דער דאזיגער ארטיקל איז געשריבן געווארן צו א מעמבער וועלכער האט דערציילט אז ער זיצט צומאל ביי א דרשה און הערט ווי דער דרשן רעדט, און ער איז מגנה בעלי עבירה אויף א שרעקליכן פארנעם, און צומאל רימט ער אויס א געוויסן מענטש, אדער אידן בכלליות, אדער ער רעדט וויאזוי דער אויבערשטער האט ליב יעדן איד. אבער ער, דער מעמבער, שפירט ביי זיך, אוי, ווען ער זאל נאר וויסן וואס פאר א שגץ איך בין באמת...
אויף דעם ארויף איז געשריבן געווארן דער ארטיקל:
*
דו זאגסט זייער גוט
אבער דו דארפסט אויך טראכטן, וויפיל מאל שטייט דער רעדנער און רעדט אזוי, נאר דערפאר ווייל ער וויל זיך אליינס מחזק זיין, וויסנדיג ווי גוט און ווי טיעף ער איז נעכטן דורכגעפאלן, און ער האפט אז דורך זאגן פאר אנדערע, דורך עס האקן אין קאפ פאר אנדערע, וועט עפעס אריינגיין ביי אים אויך.
וויפיל אזעלכע מענטשן רעדן, נאר ווייל זיי אליינס קענען זיך נישט טרעפן און זיי רעדן נעבעך פון פארלוירנקייט (פרעגט מיך נישט פון ווי איך ווייס...) און פון נישט קענען טרעפן א וועג ארויס, אבער טיעף אינעווייניג ווילן זיי גלייבן אז דער באשעפער האט זיי ליב, אנדערש גייען זיי זיך שוין נעמען דאס לעבן. און דערפאר רעדן זיי אזוי.
אלזא, עס קען זייער מעגליך זיין אז דער דרשן שטייט באמת ערגער פון דיר.
והאידנא וויל איך דיר זאגן נאך עפעס. א וויכטיגע נקודה, וואס האט מיר געדויערט אסאך יארן מפנים צו זיין, צו אינטערנעלייזן און אנהייבן צו לעבן דערמיט: מיר זענען געוואוינט צו זעהן זאכן אזוי ווי זיי זעען אונז אויס פון דרויסן. עס איז זייער שווער פאר אונז צו זעהן א געוויסע זאך און גלייבן אז עס איז עפעס אנדערש פון דאס וואס מיר זעען. פונקט ווי עס וועט זיין שווער פאר א מענטש פון דריי הונדערט יאר צוריק צו גלייבן אז מיט א סעלפאון קען מען פאקטיש רעדן מיט א מענטש צום אנדערן עק וועלט, כאטש עס איז אמת.
דאס זעלבע איז נוגע דא פאר אונז. עס איז שווער פאר אונז זיך אנצוקוקן און זעהן דעם שלעכטס מיט דעם גוטס אויף איין מאל, זיי ביידע מעריך זיין פאר וואס זיי זענען באמת, און אין די זעלבע צייט נישט ווערן אפעקטירט פון דעם ארום און ארום.
אין אונזער וועלט איז סעקשועל אישוס לגמרי נישט מקובל. דהיינו, עס איז לגמרי נישט מקובל צו זעהן סעקשועל אישוס אלס א פראבלעם וועלכע מען קען העלפן, און וואס מען דארף העלפן דעם מענטש וועלכער האט דעם פראבלעם. ווער רעדט נאך ווען עס גייט אביסל ווייטער, למשל, קוקן פארנאגראפיע, און אויב איז מען שוין אנגעקומען צו ווייטערס פון פארנאגראפיע איז דאך אפגערעדט. אונזער ציבור האט פארשידענע ווערטער וויאזוי מען רופט דאס אן, תועבה, מנוול, חזיר, טינוף, נואף, וגו' וכו'. און מיר קויפן דאס אלעס אפ פאר גוט געלט, (בשעת מיר פארגעסן זייער אפט אז דער זעלבער וואס זאגט דאס מיט אזא פאטאס, איז גאר אפט אליינס געשלאגן מיט דעם).
אנשטאט פארשטיין אז מען קען, און מען דארף טרייען עס צו העלפן, פארדאמט מען דעם מענטש (נישט זיינע מעשים, נאר אים אליינס), מען באשמוצט אים און מען טראכט ניטאמאל א רגע אז מיט דעם אליינס האט מען אוועק גענומען דעם מעגליכקייט פון העלפן דעם מענטש. און די דאזיגע רכילות'ן פון די גאס, און די כלליות'דיגע בליק פון די גאס אויף די עניינים, דאס ברענגט אז מיר אליינס זאלן זיך פארדאמען אפילו אויב אנדערע האבן עס פאקטיש נאך נישט געטון. מיר ווערן אליינס אונזער גרעסטער שונא און גרעסטער שטער זיך צו העלפן.
אבער מיר לעבן אין אונזער קליינעם וועלטל, מיר זעען נישט וואס טוט זיך אויבן, א וועלט וועלכע איז אפגעריקט פון אונז, נישט דריי הונדערט יאר, נאר טויזענטער יארן. מיר האבן נישט קיין מושג און מיר הייבן נישט אן פארשטיין וויאזוי מען קוקט דארט אן זאכן.
