, איז דאס ביטערע, שרעקליכע געפיהל, נישט קיין חילוק וואס עס איז דער זאך וואס ער פרובירט אויפצוהערן. דאס מיינט די טאטאלע פארלוסט, די גענצליכע דעסטרוקציע פון דעם צענטראלן פונקציע וואס טוט דעפינירן דעם מציאות פון א בן אדם. פון א מענטש אנטקעגן בעל חי, אנטקעגן א הולך על ארבע. נעמליך, דער מעגליכקייט בוחר צו זיין וואס יא און וואס נישט צו טון.
מענטשן וואס זענען נישט אדיקטעד צו פארנאגראפיע מיינען אסאך מאל אז מיר מאכן אן עלעפאנט פון א קליינעם מורישקע. פילע פראפעסיאנאלן טענה'ן אפילו מיט אזעלכע מענטשן ווי אונז אז מיר טרייבן איבער: עס איז גארנישט אזוי שרעקליך אז מען קוקט אביסל פארנאגראפיע. אבער זיי כאפן נישט אז נישט די פארנאגראפיע איז דא דער פראבלעם, נאר דער עצם פאקט אז מיר קענען נישט אויפהערן. אז מיר זענען פארקנעכטעט צו א פעולה וואס מיר פירן דורך צוואנגהאפטיג און מיר זענען פלעין און פשוט נישט מצליח זיך צו באפרייען פון דעם. זיי כאפן נישט אז מיר פארלירן דעם גאנצן ערך האנושי, דעם גאנצן מעטשליכן ווערד אין אונזערע אייגענע אויגן.
וואס איז געווען מיין פראבלעם דעמאלס? וואס איז דער פראבלעם פון די פילע פראפעסיאנאלן? דער פראבלעם איז אז זיי טוען זיך נישט אידענטיפיצירן מיט אונז. זיי האבן קיינמאל נישט געלעבט דעם פראבלעם און דערפאר האבן זיי נישט קיין השגה וואס דאס מיינט.
ווער עס האט קיינמאל נישט געליטן פון זיך איבערעסן קעגן דעם אייגענעם ווילן, אפילו אויב ער פארשטייט זייער גוט וואס אדיקשאן איז, האט ער אבער קיינמאל נישט געשפירט אויף די אייגענע הויט דעם ווייטאג פון א פאל, און ער קען זיך נאך איינרעדן אז עס איז נישט קיין ביג דיעל צו עסן אביסל מער ווי מען דארף. מיט מיין אומפארשטאנד האב איך געמיינט אז דער עיקר פראבלעם איז דאס צונעמען וואג, איך האב נישט געכאפט אז דער פראבלעם איז דער עצם אדיקשאן, דאס פארלירן קאנטראל אויף זיך.
נאר ווער עס האט נישט געליטן פון זיך צוואנגהאפטיג אנזעהן מיט פארנאגראפיע, קען נאך טראכטן אז עס איז נישט געפערליך, נאר אזא איינער קען זאגן: "דו האסט נאך נישט גענוג געליטן", נאר אזא איינער קען מיינען אז ליידן מיינט דווקא זיך אראפקוילערן פיל פיל ווייטער פון דעם. נאר אזא איינער קען אנקוקן פארנאגראפיע אדיקשאן ווי עפעס א קלייניגקייט: "נו, אן אדיקשאן צו באמבא, האט איינער זיך אויסגעדרוקט", נישט כאפנדיג זיך אפילו דעם ביטערן טעות וואס ליגט אין זיינע ווערטער. פונקט ווי איך האב אמאל נישט פארשטאנען, אז אדיקשאן מיינט פארלירן קאנטראל, און עס איז אינגאנצן נישט קיין נפקא מינא צו דאס איז אנטקעגן אלקאהאל, דראגס, געמבלען, פארנאגראפיע, עסן און יא – אפילו באמבא...