ווי איך האב שוין געשריבן, קען מעגליך זיין אז פאר דעם גרויסן מתמיד און ת"ח וועלכער זיצט און לערנט יומם ולילה און לערנט צענדליגער בלעטער א טאג גמרא תוס' מיט מפרשים, ראשונים ואחרונים, שו"ע מיט די נושאי כלים און טראסקעט אריין אין לערנען אן אויפהער, קען עס זייער מעגליך זיין אז דער מענטש פירט בכלל נישט אויס זיין תפקיד אויף דער וועלט. צו ווייל לפי זיינע כשרונות דארף ער טוהן פיל מער, צו ווייל ער ארבעט נישט אויף זיינע מידות צו פאר אנדערע סיבות. אבער עס קען מעגליך זיין אזא מציאות. אז פאר מיר קוקט אויס אז דער מענטש איז פון די גדולי הדור און איך בין אים מקנא, בשעת ווען דער מענטש קומט אינגאנצן נישט אן צו זיין תכלית אויף וועלכען ער איז באשאפן געווארן.
ווידער, אזעלכע מענטשן ווי אונז, וואס יא, טייל פון אונז זענען גאר גאר שטארק געפאלן אין עניני סעקס און מיר קוקן זיך אליינס אן ווי די גרעסטע דורכפעלער, די גרעסטע בעלי עבירה, נאטורליך, ספעציעל ווען מיר פרובירן זיך צוצושטעלן צו געוויסע אנדערע מענטשן וואס מיר (רעדן זיך איין אז מיר) קענען זיי. אבער ביי אונז איז געווענדליך דאס "דער" ענין אויף וואס מיר זענען דא. עס איז נישט אונזער דזשאב צו לערנען און דאווענען און האלטן דרשות אזוי גוט און אזוי סאך ווי יענער. אונזער דזשאב איז עפעס אנדערש.
דאס איז אזוי ווי א גרופע פון ארבייטער וועלכע מען האט געדונגען איבערצובויען א חרוב'ע געביידע. דער עלעקטרישאן ארבעט א גאנצע וואך, ער האט קוים מצליח געווען ארויסצונעמען אביסל פון די אלטע, חרוב'ע לעקטער און ער קלערט נאך נישט אפילו פון אריינלייגן נייע. נאך א וואך, קוקט ער זיך אן. וואס האב איך אויפגעטאן. ער קוקט אויף דעם פעינטער און דעם פענסטער לייגער, זייער ארבעט זעהט זיך אן, יעדער באמערקט, יעדער רעדט דערפון: "אה, מ'זעהט ווי דער בנין ווערט איבערגעבויעט און ווערט ניי". אבער פון זיין שווערע ארבעט אונטן אין קעלער ביי דעם פיוז באקס; קיינער באמערקט נישט, קיינער ווייסט נישט, און אוודאי אז קיינער רעדט נישט דערפון.
אבער אויב די אלע פעינטערס, פענסטער לייגערס וכדו', וועלן ענדיגן זייער ארבעט און מען וועט מאכן א גרויסער חנוכת הבית און עס וועט נישט זיין קיין עלעקטריק אין דעם בילדינג, וועט זיין חוזק מחוזק.
אט דאס איז אונזער מצב. קיינער ווייסט נישט וועמענס ארבעט איז חשוב'ער. זאל דער דרשן דרש'ענען וויפיל ער וויל און זאגן וואס ער וויל, אבער איך דארף וויסן ביי מיר אז איך בין חשוב און באליבט ביים באשעפער. אז מיין עבודה איז חשוב און הייליג. כאטש איך האב געטון כזאת וכזאת. און נישט אז מיר מאכן אוועק דעם כזאת וכזאת. ניין. אפילו אויב איך פארשטיי ביי מיר אז איך בין קראנק, מאך איך אויך נישט אוועק דעם כזאת וכזאת. קראנקע מענטשן, כאטש זיי זענען אפשר נישט שולדיג אין זייער קרענק, וועלן נאך אלץ שטארבן אויב זיי נעמען נישט קער דערפון. און אויב זיי אנערקענען נישט ווי הארב זייער מחלה איז, וועלן זיי קיינמאל נישט קער נעמען דערפון.
דערפאר דארף איך קענען מאכן א דעם דקות'דיגן חילוק. ווען דער רעדנער זאגט און איך טראכט ביי מיר: ווען ער זאל ווען וויסן... דארף איך טאקע וויסן, יא, (ווען יענער זאל ווען וויסן וואלט געווען ביטער ווייל יענער פארשטייט נישט, אבער) איך פארשטיי טאקע אז איך בין טיעף געפאלן, און עס איז זייער ביטער, און עס ליגט אויף מיר, עס איז מיין אחריות צו טון וואס אימער איך קען אויף זיך צו היילן, און אזוי לאנג ווי איך וועל זוכן און נישט אויפהערן צו זוכן, אפילו אויב איך בלייב אמאל סטאק אינמיטן זוכן, בין איך אקעי, איך טוה נאך אלץ מיין תפקיד. אפילו אויב אנדערע פארשטייען עס נישט. דער באשעפער פארשטייט יא, און נאר דאס דארף מיך אינטערעסירן.
און יא, דער באשעפער האט מיך ליב. מיט מיינע פראבלעמען אינאיינעם. ער האט זיי מיר געגעבן אז איך זאל ארבעטן אויף דעם, און ער ווייסט אז עס געשעהט נישט אין איין מינוט. ער האט מיך ליב און איך קען גארנישט טון צו דעם. (דאס מיינט נישט אז עס איז נישט דא קיין שכר ועונש חלילה, אבער ליב האט ער מיך פיל מער ווי איך קען משיג זיין.)
אקעי, איך האב זיך אביסל צו צופירט די פינגער. יישר כח פארן לאזן דרש'ענען (כ'מיין, טייפן).
האט אלע הצלחה אין אייערע אינדיווידועלע רייזעס, וגם אני הק' בתוכם.